תועבת ה' עקשי לב

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1485
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4757

Re: תועבת ה' עקשי לב

פאוסט דורך Think and Thank »

שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 9:59 pm
גארנישט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 9:54 pm ר' @וואוילער דו רעדסט כאטש פון הרי זה משובח'דיגע זאכן, וואס איז מיט די מקוואות צו יעדע געלעגנהייט? (פאר די הקפות, מגילה ליינען, תקיעות, סדר נאכט וכו', נאך אביסל וועט זיין הושע''ר פאר משנ''ת, און סתם אזוי בעפאר של''ס יעדע שבת), פרעג סיי וועלכער 60 יעריגער ווען דאס האט זיך אנגעהויבן, ווער רעדט נאך פון קלאפן ביי קריאת זכירת עמלק, אאו''ו.
סתם א זייטיגע נושא.

איידער די הקפות איז רביה"ק מסאטמאר געגאנגען אין מקוה, מגילה ליינען דאכט זיך אויך. תקיעות זענען געווען תלמידי בע"ש וואס זענען געגאנגען.

הקיצור דאס וואס היינט גייט יעדער און נישט נאר געציילטע מענטשן האט זיך אנגעהויבן לכאורה ווען די מקוה איז שוין נישט געווען אייז אינעם טייך און האנטוכער זענען געווארן צוגעשטעלט.

דער מטה אפרים שרייבט (סי' תקפ"ה סעי' א): ואחר גמר קריאת הספר תורה ההולך התוקע והמקרא לפניו סדר התקיעות והשליח ציבור המתפלל מוסף לטבול משום טהרה יתירה. זאגט אויף דעם דער קצה המטה: ומנהג חסידים ויראי השם בכמה מקומות לטבול כולם במקוה קודם תקיעת שופר, ובספר אמרי נועם לראש השנה הביא סמך למנהגם ונהרא נהרא ופשטיה.

נ.ב. איך גיי אין מקוה פאר תקיעת שופר ווייל מיין טאטע זז"ג גייט דעמאלס, און איך גיי נישט פאר'ן סדר ווייל מיין טאטע גייט נישט דעמאלס.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1485
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4757

Re: תועבת ה' עקשי לב

פאוסט דורך Think and Thank »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 9:58 pm מענין לענין, נישט ממש די זעלבע זאך, אבער אויך ארויסצוברענגען וויאזוי זאכן ריקן זיך.
דעם צווייטן טאג יום טוב סוכות האט גערעגנט, און בעפארן דאווענען שטייען אידן (נישט זיצן, ווייל אלע בענקלעך זענען נאס) און מוטשען זיך צו טרינקען א קאווע אין סוכה בשעת ס'טראפט אריין פונעם סכך אין די קאווע.

נקודה א', איך זעה אידן טרינקן די קאווע בעפאר נטילת לולב, וואס איז א גרעסערע הלכה פראבלעם ווי טרינקן די קאווע חוץ לסוכה.

נקודה ב', א קאווע איז קלאר פטור פון סוכה. ווען ס'רעגנט איז מען פטור פון סוכה. א קאווע אין א רעגן האט נישט קיין מקום צו געטרינקן ווערן אין סוכה.
יעצט שריי מיך אן, יא יא, וועגן די מענטשן וואס האבן מיך אנגעשריגן פאריגע יאר און פאר צוויי יאר צוריק, איז מיר גרינגער געוועהן צו טרינקן א קאווע מיט סכך וואסער ווי אין שול, אבער ס'איז קלאר אז דאס איז נישט ריכטיג!
איך האב גענישטערעט אין גאר אסאך הלכה און מנהגים ספרים, און ארויס מיט די קלארקייט אז אן איש פשוט וואס טרינקט קאווע מיט צוקער פארן דאווענען (וכל שכן פאר נטילת לולב) האט נישט וואס צו טוהן די געהויבענע אויסגעלייטערטע ענין פון טרינקן א קאווע אין סוכה ווען ס'רעגנט.
נאר וואס דען... קומטס אריין מיט די ענקער חוות דעת.

