נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
רשות אויף וואס? און וואס איז געווען די תשובה?
איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט. אדרבה דערצייל.
איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט. אדרבה דערצייל.
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
יותר ממא שקראתי כתוב כאן…דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 10:57 pmשלמה בן יוסף האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 9:41 pm ליידער כאפ איך נאכנישט די שאק פון מאנכע דא . דאס אז הרה"צ ר' יצחק יוחנן שליט"א איז זיך מתכונן צו עפענען א אייגענער יישוב. איז שוין אלטע נייעס
מענטשן האבן ערוואטעט אז נאכדעם וואס אדמו"ר מהר"א האט אזוי קלאר אויסגערופן זיין נקודה אז אלע ישובים ארום זענען איינס מיט קרית יואל, א מעסעדזש וואס די וועלט פארשטייט גאר שטארק, וועט וויזניץ נישט זוכן קיין אומזינסטע מחלוקות און זיך אפלאזן פון קרית יואל.
אבער למען האמת, ס'האט א שטארקע לימוד זכות. די גאלדענע גליקן וואס די UJC/ווילעדזש אוו סב"ג מענטשן פארשפרעכן זיי (טאקע דערפאר ווייל זיי ווילן ס'זאל זיין א מקום הפקר ואכמ"ל), איז א עכטע שווערע נסיון.
איך גלייב אז נישט די רב איז בייהיינט דעי נייע חדר
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
- Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
- x 17
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
רשות אויף עפענען די קריה אין די ישיבה.
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
די שאלה איז פארוואס זיי האבן אינוועסטירט מיליאנען אין יענעם געגנט און נישט אין געגנט פון די ברודער אדער פעטער... לאמיר זאגן ערגעץ צווישן מאנסי און ניו סקווירא...כרוספדין האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 11:48 pmדי ליטווישע ישיבות וואס זענען אין טאון זענען אויך א מחלוקה פאר די קומענדיגע יארן?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 11:41 pm כהאב נישט קיין מושג וואו דא קומט אריין די גאנצע נושא פון שוואכע.
די פוינט איז אז וויזניץ מיט סאטמאר זענען זייער גוט צו זיין אין גוטן 'פונדערווייטנס'. פונקט ווי מיט סקווירא, און מיט נאך קהילות.
א מוסד און א דירות פראיעקט פון וויזניץ, אין קרית יואל, מיינט א פרישע לעבעדיגע מחלוקה פאר די קומענדיגע 20 יאר על לא דבר. ווער ס'האלט דערפון זאל זיך פרייען...
מ'דארף נישט מער ווי זען וויאזוי מ'רעדט דא... ס'דא אסאך וואוילע אידן וואס זוכן נישט דוקא א סאטמארע סטייל מוסד... יא יא. און נעקסט קומט א מוד אין קרית וויזניץ פאר די וואס זוכן נישט דוקא א וויזניצע סטייל מוסד? ווייס איך נישט ווער עס פרעגט פארוואס ס'איז א אישו.
ס’איז געווארן קרית יואל נאך וואס וויזניץ האט שוין געהאט אינוועסטעט מיליאנען אין יענע געגנט,
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
ווען וואו און וואס.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
- Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
- x 17
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
סאטמאר מהר"א האט זייער גוט געוואוסט אז ר' שמעון דושונסקי האט אינוועסטירט מיליאנען. נישט סתם פאר איין ישיבה , זיי ווייסן פון דער ערשטער מינוט אז דא קומען צענדליגער צו הינדרעטער אידן סאו וואס איז די טעם פון זיך מאכן טעמעוואתע אז ס'גאר א נייע זאך
וביותר ווי געזאגט האט מהר''א געגעבן ברכת קדשו דערויף נאך פון אנהייב .
וביותר ווי געזאגט האט מהר''א געגעבן ברכת קדשו דערויף נאך פון אנהייב .
