"איר האט געמוזט באמבאדירן איראן מיר צו באפרייען?..."
ווי באקאנט הערשט יעצט אין ארץ ישראל א מצב מלחמה, פון צייט צו צייט צוקלינגען זיך די אלארמ'ס און מיסלס ווערן געזען אין די הימלען. אלעס ארבעט אין א עמערדזשענסי פארעם, און דאס נעמט נישט אויס די מיליטער און אנדערע רעגירונג אינסטיטוציעס. עס איז כמעט נישט פארהאן פובליק טראנספארטאציע, אומוויכטיגע געשעפטן זענען צוגעשפארט, און מענטשן זוכן זיך נישט סיבות ארויסצוגיין פון שטוב.
ווען מען רעדט פון דער נושא פון גיוס זעט מען דא אויך שטארקע קאנסעקווענצן. אלע לשכות הגיוס זענען צוגעשפארט, און אלע געריכט הייזער זענען פארמאכט. אלע פלענער ווערן אפגעשטופט, מען רעקרוטירט נישט און מען רופט נישט קיינעם זיך צו מאביליזירן אין די צייט. אלע וואס זייער רעקרויטמענט דאטום איז געווען באשטימט אויף די לעצטע וואך זענען געווארן אפגעשטופט אויף אן אנדער צייט.
עס איז טאקע א געוויסע ישועה פאר רוב בחורים וויבאלד אלעס איז פארפרוירן, אבער אזעלכע וואס דארפן דריגענד מסדר זיין זייערע פאפירן אנבאלאנגט מיליטערישע אנגעלעגנהייטן זענען אויך געשטראנדעט און קענען זיך נישט רוקן פאראויס.
איין דוגמא איז א בחור וואס דארף חתונה האבן די וואך אין אמעריקע אבער ער האט נאך נישט געהאט מסדר געווען זיינע מיליטערישע פאפירן. דער פלאן זיינער איז געווען זיך צו שטעלן פאריגע וואך און אלעס ענדיגן כדי ער זאל קענען ארויספארן, אבער פלוצלינג האט די מלחמה אויסגעבראכן און די לשכת הגיוס האט זיך צוגעשפארט, אזוי אז ער האט גארנישט געקענט טון.
און דאס איז אויסער די פראבלעם אז עס זענען בכלל נישטא קיין פלייטס פון ארץ ישראל ארויס, און ער דארף דאך חתונה האבן אין חו"ל אפאר טעג ארום. דער בחור האט פרובירט פארן דורך מצרים אבער ביים גרעניץ האט מען אפגעשטעלט און נישט געוואלט ארויסלאזן, וויבאלד ער האט א "עיכוב יציאה" וואס די מיליטער האט געשטעלט אויף אים.
דא האבן זיך די עסקני "מרכז עזרה ויעוץ" אריינגעלייגט בעובי הקורה, און מען ארבעט שווער אויף אלע פראנטן צו טרעפן א לעזונג צו דעם פראבלעם. אבער אין גרויסן איז יעצט אלעס אפגעשטעלט, און די מחזות וואס מען האט געזען אום די לעצטע פאר וואכן צווישן די ווענט פון אפיס, ווען שווערע צענדליגער זענען געקומען און אנגעקלאפט אויפן טיר צו באקומען הילף און ראט, זענען איצט דראסטיש אראפ, וויבאלד ווי ערווענט איז יעצט אלע מיליטערישע אינסטיטוציעס אנבאלאנגט גיוס ווי געפרוירן. גארנישט רוקט זיך נישט קיין ערגעץ.
עס איז אבער יא אינטערעסאנט אנצוצייכענען צוויי מעשיות פון בחורים וואס זייער ישועה איז אנגעקומען דווקא א דאנק די מלחמה אויסברוך:
א בחור וואס מען האט איינגעזעצט דאנערשטיג אין לופטפעלד, געציילטע שעות פאר די מלחמה אויסברוך, איז פאראורטיילט געווארן אויף 5 טעג טורמע. גלייך ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן זענען אלע טורמעס אריבער צו עמערדזשענסי מאדעל און אין אזא פאל באפרייט מען אלע ארעסטירטע וואס האבן נאר נאך א קליין צאל פון טעג צו פארציכטן זייער שטראף. דער בחור וואס האט באקומען בלויז 5 טעג איז אויפן ארט אהיימגעשיקט געווארן ב"ה.

- 20250611_105144.jpg (154.69 KiB) געזען געווארן 95 מאל
דער בחור געקייטלט אין לופטפעלד
א צווייטע מעשה איז געווען מיט א בחור וואס מען האט ארעסטירט נאך וואס ער איז איבער א יאר אן "עריק". לויט וואס עס האט געהייסן האט ער געזאלט באקומען אן עונש פון איבער א יאר זיצן אין תפיסה.
דעם בחור האט מען ארעסטירט דאנערשטאג און מען האט אים געברענגט צום געריכט. די געריכט איז פארגעקומען דאנערשטאג פארנאכט, אבער עס איז נישט געווען אויפן ארט א לויער וואס זאל אים פארטיידיגן. דער ריכטער איז געווארן בייז און דעריבער באשטימט א געריכט אויף צומארגנס 10:00 אינדערפרי. דאס איז געווען ווי א סארט עונש פאר די פארנאכלעסיגקייט פונעם אדוואקאט וואס האט זיך נישט געשטעלט אין צייט צום געריכט, און דעריבער האט אים דער ריכטער ווי געשטראפט אז אויף מארגן, פרייטאג, וועט ער שוין אין די פריע שטונדן פון טאג מוזן ארויספארן קיין צפון ארץ ישראל כדי צו זיין ביים געריכט אין צייט.
אבער ווי אלע ווייסן איז דריי אזייגער פארטאגס די מיטל מזרח אריבער א שטארקע טרייסל, אלע פלענער זענען צונישט געווארן, די געריכט איז צוגעשפארט געווארן און אלעס איז אריבער אויף א מצב מלחמה.
די געריכט וואס איז געווען באשטימט צו פארקומען פרייטאג צופרי איז בטל געווארן.
היות וואס לויטן געזעץ טאר מען נישט האלטן אן ארעסטאנט מער פון 24 שעה אן קיין דירעקטיוו פון א ריכטער זענען זיי געווען געצווינגען ארויסצולאזן פריי דעם בחור.
דער בחור האט גלייך אנגעקלונגען הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א און געפרעגט מיט א שמייכל "איר האט געמוזט באמבאדירן איראן מיר צו באפרייען?..."