בלאט 4 פון 4

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 1:26 pm
דורך חלום חלמתי
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:00 pm שמע מייק בנוסח הידוע "נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש וכו' די לוואיע פון וכו' הגיב "לעצטנס קריגט מען זיך דא אויף שטותים..."
דעיס איז א מעשה מיט נעמען....

די בריסקער רב האט עס געזאגט ביים לוי' פון ****, אין הימל קריגט מען זיך אויף אזאנע נארישקייטן?!

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 4:26 pm
דורך הדסים
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:00 pm שמע מייק בנוסח הידוע "נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש וכו' די לוואיע פון וכו' הגיב "לעצטנס קריגט מען זיך דא אויף שטותים..."
שטארק...

Re: בליציגע מעשה'לעך - דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און פון קלוגע אידעלעך.

געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 3:27 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. שאלו מהדברי יואל שהמדובר קצת קינדעריש און זיי האפן אז ער וועט עס אויסוואקסן, ענה א קעלבל וואקסט אונטער און ווערט א אקס...

Re: בליציגע מעשה'לעך — דע מה שתשיב, פון גדולי ישראל און קלוגע אידעלעך

געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 2:47 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. דער ווילנער גאון האט זיין גאנץ לעבן בשום אופן נישט געוואלט גיין צו א דאקטער. ער האט געהאט א שיטה, אז אויב האט מען ריכטיגע בטחון דארף מען ניטאמאל גיין צו א דאקטער. אין זיינע עלטערע יארן האבן די קינדער גערופן צו אים א דאקטער, דער גאון איז געווען זייער ברוגז און האט נישט געוואלט זיך לאזן פונעם דאקטער אים צו אינטערזוכן.
האט דער דאקטער זיך אנגערופן: "דער רב זאל וויסן אז אפילו דער גלח גלייבט אין מיר מער וויפיל ער גלייבט אין יאשקע!"
האט דער גאון געענטפערט: "איך גלייב אויך אין דיר מער ווי איך גלייב אין יאשקע..."