"געזונטע” רוצחים!

געזונטע שמועסן און ידיעות
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 521
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 523

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך יאנטשי »

בעריש סגל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 12:39 pm די שחורים .
העלאו? איר זענט עדיוקירט?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2512
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5939

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

:lol:
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 2:25 pm פיין, ליג אוועק די משל פון עקסערסייז.
רוב נארמאלע דאקטוירים שטייען מיט מיט נאטורליכע "געווענליכע" רפואות, נישט קיין באבסקע רעצעפטן אדער סגולות.
נישט ריכטיג.
-----
דאקטורים ברויכן נישט מיטשטיין, זיי ברויכן ווען זיין די נאטירליכע רפואות געבער.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 2:47 pm
היימישע זייגער האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 2:44 pm ווען די שפיטאל בא קומט 40 טויזענט דאלער פארן לייגן יעדע מענטש אויף א רעספערעיטער און 88 פראצענט מענטשן אויף רעספערעיטערס שטארבן
ריכטיג. דער חידוש פלא איז אבער, אז טראץ וואס די שפיטאל מאכט $100,000 פון אינשורענס אויף יעדע וויזיט פון א קימא פעישענט ל"ע (סתם אבי א נומער, כנוסח תגובתך), דאך באפרייט דער שפיטאל טויזנטער מענטשן יערליך.

מוז זיין זיי זענען אויף דראגס.
איך נעם נישט קיין מיינונג אין די נושא. אבער דאס איז קיין אפ-פרעג. ווייל ווען מענטשן זאלן ווען נישט געזונט ווערן פון קימאו וואלט דאך עס קיינער נישט גענומען בכלל עס מוז זיין ווירקזאם.

די שאלה איז אויב עס וואלט געקענט זיין בעסערע און ביליגערע רפואות, ווייס איך נישט.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1387

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

נו זאג דא די זעלבע זאך. "ווען מענטשן זאלן נישט געזונט ווערן פון א רעספערעיטאר וועט דאך עס קיינער נישט טון".
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 63

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך בעריש סגל »

ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:52 pm בעריש, אין אונזערע רייען זענען דא ארגאניזאציעס וואס דרייען איבער די וועלט פון רפואה אויף וואס אלע אנדערע ארום אונז קוקן מיט שטוינונג!

דער באהויפטונג אז מיר האבן ווייניגער וואוסענשאפט אין געזונטהייט ווי דער אלגעמיינער גוי איז פשוט נישט אמת
אנטשולדיגט אבער דאס איז גלאט נישט ריכטיג. אונזערע ארגעניזאציעס זענען זייער גוט אין צוזאמברענגען דאקטאריי מארבע כנפות הארץ, ערלעדיגן אפוינמענטס און שפאן געלט. מיר מאכן נישט קיין אייגענע ריסערטש און מיר קומען נישט אויף מיט נייע מעדיצינען.

הגם דאס איז יא אמת אז אין אלגעמיין טרעפט מען ביי אידן אסאך דאס קענען טראכטן ארויס פונם קעסטל, און אויפקומען מיט סאלושענס וואס אנדערע האבן נישט געקלערט. דאס איז דער עיקר סקיל וואס מיר נעמען פונם גמרא אריין אינם גארן וועלט. אבער דעם עיקר וויסנשאפט און קענטעניס האבן מיר נישט.

עובדא ידענא פון אן איד וועלכער האט ל"ע געהאט קענסער. פארשטייט זיך אז ער האט זיך דורכגערעדט מיטן לאקאלן היימישן עסקן, און יענער האט אים פארציילט איבער א געוויסע ריסערטש. ווען דער איד האט געפרעגט פארן דאקטאר צי ער ווייסט וועגן דעם, האט יענער געגעבן אזא פעיטראנייזינג שמייכל און געזאגט, "פלוני העסקן איז טאקע זייער גוט - פאר א ציווילי בירגער. איך האף דו פארשטייסט אז איך ליג דערין ראשי ורובי, און איך ליין אויך די זשורנאלן וואס עסקן ליינט."