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
ווער רעדט פון א ישיבה? א ישיבה מעג יעדער האבן אין קרית יואל לפי הבנתי.
בגלילות קרית יואל איז עס אלס געווען. נישט אומזינסט האט מען אויסגעוועלט דוקא דעם שטח פון איבער די גאנצע יונייטיעד סטעיטס אוו אמעריקא. ווייל ס'איז סמוך לישוב און האט אלע באדערפענישן.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
@שלמה בן יוסף איך פרעג נאכאמאל. איבער וואס האט מען געפרעגט רשות, און וואס איז געווען די תשובה?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
- Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
- x 17
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
קען זיין אז די לשון השאלה איז געוועהן אויף א ישיבה ותו לא ווייל דעמאלטס האט זיך דאס געהאנדלט אויפן גענויע מינוט אבער ס'איז געווען ברור לכל תינוק אז ס'קומט א קריהדער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:04 am @שלמה בן יוסף איך פרעג נאכאמאל. איבער וואס האט מען געפרעגט רשות, און וואס איז געווען די תשובה?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
ברור לכל תינוק?
וויפיל איך ווייס איז די נייעס איבער די דירות ארויסגעגאנגען הערשט ארום א יאר צוריק, ביי א דרשה פונעם מנהל UJC ביי א דינער אין וויזניץ.
און צו זאגן אז מ'האט רשות אויף א ישוב, ווייל מ'האט גענומען רשות אויף א ישיבה, איז פשוט נישט צום פארשטיין.
וויפיל איך ווייס איז די נייעס איבער די דירות ארויסגעגאנגען הערשט ארום א יאר צוריק, ביי א דרשה פונעם מנהל UJC ביי א דינער אין וויזניץ.
און צו זאגן אז מ'האט רשות אויף א ישוב, ווייל מ'האט גענומען רשות אויף א ישיבה, איז פשוט נישט צום פארשטיין.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
- Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
- x 17
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
ר' איד די גאנצע גאס רעדט שוין פון תש"פ פון די גאנצע זאך אין ס'געווען ידוע לכל וויפיל דושונסקי האט אינוועסטירט. אין נאכאמאל קיינער אינוועסטירט נישט קיין מיליארדן פאר 70 ישיבה בחורים
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
און? אויסער רשות מיט א ברכה איז געווען נאך עפעס? א תנאי אפשר? עפעס וועגן האלטן רבינו תם אדער נישט רעדן עברית-לערנען דף-ברענגען חברי כנסת? אפשר עפעס וועגן נישט לערנען חומש?
אלץ דושינקיא'ס אינוועסטמענט, @שלמה בן יוסף האלטסט אז ווען שלום קויפמאן האט אינוועסטירט אין דזשאנקשן האט מהר"א געהאלטן אדער פארשטאנען אז ס'קומט א קרית פאפא??
אלץ דושינקיא'ס אינוועסטמענט, @שלמה בן יוסף האלטסט אז ווען שלום קויפמאן האט אינוועסטירט אין דזשאנקשן האט מהר"א געהאלטן אדער פארשטאנען אז ס'קומט א קרית פאפא??