- מהיכי תיתי אז זיי האבן געטרינקען פאר'ן שאקלען לולב? אני הקטן שאקל געווענליך לולב (נאך די מקוה ווען מעגליך) אין די סוכה אינדערהיים פאר'ן דאווענען (כמבואר במג"א בשם השל"ה וכמנהג אבותי), טרינק א קאווע, און גיי דערנאך אין ביהמ"ד דאווענען.
- א קאווע איז טאקע קלאר פטור פון סוכה, אבער עכ"ז פסק'נט דער מחבר אין סימן תרל"ט ס"ב (ומקורו ברמב"ם): ומי שיחמיר על עצמו ולא ישתה חוץ לסוכה אפילו מים הרי זה משובח.
- און יא, עס זענען געווען פלעצער וואו מען האט נישט געגעסן אדער געטרינקען גארנישט חוץ לסוכה אפילו אין א רעגן. כמדומה לי איז אין וויזניץ אזוי געווען די מנהג, און אין נאך מקומות.
- טרינקען קאווע מיט צוקער פאר'ן דאווענען מאכט נישט קיין איש פשוט. אמת אז די אמאליגע פוסקים האבן מחמיר געווען אויף דעם, אבער היינט ווען די שטייגער איז על פי רוב צו טרינקען מיט צוקער און מילך האבן אסאך גדולי ישראל מקיל געווען אפילו פאר זיך צו טרינקען קאווע מיט צוקער און מילך.
- כ'ווייס נישט אין וועלכע שטאט - און וויפיל אזייגער - דו רעדסט, אבער ביי אונז פאר'ן דאווענען די צווייטע טאג האט מען געמעגט מאכן א לישב בסוכה מיט'ן רעגן אינאיינעם און טראץ די נאסע בענקלעך. עס האט טאקע גערעגנט, אבער מען האט רואיג געקענט עסן א שיעור פת קודם שתסרח המקפה וכ"ש א גלאז קאווע - וכן עשיתי ב"ה.
- איינער וואס שרייט אן איינער וואס טרינקט א קאווע חוץ לסוכה ווייסט סתם אזוי נישט וואס טוט זיך מיט זיך, כ"ש ווען עס רעגנט.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 539
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1148

Re: תועבת ה' עקשי לב

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 9:58 pm נקודה א', איך זעה אידן טרינקן די קאווע בעפאר נטילת לולב, וואס איז א גרעסערע הלכה פראבלעם ווי טרינקן די קאווע חוץ לסוכה.
קאווע בעפאר נטילת לולב איז מער אסור ווי קאווע בעפארן דאווענען?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4037
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6879

Re: תועבת ה' עקשי לב

פאוסט דורך וואוילער »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 10:27 am
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 9:58 pm נקודה א', איך זעה אידן טרינקן די קאווע בעפאר נטילת לולב, וואס איז א גרעסערע הלכה פראבלעם ווי טרינקן די קאווע חוץ לסוכה.
קאווע בעפאר נטילת לולב איז מער אסור ווי קאווע בעפארן דאווענען?
יא, נטילת לולב איז א דאורייתא.

זאג מיר, דו טרינקסט פורים ביינאכט בעפאר קריאת המגילה? פארוואס נישט?
צולייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 331

Re: תועבת ה' עקשי לב

פאוסט דורך צולייגער »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 11:05 am
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 10:27 am
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 9:58 pm נקודה א', איך זעה אידן טרינקן די קאווע בעפאר נטילת לולב, וואס איז א גרעסערע הלכה פראבלעם ווי טרינקן די קאווע חוץ לסוכה.
קאווע בעפאר נטילת לולב איז מער אסור ווי קאווע בעפארן דאווענען?
יא, נטילת לולב איז א דאורייתא.

זאג מיר, דו טרינקסט פורים ביינאכט בעפאר קריאת המגילה? פארוואס נישט?
איך טרונק, און אזוי האב איך געזעהן ביי גדולי מורי הוראה.

איך טרונק נישט, לפחות ביז היינט (ביודעים), חוץ לסוכה
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1298
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1818

Re: תועבת ה' עקשי לב

פאוסט דורך יאנטשי »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 11:05 am
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 10:27 am
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 9:58 pm נקודה א', איך זעה אידן טרינקן די קאווע בעפאר נטילת לולב, וואס איז א גרעסערע הלכה פראבלעם ווי טרינקן די קאווע חוץ לסוכה.
קאווע בעפאר נטילת לולב איז מער אסור ווי קאווע בעפארן דאווענען?
יא, נטילת לולב איז א דאורייתא.

זאג מיר, דו טרינקסט פורים ביינאכט בעפאר קריאת המגילה? פארוואס נישט?
נאר די ערשטע טאג.