באמת איז יענער דאקטאר כשר גערעכט. עס איז בערך ווי א כולל אינגערמאן וועט קומען מחדש זיין פאר אן אויסגערופענעם פוסק אז ער האט געפונען א תשובת חת"ס וואס רעדט וועגן דעם ענין. אויב אין דעם משל פארשטייט מען אז דער פוסק האט שוין דורכגעאקערט, און גענומען אין באטראכט, דעם חת"ס, מעג מען דערהערן אז די גוי'שע מומחים האבן אויך דורכגעטון אלעס וואס אונזערע ארגעניזאציעס קענען.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 4:51 pm נו זאג דא די זעלבע זאך. "ווען מענטשן זאלן נישט געזונט ווערן פון א רעספערעיטאר וועט דאך עס קיינער נישט טון".
איך פארשטיי נישט.
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 63

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך בעריש סגל »

היימישע זייגער האט געשריבן: מוצש"ק יולי 29, 2023 6:06 pm

און אגב אידן ווייל זיי זענען א קלאזעד קאמיוניטי האבן זיי אסאך מאל אסאך מער אייגענע עקספיריענס וואס איז אסאך מער ווערד ווי די דאקטער נאכן זיין 10 יאר אין קאלידזש.
דאס וואלט אפשר געווען א טענה אויב וואלטן מיר געהאט געהעריגע דעטע. סתם אנעקדאטן פארציילט פון מעכל צו רעכל איז ניטאמאל ווערט לצור עפ"י צליחותא.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1387

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

@בעריש סגל וואס איר זאגט שטייט אין פסוק. חכמה בגויים תאמין. זיי לערנען דאס און זיי קענען דאס.

@קלוגער חכם פונקט ווי די שפיטאל לייגט נישט מענטשן אויף קימא אומזינסט, אפילו זיי קענען מאכן געלט, לייגן זיי נישט אויף א רעספערעיטאר אומזינסט, אפילו זיי קענען מאכן געלט. ווער עס האלט אנדערש, איז נישט קיין קאנספיראטאר נאר א מענטשן האסער.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:26 pm @קלוגער חכם פונקט ווי די שפיטאל לייגט נישט מענטשן אויף קימא אומזינסט, אפילו זיי קענען מאכן געלט, לייגן זיי נישט אויף א רעספערעיטאר אומזינסט, אפילו זיי קענען מאכן געלט.
וויאזוי ווייזט איינס איבער די צווייטע?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:26 pm ווער עס האלט אנדערש, איז נישט קיין קאנספיראטאר נאר א מענטשן האסער.
לויט רוב מענטשן איז דאס סייווי איינס..
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך פעיק ניוז »

בעריש סגל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 12:32 pm ליידער האבן מיר צוויי אייגנשאפטן וועלכע זענען א רעסעפי פאר דיזעסטער:
1. אונזער עולם איז אומעדוקירט. דאס מיינט נישט אז מיר זענען נאראנים (כ'מיין ס'דא פון דעם אויך ביננו...), אדער אז לימוד התורה איז נישט אויפ'ן העכסטע שטאפל חלילה. למעשה בעניני דעלמא זענען מיר אומוויסענד, און דאס איז גורם סיי נישט צו פארשטיין בכלל אישוס, און סיי צו געטרויען יעדעם - כל זמן יענער איז נישט פון דער עסטעבלישמענט.

2. גאוה. מיר רעדן זיך איין אז מיר פארשטייען בעסער. דער נארישע גוי מיט זיין גוי'שע קאפ וועלכער האט שטודירט צען יאר אין מעדיקל סקול, פלאס ער איז שוין בפועל א דאקטאר נאך פינף יאר, קומט נישט צו די פאדעשעס פון א הצלה מעמבער מיט קאנעקשנס...