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
- Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
- x 17
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
ר"ת. איז טאקע נישט געוועהן א מדובר אבער יא , ס'האט א יעדער געוואוסט אז ס' קומט א גרויסע מאסיווער קריה
בהנוגע צו עניני השקפה דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג מוסדות לערנט מען נישט קיין עברית בנוגע דף היומי גיי איך דיר אפי' נישט אפענפערן. בנוגע חברי כנסת דוכט זיך אז הרה"צ שליט"א וויייסט קוים די זיעפ קאוד ווי ער וואוינט אז די ביזט אזוי נערוועז בנוגע ח ב ר י ה כ נ ס ת
בהנוגע צו עניני השקפה דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג מוסדות לערנט מען נישט קיין עברית בנוגע דף היומי גיי איך דיר אפי' נישט אפענפערן. בנוגע חברי כנסת דוכט זיך אז הרה"צ שליט"א וויייסט קוים די זיעפ קאוד ווי ער וואוינט אז די ביזט אזוי נערוועז בנוגע ח ב ר י ה כ נ ס ת
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
הער אויס, איך בין נישט קיין חסיד מהרא נאר א בני יואלער, איז איינמאל דו הייבסט אן רעדן די סארט שפראך טשעק איך ארויסשלמה בן יוסף האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:22 am ר"ת. איז טאקע נישט געוועהן א מדובר אבער יא , ס'האט א יעדער געוואוסט אז ס' קומט א גרויסע מאסיווער קריה
בהנוגע צו עניני השקפה דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג מוסדות לערנט מען נישט קיין עברית בנוגע דף היומי גיי איך דיר אפי' נישט אפענפערן. בנוגע חברי כנסת דוכט זיך אז הרה"צ שליט"א וויייסט קוים די זיעפ קאוד ווי ער וואוינט אז די ביזט אזוי נערוועז בנוגע ח ב ר י ה כ נ ס ת
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:46 am
- Location: פארטיעפט אין א מאמר פונם בעש"ט הק'
- x 17
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
וואס האט דיר אזוי גיטריגערט פון מיין תשובהדאפלטער האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:03 amהער אויס, איך בין נישט קיין חסיד מהרא נאר א בני יואלער, איז איינמאל דו הייבסט אן רעדן די סארט שפראך טשעק איך ארויסשלמה בן יוסף האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:22 am ר"ת. איז טאקע נישט געוועהן א מדובר אבער יא , ס'האט א יעדער געוואוסט אז ס' קומט א גרויסע מאסיווער קריה
בהנוגע צו עניני השקפה דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג מוסדות לערנט מען נישט קיין עברית בנוגע דף היומי גיי איך דיר אפי' נישט אפענפערן. בנוגע חברי כנסת דוכט זיך אז הרה"צ שליט"א וויייסט קוים די זיעפ קאוד ווי ער וואוינט אז די ביזט אזוי נערוועז בנוגע ח ב ר י ה כ נ ס ת
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 807
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 927
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
מ'איז דא אנגעקומען צו א ריר בעפאר פילעווען היינטיגע פאליטיק.
בעיסיקלי האט מען שוין געהערט די צדדים אויף אן ענין, און פון דא און ווייטער קען מען שוין בלויז העצן אדער טשעפען, לכאן או לכאן...
אלזא, ביטע נישט ממשיך זיין דעם שמועס איבער דעם ענין. יישר כח!
בעיסיקלי האט מען שוין געהערט די צדדים אויף אן ענין, און פון דא און ווייטער קען מען שוין בלויז העצן אדער טשעפען, לכאן או לכאן...
אלזא, ביטע נישט ממשיך זיין דעם שמועס איבער דעם ענין. יישר כח!
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
איינער ווייסט עפעס וועגען די באסאס פאר חדר און סקול
עפעס הער איך איז נישט בסדר דארטען
עפעס הער איך איז נישט בסדר דארטען
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 275
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
- x 79
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
נאכן ליינען די טעמע און די וואכנשריפט טעמע
קוקט מיר אויס אז לכורא וועט משומר די סייט שוין לאזן פארשפארט
חבל חבל
עס טוט מיר וויי
קוקט מיר אויס אז לכורא וועט משומר די סייט שוין לאזן פארשפארט
חבל חבל
עס טוט מיר וויי
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 807
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 927
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
איך האב איבערגעקוקט יענעם אשכול, ביזדערווייל זע איך נישט מ'זאל רעדן פאליטיק דארט, און דעבאטירן די אינהאלט און כשרות פון די צוויי צייטונגען איז נישט קיין פראבלעם, ווילאנג מען האלט זיך ערוואקסן, און מ'שפרינגט נישט אריבער צו פאליטיק.שמעון בן דוד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:15 am נאכן ליינען די טעמע און די וואכנשריפט טעמע
קוקט מיר אויס אז לכורא וועט משומר די סייט שוין לאזן פארשפארט
חבל חבל
עס טוט מיר וויי
אבער לגבי משמור, אונז האמיר זיי שוין מודיע געווען אז "עניטינג" וואס זיי ווילן טוישן אין די רול'ס זענען מיר אפן דערפאר, און נישט דאס איז די אישו. אונז האמיר פשוט גארנשט צוריקגעהערט פון זיי, און מער פון דעם קענען מיר נישט טון פאר זייערע פילטער-קליענטן.
