בלאט 242 פון 621

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 1:53 pm
דורך גרינטליך
טייערע ברידער אין גוואטימאלע
למען השם ווען עט'ס פארט ארויס קיין אמירקה לאזט איבער ענקער סמארטפון'ס דארט מען וועט ענק צישטעלען שיין כשר'ע פון'ס

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 2:34 pm
דורך שווערמער
► Show Spoiler
די געדאנק פון התאחדות יראים וועט זיין די אויסוואל פון דאס רוב דארט מסתמא, איז בעצם וואס וואלט סיי ווי געשען נאטירליך.

און בעצם דארף קיינעם נישט אנצוגיין אז אידן עס נישט דבר מן החי, און נעמען אלע זייערע protein פון באנדלעך און אוואקאדע - פארהאן אסאך יראים אין אמעריקע וואס עסן נישט בשר בהמה, אדער ברוילער טשיקנ'ס, און א פולקאמער וועגעטאריער איז היבש א גאנגבארע ארטיקל אפילו ביי די גוים... אויך זייער לבוש איז סך הכל וואס די ספרדים פלעגן גיין הונדערטע יארן (אויסער די לבוש פון די יונגע מיידלעך און יונגלעך). זייער פעלערהאפטיגער חינוך (אן גמרא) גייען זיי סתם אזוי נישט אנהאלטן, עונשים אויך נישט (בכפיה, איבער סיגופים וואס א יחיד נעמט אויף זייער קען מען נישט האבן עכט קיין טענות). דאס אז שלמה וועט נאך זיין ביי זיי הייליג איז אפשר נישט ריכטיג, אבער זיי וועלן נישט זיין די איינציגע וואס גלייבן אין א פאלשער מאן.

אבער וואס שמעקט מיר נישט איז אז דער נישט-חבורה האט כללים און הלכות וואס די הנהלה מיט די וויינגארטנ'ס האבן אויפגעמאכט. אלע הלכות און כללים דא האבן נישט קיין לאגישן באזיס. שכל דארף יעדע איד נוצן, צו וויסן וויאזוי זיך צו פירן אז משוגע צו מאכן זיין שטוב וכולי, אבער דאס פארמולירן ווי כללים און דינים, פון פינגער ארויס, איז ווייטער קולטיש.
בפרט איז באזארגנד אז יעקב נחום האט געטראפן א פישל, וואס דער גאנצע חשש איז עורבא פרח, כ"ש דער נייער היתר איז געהאקט א טשייניק, און סאך הכל נאך א וועג וויאזוי ער וועט אנהאלטן קאנטראל.
אויב דאס בלייבט ביי דעם קומט אויס אז זיי גייען צוריק צו תקופת מאנסי, און אין 30 יאר ארום איז מפטירין כדאתמול...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 2:40 pm
דורך געדרונגען
בשמים הודו האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:15 am
גדליה האט געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2025 5:08 pm טייערע אידן מיין הארץ וויינט!

כ'האב נארוואס געהאט א לענגערע שמועס מיט איינע פון די לעכטיגע יוצאי לב טהור, א זיסע געשמאקע בחור'ל (אינגערמאן), און צווישן אנדערע האט ער זיך אויסגערעדט זיין גרויס ווייטאג אז היתכן די הנהלה פון לב טהור חיים צבי מלכא און פסח אברהם יואל גאלדמאן
► Show Spoiler

דא האט מען געווען פארנומען אייער נעכטן אים צו באגראבן
פנים חדשות באו לכאן.
באזונדער טענות קען נאך זיין, די שאלה וואס מען טוהט מיט טענות

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 2:43 pm
דורך סענס אף יומער
נעכטן נאכט איז ב''ה ארויסגעקומען נאך א לב טהור מיטגליד פון גואטעמאלא.

מרדכי צמח לעווי, אן איידעם ביים חכם נחמן העלבראנץ, און וועמענס ווייב איז נאך דערווייל אין שעלטער זייענדיג אונטער 18 יאר, האט נעכטן פארלאזט לב טהור און ארויסגעפארן פון גואטעמאלא.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 2:46 pm
דורך גרינטליך
געדרונגען האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 2:37 pm
פרשת בראשית האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:30 am
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:20 am

1. גערעכט. אבער וואס דען זאל מען טון? זאג דו. עס איז באין ברירה.