לייג צו צום מיקס א דיסטראסט צו אויטאריטעט, געבויעט אויף יארן פון פערסעקיושן, און מה יעשה הבן שלא ישתטה?
די ערשטע צייכן צו וויסן אויב עמיצער פון אונז איז יא אדער נישט עדיוקירט איז, אויב איז ער פארנומען צו זאגן אז די היימישע סאסייעטי איז 'אומעדיוקירט' ווס. די גוי'אישע סאסייעטי.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 63

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך בעריש סגל »

אנטשולדיגט אבער איך פארנעם זיך נישט מיט פערזענליכע אטאקעס. אדער רעדט לגופו של ענין אדער רעדט צו זיך אליין.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1387

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

קלוגער חכם האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:40 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:26 pm @קלוגער חכם פונקט ווי די שפיטאל לייגט נישט מענטשן אויף קימא אומזינסט, אפילו זיי קענען מאכן געלט, לייגן זיי נישט אויף א רעספערעיטאר אומזינסט, אפילו זיי קענען מאכן געלט.
וויאזוי ווייזט איינס איבער די צווייטע?

וויאזוי? מיט קאמאן קאאר. כמיין... מיט קאמאן סענס!
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך פעיק ניוז »

בעריש סגל האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:48 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:41 pm
בעריש סגל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 12:32 pm ליידער האבן מיר צוויי אייגנשאפטן וועלכע זענען א רעסעפי פאר דיזעסטער:
1. אונזער עולם איז אומעדוקירט. דאס מיינט נישט אז מיר זענען נאראנים (כ'מיין ס'דא פון דעם אויך ביננו...), אדער אז לימוד התורה איז נישט אויפ'ן העכסטע שטאפל חלילה. למעשה בעניני דעלמא זענען מיר אומוויסענד, און דאס איז גורם סיי נישט צו פארשטיין בכלל אישוס, און סיי צו געטרויען יעדעם - כל זמן יענער איז נישט פון דער עסטעבלישמענט.

2. גאוה. מיר רעדן זיך איין אז מיר פארשטייען בעסער. דער נארישע גוי מיט זיין גוי'שע קאפ וועלכער האט שטודירט צען יאר אין מעדיקל סקול, פלאס ער איז שוין בפועל א דאקטאר נאך פינף יאר, קומט נישט צו די פאדעשעס פון א הצלה מעמבער מיט קאנעקשנס...

לייג צו צום מיקס א דיסטראסט צו אויטאריטעט, געבויעט אויף יארן פון פערסעקיושן, און מה יעשה הבן שלא ישתטה?
די ערשטע צייכן צו וויסן אויב עמיצער פון אונז איז יא אדער נישט עדיוקירט איז, אויב איז ער פארנומען צו זאגן אז די היימישע סאסייעטי איז 'אומעדיוקירט' ווס. די גוי'אישע סאסייעטי.

אנטשולדיגט אבער איך פארנעם זיך נישט מיט פערזענליכע אטאקעס. אדער רעדט לגופו של ענין אדער רעדט צו זיך אליין.
איך האב נישט געמיינט דיר צו אטאקירן, מיין נקודה איז אז זאגן אז די גוי'אישע געזעלשאפט איז מער עדיוקירט פון די היימישע, קומט זעלבסט פון זיין אומעדיוקירט אין ווי ווייט די פארשטאנד און וויסנשאפט פון א דורכשניטליכן גוי גרייכט.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 63

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך בעריש סגל »

@פעיק ניוז

מען דארף פארגלייכן לייק פאר לייק. ביים אלגעמיינעם פאלק זענען פארהאנען ארבעטס, מיטעלע און העכערע קלאסן, ולא הרי זה כהרי זה. משא"כ אונז אידן זע'מיר אלע א קאטעגאריע פאר זיך, וועלכע ענדלט דאס מערסטע צום מיטעלע קלאס. א דורכשניטליכע מיטעלע קלאס גוי איז היבש מער עדיוקירט און וויסענד בעניני דעלמא ווי אן איד.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1387

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ווייל מיר גייען נישט אין קאלעדזש.

