פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 8:31 pm
נישט גענוי.
געוויסע האבן גראד געוויסט אז עס האט מסתם נאר ערגער געמאכט, אפילו אויב נישט האט עס גארנישט בעסער געמאכט, און אויב יא האט עס נאר פארבעסערט אין פראקטיק אבער אין טעאריע בלייבט די גזירה, און אויב נישט איז אבער די עדיוקעישאן דעפארטמענט ווייטער רשעים וואס זוכן אונטערצוברענגען און זיי זענען שטערקער.
אפשר קענט איר אנצייגן ווער און וואו זענען די געוויסע וואס האבן גלייך געוואוסט אז עס האט מסתם נאר ערגער געמאכט?
פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 8:31 pm
אדער זענען דא די וואס האבן אדורכגעפירט דעם געזעץ וואס האט
אפגעשאפן די אטאריטעט פון די עדיוקעישאן דעפארטמענט, מען האט אנערקענט אז זיי גייען פראבירן צו טרעפן לעכער דערין, און צו טון אלעס וואס זיי קענען צו שטערן,
אזוי? עס האט ממש אפגעשאפן די אוטאריטעט פון די עדיוקעשאן באאמטע? אפשר צייגט איר אן א ווארט אין געזעץ וואס 'שאפט אפ' זייער אוטאריטעט?
במחילת כבודכם רעדט איר דא זייער דעמאגאגישע און איבערגעטריבענע ווערטער
און ווי עס שיינט רעכענען זיך די עדיוקעשאן דעפארטמענט נישט צו שטארק מיט אייער מיינונג, און זיי געבן צוביסלעך ווייטער ארויס זייערע פארארדענונגען,
העכסנטנס קענט איר זאגן אז דער געזעץ האט זיי געמאכט שווערער און מער קאמפליצירט וויאזוי נאכצוגיין די מוסדות
פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 8:31 pm
אבער אצינד איז כאטש די געזעץ אויף אונזער זייט. און יעדעס ווארט איז ב"ה איבערגעקוקט געווארן אז עס זאל ברענגען די געוואונטשענער תועלת.
א חלק פון די ווערטער, דהיינו דאס וואס מען האט צוגעלייגט צו ראטעווען די 6 מוסדות, זעהט מען נאכנישט וויאזוי די איבערקוקן האט זיכער געמאכט צו ברענגען די געוואונטשענע תועלת
העמיר זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן מיט די איבריגע איבערגעקוקטע ווערטער, למשל די ווערטער וואס זאגן אז די פעטוועיס טוען מאכן אז די מוסד איז 'רעקאגנייזד' וכדו'
פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 8:31 pm
און אויך האבן זיי נישט געפליפ פלאפט איבער די פעלדער געזעץ, פעלדער איז געווען א ישועה בשעתו ווען עס האט 'ערלויבט' די רעגירונג צו אנערקענען אונזער חינוך, און די יעצטיגע איז בעז"ה א ישועה גייענדיג פאראויס ווען עס 'צווינגט' די רעגירונג צו
אנערקענען אונזער חינוך.
אפשר זענט איר מסביר וויאזוי די געזעץ צווינגט צו אנערקענען אונזער חינוך?
עס צווינגט זיי צו זיין צופרידן מיט די ביסל לימודי חול וואס מען האט געלערנט ביז יעצט?
אדער גאר צווינגט עס זיי צו אנערקענען אונזער לימודי קודש מען זאל בכלל נישט דארפן לערנען לימודי חול?
דאס אז ווען א סקול גיבט טעסטס דארף עס ווערן 'רעקאגנייזד' אלץ עקוויוועלענט, מיינט נישט אז זיי אנערקענען 'אונזער' חינוך, נאר אז זיי שטעלן די מוסד אויף די חזקה אז מען געט 'זייער' חינוך, וד"ל.