מען מעג טרינקען בעפאר קריאת מגילה, פונקט ווי פארן דאווענען לכאורה. זיכער איינער וואס קען בעסער אויסהערן.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1485
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4757

Re: תועבת ה' עקשי לב

פאוסט דורך Think and Thank »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 11:05 am
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 10:27 am
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 9:58 pm נקודה א', איך זעה אידן טרינקן די קאווע בעפאר נטילת לולב, וואס איז א גרעסערע הלכה פראבלעם ווי טרינקן די קאווע חוץ לסוכה.
קאווע בעפאר נטילת לולב איז מער אסור ווי קאווע בעפארן דאווענען?
יא, נטילת לולב איז א דאורייתא.

זאג מיר, דו טרינקסט פורים ביינאכט בעפאר קריאת המגילה? פארוואס נישט?

להלכה איז עס זיכער נישט הארבער, נאר אויב עפעס איז עס לייכטער ווי פאר'ן דאווענען שחרית (עי' ביה"ל סי' תרנ"ב ד"ה אסור דדמי לאכילה קודם תפילת מנחה וכמו בקרי"ש של ערבית דבגמ' מדמה זל"ז). די זעלבע איז פאר מגילה ליינען, וואס עס איז איז מבואר אין מג"א (סי' תרצ"ב סק"ז) אז עס איז דמי ללולב שופר וקרי"ש און טעימה פחות מכביצה איז מותר בשעת הדחק און טרינקען (נישט משקה המשכר) איז בפשטות מותר בכל אופן (כמבואר בסי' רל"ב לגבי קרי"ש). נאר וואס, דער רוקח ברענגט שוין אז "חסידים הראשונים היו מתענים על מצוה חביבה כגון לולב ושאר מצוות", און דאס איז די סיבה פארוואס על פי רוב האבן אונזערע זיידעס און רבי'ס אפי' נישט געטרינקען פאר לולב און מגילה ליינען.
אבער צו זאגן אז עס איז פראבלעמאטיש להלכה עד כדי פארוואנדלען דעם מענטש אין אן איש פשוט וואס האט נישט קיין שייכות מיט אזעלכע זאכן ווי עסן אין די סוכה בשעת א רעגן איז זיכער נישט ריכטיג.
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 315
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 483

Re: תועבת ה' עקשי לב

פאוסט דורך אנעקדאט »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 11:05 am
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 10:27 am
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 9:58 pm נקודה א', איך זעה אידן טרינקן די קאווע בעפאר נטילת לולב, וואס איז א גרעסערע הלכה פראבלעם ווי טרינקן די קאווע חוץ לסוכה.
קאווע בעפאר נטילת לולב איז מער אסור ווי קאווע בעפארן דאווענען?
יא, נטילת לולב איז א דאורייתא.

זאג מיר, דו טרינקסט פורים ביינאכט בעפאר קריאת המגילה? פארוואס נישט?
אנטשולדיגט, אבער דו מישסט אויס זאכן וואס קלעבט נישט איינס מיטן צווייטן.

קרי"ש של ערבית איז מדאורייתא, און ס'איז מותר צו עסן בעפאר. (פארשטייט זיך נאר טעימה, דבסעודה חיישי' שמא ימשך)

פארן דאווענען איז לכו"ע אסור צו עסן, דאס קומט פון א לימוד פון פסוק לא תאכלו על הדם.

פאר מגילה ליינען און נטילת לולב איז מן הדין מותר צו עסן (טעימה), נאר ס'שטייט מ'זאל מחמיר זיין (משנ"ב תרנ"ב סק"ז)

פארן מגילה ליינען אינדערפרי וועסטו טאקע לכאורה נישט הערן פון איינעם אז מ'טרינקט נישט קיין קאווע

פארן מגילה ליינען ביינאכט איז אויך מותר, נאר ס'איז דא א מקום צו אריינציען דאס פאסטן פון תענית אסתר ביז נאכן מגילה ליינען.

פליז קוק נאך זאכן פאר דו שטעלסט זיי צוזאם.
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 2:59 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: חברה, ביטע מיר דערמאנען ווער ס'איז דער וואס גייט קאפ אין וואנט :roll: .
אנבעליוועבל.
יוש דו גייסט אריין אין דעי מאאד פיץ איך אפ.
שרייב פאוסט