
בצל הקודש

סאטמאר מהר"א
=מיטוואך ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע שעהנברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל שלמה יאקאב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר נסים סאאל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די תלמידי כתות ג'ד'ה' ווי דער רבי איז אריין אין עטליכע כיתות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר קליין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' דוב בער פאלאטשעק הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אסף וואלבערג הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א זילבערשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל אהרן אייזדארפער הי"ו און הרה"ח ר' הערש בער מייזעלס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד דברי חיים,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
אויך זענען אריין די עסקני וראשי 'קרן אברהם יוסף' שע"י מבצר הכוללים פון ווי עס ווערט פארטיילט אריבער א האלב מיליאן דאלער א יאר פאר מוסדות עטה"ק בארה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פונעם קרן ווי מען האט ארויסגעברענגט אז אינאיינעם מיט די אנדערע קרנות וועלכע גייען אן אן עטליכע בתי מדרשים איבער קרית יואל ווערט פארטיילט קרוב צו א מיליאן דאלער פאר די מוסדות הק'!
דער רבי האט שטארק מחזק געווען די עסקנים און ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל ברא"ל בראך הי"ו און הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.
נאך מעריב איז אריין בקודש פנימה הרה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן ולרפו"ש,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.
~

~