און אזוי דארף עס צו זיין. וכן יעזור ה' להלאה.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך פעיק ניוז »

בעריש סגל האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 8:13 pm @פעיק ניוז

מען דארף פארגלייכן לייק פאר לייק. ביים אלגעמיינעם פאלק זענען פארהאנען ארבעטס, מיטעלע און העכערע קלאסן, ולא הרי זה כהרי זה. משא"כ אונז אידן זע'מיר אלע א קאטעגאריע פאר זיך, וועלכע ענדלט דאס מערסטע צום מיטעלע קלאס. א דורכשניטליכע מיטעלע קלאס גוי איז היבש מער עדיוקירט און וויסענד בעניני דעלמא ווי אן איד.
א דורכשניטליכער מיטל-קלאס גוי, וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש, איז נישט מער, און פיל מאל ווייניגער, עדיוקירט אין וויסנשאפט ווי א איד.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1231

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך ווירקליך »

@בעריש סגל איך בין נאכנישט קלאר וואס דו צילסט, אבער אזויפיל איז קלאר, אז דער אלגעמיינער גוי ווייסט נישט מער ווי דער אלגעמיינער איד אין רפואה ענינים.

און אה... צוריק צו דיין עצם נקודה, מענטשן האסער אק"א געזונט קאנספיראטארן, איז דא מער ביי די גוים ווי ביי די אידן.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 521
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 523

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך יאנטשי »

אין זאכן וואס ליגט אין די [פריוואטע] סקול קוריקולום זענען די פארשטענדליכע עדוקעיטעד גוים אפשר מער באהאוונט, אבער אין אנדערע זאכן וואו יעדער דארף נוצן די אייגענע דשעלי זענען אידן פיל בעסער
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך פעיק ניוז »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 10:18 pm אין זאכן וואס ליגט אין די [פריוואטע] סקול קוריקולום זענען די פארשטענדליכע עדוקעיטעד גוים אפשר מער באהאוונט, אבער אין אנדערע זאכן וואו יעדער דארף נוצן די אייגענע דשעלי זענען אידן פיל בעסער
רוב גוים היינט וואס קומען ארויס פון סקולס און קאלעדזשעס האבן נישט קיין השגה וואס מען האט מיט זיי דארט געלערנט. קוים וואס בשעת מעשה האט ער געוואוסט. א מיעוט ממש קומען ארויס פון דארט פאקטיש געלערנט אין וויסנשאפטליכע ענינים.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1387

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

סקול'ס? ריכטיג.

קאלעדזשעס? כווייס נישט.
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 63

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך בעריש סגל »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 12:56 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 10:18 pm אין זאכן וואס ליגט אין די [פריוואטע] סקול קוריקולום זענען די פארשטענדליכע עדוקעיטעד גוים אפשר מער באהאוונט, אבער אין אנדערע זאכן וואו יעדער דארף נוצן די אייגענע דשעלי זענען אידן פיל בעסער
רוב גוים היינט וואס קומען ארויס פון סקולס און קאלעדזשעס האבן נישט קיין השגה וואס מען האט מיט זיי דארט געלערנט. קוים וואס בשעת מעשה האט ער געוואוסט. א מיעוט ממש קומען ארויס פון דארט פאקטיש געלערנט אין וויסנשאפטליכע ענינים.
איר האט שוין אמאל גערעדט צו מיטעלע קלאס יוגנטליכע? דעם דורכשניטליכן מיטעלע קלאס גוי איז נישט ווייניגער עדיוקירט אין עניני דעלמא, ווי להבדיל זיין אידישער געגנאיבער איז בדברי תורה.

איך זאג נישט אידן דארפן גיין אין קאלעדזש חלילה, אדער אז מיר דארפן זיין באהאווענט בחכמה יוונית.

