איך מיין נישט גארנישט
עפעס דראסטיש ברויך געטוען ווערן ASAP
סתם ברענגן דא די ביטערע נייעס וועט גארנישט העלפן
אדרבא
תשועה ברוב יועץ
זאל דער ציבור זאגן וואס איז שייך צו טוען
איך מיין נישט גארנישט
היימיש האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 6:59 pmאיך מיין נישט גארנישט
עפעס דראסטיש ברויך געטוען ווערן ASAP
סתם ברענגן דא די ביטערע נייעס וועט גארנישט העלפן
אדרבא
תשועה ברוב יועץ
זאל דער ציבור זאגן וואס איז שייך צו טוען
פאר די זעלבע סיבה פארוואס די האסט אויסגעמעקט א חלק פון דיין ארגינעלע מעסעדש...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 7:02 pm
פארוואס האסטו אויסגעמעקט א חלק פון דיין ארגינעלע מעסעדזש, און געלאזט נאר די וואס כ'האב ציטירט?
אלנפאלס, ברענג טאקע עפעס א גוטע עצה.
סיריעסלי? איר האלט טאקע אז ביז יעצט איז נאר געווען מרכז עזרה ויעוץ?
ביטע פארפיר נישט די שמועס.
ביזדערווייל איז נאר דא מרכז עזרה ויעוץ, וואו א בחור אדער אינגערמאן קען געהאלפן ווערן מהחל ועד כלה אומזינסט.
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 3:26 pm בילדער פון נעכטן נאכמיטאג.
אזוי זעט לעצטנס אויס טעגליך אין מרכז עזרה ויעוץ.
חסידישע, ליטווישע, אשכנזישע, ספרדישע, יעדער צוגלייך קומט זיך בעטן מ'זאל ראטעווען. ממש מען קומט נישט נאך די אומגעהויערע ארבעט, אין די צייט וואס ס'איז דא ארעסטן אויך, און ס'איז דא פרישע גזירות אויך וואס פארשווערן די פראצעדורן וכו'.
איר האט דאס שוין געפרעגט עטליכע מאל.
און אנדערע ווערטער איר 'הייבט הענט', אז רוב רובם פונעם ארץ ישראל אידענטום קען מען איצט נישט העלפן?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:23 pmאיר האט דאס שוין געפרעגט עטליכע מאל.
יעצט קומט מיט אייער פארשלאג ביטע.
עס שיינט שטארק אז א גרויסע פראטעסט וועט גארנישט אויסמאכן, זינט מ'האט עס שוין געטון אין די לעצטע 10 יאר אפילו ווען ס'איז נישט געווען אזא מצב בכלל. מ'האט שוין געליאמערט און געשריגן און הייזעריג געווארן און אויפגעטון אגעוואלד דערמיט... ווייס איך נישט וואס מ'קען יעצט טון מער.
ראטעווען אחב"י איינער נאך די אנדערע, דאס קען מען זיכער.