שוהם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 9:59 pmסתם א זייטיגע נושא.גארנישט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 9:54 pm ר' @וואוילער דו רעדסט כאטש פון הרי זה משובח'דיגע זאכן, וואס איז מיט די מקוואות צו יעדע געלעגנהייט? (פאר די הקפות, מגילה ליינען, תקיעות, סדר נאכט וכו', נאך אביסל וועט זיין הושע''ר פאר משנ''ת, און סתם אזוי בעפאר של''ס יעדע שבת), פרעג סיי וועלכער 60 יעריגער ווען דאס האט זיך אנגעהויבן, ווער רעדט נאך פון קלאפן ביי קריאת זכירת עמלק, אאו''ו.
איידער די הקפות איז רביה"ק מסאטמאר געגאנגען אין מקוה, מגילה ליינען דאכט זיך אויך. תקיעות זענען געווען תלמידי בע"ש וואס זענען געגאנגען.
הקיצור דאס וואס היינט גייט יעדער און נישט נאר געציילטע מענטשן האט זיך אנגעהויבן לכאורה ווען די מקוה איז שוין נישט געווען אייז אינעם טייך און האנטוכער זענען געווארן צוגעשטעלט.
דער מטה אפרים שרייבט (סי' תקפ"ה סעי' א): ואחר גמר קריאת הספר תורה ההולך התוקע והמקרא לפניו סדר התקיעות והשליח ציבור המתפלל מוסף לטבול משום טהרה יתירה. זאגט אויף דעם דער קצה המטה: ומנהג חסידים ויראי השם בכמה מקומות לטבול כולם במקוה קודם תקיעת שופר, ובספר אמרי נועם לראש השנה הביא סמך למנהגם ונהרא נהרא ופשטיה.
נ.ב. איך גיי אין מקוה פאר תקיעת שופר ווייל מיין טאטע זז"ג גייט דעמאלס, און איך גיי נישט פאר'ן סדר ווייל מיין טאטע גייט נישט דעמאלס.