איך זאג נאר איזהו חכם המכיר את מקומו. מען זאל נישט זיין ווי דעם יעניגער וואס מ'האט אים געפרעגט צי ער רעדט פראנצויזיש. "איך האב קיינמאל פראבירט אבער מסתמא קען איך."

מען דארף פארשטיין אס נישט אין דעם ליגט אונזער קענטעניס. כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני כל העמים איז נישט געזאגט אויף סטאטיסטיקס און מאטעמאטיקס וואס מיר האבן נישט שטודירט.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך פעיק ניוז »

בעריש סגל האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 2:17 pm

וואס מיינט עניני דעלמא? וואו עס זענען דא גוטע רעסטאראנטן און וועלכע ביעטש עס איז געשמאק? יא, דאס קען ער בעסער פון אונז. אבער וויסנשאפט? מדע. א געווענליכער גוי ווייסט נישט בחייכון וביומיכון.
איך זאג נישט אידן דארפן גיין אין קאלעדזש חלילה, אדער אז מיר דארפן זיין באהאווענט בחכמה יוונית.
חכמות התכונה און חוקי הטבע געהערט נישט דוקא פאר יון.
איך זאג נאר איזהו חכם המכיר את מקומו. מען זאל נישט זיין ווי דעם יעניגער וואס מ'האט אים געפרעגט צי ער רעדט פראנצויזיש. "איך האב קיינמאל פראבירט אבער מסתמא קען איך."
מיין נקודה איז איין זאך: די סיבה פארוואס ביי אונז זענען דא א סך מענטשן וואס זענען בועט אין דעם סיסטעם און זוכן אלטערנאטיווע מהלכים איז נישט צוליב'ן זיין ווייניגער עדיוקעיטעד פון דעם דורכשניטליכן גוי.
מען דארף פארשטיין אס נישט אין דעם ליגט אונזער קענטעניס. כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני כל העמים איז נישט געזאגט אויף סטאטיסטיקס און מאטעמאטיקס וואס מיר האבן נישט שטודירט.
מאטעמאטיקס לערנען, און סטאטיסטיקס האט דער דורכשניטליכער גוי אויך נישט שטודירט.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1231

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך ווירקליך »

דער שמועס פארט אריין אין א שיפן עקזיט...

האלאו, דער גוי וואס שטודירט דאקטעריי קען דאקטעריי, דער אלגעמיינער גוי קען עס נישט.

דער איד וואס שטודירט דאקטעריי קען דאקטעריי, דער אלגעמיינער איד קען עס נישט.

דאס אז מען האלט זיך קלוגער פון דאקטוירים איז נישט קיין אידישע זאך, נאר אן אלוועלטליכער וויירוס...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך פעיק ניוז »

ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 3:45 pm דער שמועס פארט אריין אין א שיפן עקזיט...

האלאו, דער גוי וואס שטודירט דאקטעריי קען דאקטעריי, דער אלגעמיינער גוי קען עס נישט.

דער איד וואס שטודירט דאקטעריי קען דאקטעריי, דער אלגעמיינער איד קען עס נישט.
פונקט אזוי. דער גוי וואס האט שטודירט דאקטעריי קען דאקטאריי, און דער אלגעמיינער גוי קען עס נישט אפילו אויב ער איז געגאנגען אין קאלעדזש, פשוט ווייל ער האט נישט שטודירט דאקטעריי. יעדער איינער קען זיין זאך וואס ער האט גענומען פאר זיך, אויסערדעם איז ער דער זעלבער אומוויסנדער ווי איך און דו.
דאס אז מען האלט זיך קלוגער פון דאקטוירים איז נישט קיין אידישע זאך, נאר אן אלוועלטליכער וויירוס...
אויך א נקודה. אבער אפילו אויב ביי אידן איז עס שטערקער איז עס נישט צוליב ווייניג לערנען.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
שרייב פאוסט