2. גם אני מצטרף, מהאט אראפגעריסן ר’ שמואל זז”ג אלץ איינער פון לב טהור וכו’ למעשה האט ער דאס מערסטע א טיעפע פארשטאנד צו זיי. דעריבער קען ער מער אויפטון, במידת מה אפילו מער ווי אונז דערויסענדיגע ביי וועמען די גאנצע לב טהור איז חזיר טריף. אויב איינער פון זיי האט א מהלך פון יהדות אן קיין רציחות און נארמאלערהייט בכי טוב מסדר זיין די נושא, און דערצו נאך לאזן די וועלכע ווילן ממשיך זיין אויף די פרומע שטייגער, מה אומר? כל הכבוד לו ולהמסייעים בידו! ב”ה פאר דעם!

די מלחמה איז גוט געווען כל זמן מהאט נישט געהאט קיין צווייטע מהלך. אבער אז עס איז דא א צווייטע מהלך דארפן די לוחמים אויכעט אראפקומען פון בוים.
100% גערעכט די לוחמים דארפן אויכעט אויף הערן מיט די וועג פון פארגיסן בלוט (אפי' עס איז געווען לשם שמים), און לאזן די זאך פארן ווייטער אויף א זיסע וועג, זיי האבן שוין גענוג געליטן.

אחים היקרים נישט פארגעסן פון ווי וועלן זיי יעצט האבן די הון תועפות וואס וועט אפקאסטן זייער גאנצע אריבער קומען און הייזער וכו' וכו' וכו'
לויט ווי עס זעהט מיר אויס וועלן יעצט ארויס פליען חברה קיין אמעריקע משפּחה נאך משפחה
ווען קימט איר ארויס פין גוואטעמלע, מען וויל אייך ווארעם שיין אויף נעמען דא אין ניו יורק
אזוי ווי ס' מאכט זיך פון מאהל צי מאהל דארף מען זיין שטרענג צי א קינד מרוב אהבה צי דעם קינד, האט מען געמוזט גיין שטארק דארטען.
מען וואלט געקענט האלטען דארט ווי מען האלט ווען יעצט 6 חדשים ציריק וואס זאל מען טוהן ס' האט געדוירט א האלבע יאר פאר דאס קינד צי כאפען די גיים האט זיך גענדיקט אין די ס' צייט א היים צי גיין.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 2:48 pm
דורך חנן
גרינטליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 1:00 pm
► Show Spoiler
דאס וואס איר שרייבט:
יעקב נחום וויינגארטן איבער געוויסע סארט פיש וואס מען קען יא עסן אפיציעל
איז דאס נישט א עקעלדיגער טאקטיק, צי קענען בלייבען רימוטלי די רב המכשיר פין די יודען וואב מען קען יא אדער נישט עסען?
דהיינו: אויב וועט מען ווייטער אסר'ן אלע PROTEIN וועט דער עולם וואס איז אין "התאחדות היראים" דאס נישט אנהאלטען צי לאנג איין מאהל מעז ארויס פין גוואטימאלא.
דער רגע זיי זענען מתיר א מין פיש, פשט אז ער איז נאך שולט אויף די רעכטען וואס יענער מעג יא אדער נישט עסען.
אין ס' בלייבט נאר די פאר, ארעסטירט באנדיטען מעגען באשטעטיגען וואס מען מעג עסען צי נישט, נישט די רבנים פין כלל ישראל.
אין דעם אנדערן פאוסט ערקלערט ר' שמואל זייער שיין פארוואס עס איז כמעט קריטיש דער אויסוואל פון התאחדות היראים. דער האפענוג איז נאר אז ס'זאל זיך טאקע אויסארבעטן גוט און נישט ווי דיינע חששות..