ווי שוין געזאגט, זיי קענען די נעמען פון די מנהלים, סיי מצד זייער קהילה און סיי מצד די אנדערע קהילות.
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
לאמיר צוריק גיין א מינוט צו די טריקענע פאקטן פשוט כדי ארויס צו האבן די נושא מיט א קלארקייט.
(ביטע זיך האלטן צו די פאקטן כדי נישט צו פארפארן צו זייטיגע מיינונגען)
1 וואו פונקליך איז די שטח וואו שמעון דושינסקי אינאיינעם מיט קהילת וויזשניץ וומ"ס האבן אינוועסטירט מיליאנען (אויב שייך אנצוצייכענען פונקליך א אדרעס)?
2 וואס האט געקאסט מיליאנען אין צייט וואס זיי האבן נאך אפילו נישט אנגעהויבן צו בויען?
3 אין וועלכע געגענט געפינט זיך יעצט די ישיבה (אויב שייך אנצוצייכענען פונקליך א אדרעס)?
4 איז דא בכלל א ווינט מאוומענט בלע"ז ביי חסידי וויזשניץ ארויס צו מאפן צו די נייע קריה?
5 ווען גייט מען אנהייבן צו בויען די נייע דעוועלאפמענט?
נאכאמאל ביטע זיך האלטן צו די פאקטן כדי נישט צו פארפארן צו זייטיגע מיינונגען

שמעון בן דוד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:15 am נאכן ליינען די טעמע און די וואכנשריפט טעמע
קוקט מיר אויס אז לכורא וועט משומר די סייט שוין לאזן פארשפארט
חבל חבל
עס טוט מיר וויי
איר זעט א פראבלעם אין דיסקוטירן אויסגאבעס?
באזירט אויף דאטא פון אנדערע סייטס וואס זענען אפן איז זייער קלאר אז מען מעג רעדן איבער אויסגאבעס, און דאכט זיך אז אויסגאבעס ווערן אפטמאל שארף ארונטערגעריסן אויף אידישע פלאטפארמעס וועלכע זענען געהעריג אפן ביי אלע פילטערס.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
ער מיינט צו זאגן אז עס איז זייער מהר״א געשטימט דא, וועט משומר איז ניט לאזן עפענען...
אבער די אמת איז אז די סיבה פארוואס עס קוקט אויס איינזייטיג איז טאקע צוליב דעם וואס משומר איז פארשפארט און גדר איז אפען
אבער די אמת איז אז די סיבה פארוואס עס קוקט אויס איינזייטיג איז טאקע צוליב דעם וואס משומר איז פארשפארט און גדר איז אפען
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5338
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9972
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
וויפיל איך זע האט מען יעדן געלאזט זאגן זיין מיינונג. אז מ'טיילט נישט פעטש איז מען איינזייטיג?.. כ'מיין אז יעדער פילט זייער באקוועם.
Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל
איינזייטיג האב איך געמיינט אז קוקט מיר אויס איז דא מער מהר״א ניקס ווי די צד שכנגד, גרעסער ווי זייער נאטירלכע פראצענט וואס זיי זענען מער,
און די סיבה איז אויך מובן מאליו ווייל משומר בלאקט