#מיין פארשטאנד

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 2:51 pm
דורך טיש און בענקל
ים התלמוד האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 1:06 pm
גרינטליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 1:01 pm
גארנישט האט געשריבן: דינסטאג יוני 17, 2025 10:46 pm אפשר האט איינער די ספרים פון דעם פריערדיגען מנהיג פון לב טהור אין חסידות און קען אהערברענגען
(סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאכט זיך קיינער האט נישט קיין טענות אויף די ספרים געהאט)
אפשר איינער פון אחינו היקרים עד למאוד פון לב טהור, (אויב רעד מען שוין אזוי אפעציעל אז מיר זיצן מיט זיי אינאיינעם)
פארשטייט זיך אז פריוואט איז אויכעט גוט
נישט ספרים נאר BOOKS
אגב מען ברויך מברר זיין הלכה'דיג צי מען דארף דאס הלכה'דיג פארברענען צי נישט. ואכמ"ל בעניין
וואס איז שלעכט מיט די ספרים?
א גאר שלעכטער מענטש האט דאס געשריבן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 2:54 pm
דורך א שרייבער
שווערמער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 2:34 pm
אבער וואס שמעקט מיר נישט איז אז דער נישט-חבורה האט כללים און הלכות וואס די הנהלה מיט די וויינגארטנ'ס האבן אויפגעמאכט. אלע הלכות און כללים דא האבן נישט קיין לאגישן באזיס. שכל דארף יעדע איד נוצן, צו וויסן וויאזוי זיך צו פירן אז משוגע צו מאכן זיין שטוב וכולי, אבער דאס פארמולירן ווי כללים און דינים, פון פינגער ארויס, איז ווייטער קולטיש.
בפרט איז באזארגנד אז יעקב נחום האט געטראפן א פישל, וואס דער גאנצע חשש איז עורבא פרח, כ"ש דער נייער היתר איז געהאקט א טשייניק, און סאך הכל נאך א וועג וויאזוי ער וועט אנהאלטן קאנטראל.
אויב דאס בלייבט ביי דעם קומט אויס אז זיי גייען צוריק צו תקופת מאנסי, און אין 30 יאר ארום איז מפטירין כדאתמול...
עס איז בסך הכל פאר די יוצאים ביזדערווייל וואס האבן נאך ווייניגער עסן ווי אין לב טהור, ווייל זיי האבן נישט זייער מעל מיט אויל וכדו'.

איינמאל די קהילה איז פארמאכט גייען אטאמאטיש ארויספאלן אלע מייז פון די פיש וכדו'

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 2:57 pm
דורך גרינטליך
חנן האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 2:48 pm
גרינטליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 1:00 pm
► Show Spoiler
דאס וואס איר שרייבט:
יעקב נחום וויינגארטן איבער געוויסע סארט פיש וואס מען קען יא עסן אפיציעל
איז דאס נישט א עקעלדיגער טאקטיק, צי קענען בלייבען רימוטלי די רב המכשיר פין די יודען וואב מען קען יא אדער נישט עסען?
דהיינו: אויב וועט מען ווייטער אסר'ן אלע PROTEIN וועט דער עולם וואס איז אין "התאחדות היראים" דאס נישט אנהאלטען צי לאנג איין מאהל מעז ארויס פין גוואטימאלא.
דער רגע זיי זענען מתיר א מין פיש, פשט אז ער איז נאך שולט אויף די רעכטען וואס יענער מעג יא אדער נישט עסען.
אין ס' בלייבט נאר די פאר, ארעסטירט באנדיטען מעגען באשטעטיגען וואס מען מעג עסען צי נישט, נישט די רבנים פין כלל ישראל.
אין דעם אנדערן פאוסט ערקלערט ר' שמואל זייער שיין פארוואס עס איז כמעט קריטיש דער אויסוואל פון התאחדות היראים. דער האפענוג איז נאר אז ס'זאל זיך טאקע אויסארבעטן גוט און נישט ווי דיינע חששות..

#מיין פארשטאנד
איר ענטפערט נישט מיין קשיא.
איך רעד וועגען יעקב נחום, נאך טרעפען א וועג צי האלטען קונטרול
איך זע אז @שווערמער האט דאס אויך באטוינט נאך מיר.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 3:01 pm
דורך גרינטליך
א שרייבער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 2:54 pm
שווערמער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 2:34 pm
אבער וואס שמעקט מיר נישט איז אז דער נישט-חבורה האט כללים און הלכות וואס די הנהלה מיט די וויינגארטנ'ס האבן אויפגעמאכט. אלע הלכות און כללים דא האבן נישט קיין לאגישן באזיס. שכל דארף יעדע איד נוצן, צו וויסן וויאזוי זיך צו פירן אז משוגע צו מאכן זיין שטוב וכולי, אבער דאס פארמולירן ווי כללים און דינים, פון פינגער ארויס, איז ווייטער קולטיש.
בפרט איז באזארגנד אז יעקב נחום האט געטראפן א פישל, וואס דער גאנצע חשש איז עורבא פרח, כ"ש דער נייער היתר איז געהאקט א טשייניק, און סאך הכל נאך א וועג וויאזוי ער וועט אנהאלטן קאנטראל.
אויב דאס בלייבט ביי דעם קומט אויס אז זיי גייען צוריק צו תקופת מאנסי, און אין 30 יאר ארום איז מפטירין כדאתמול...
עס איז בסך הכל פאר די יוצאים ביזדערווייל וואס האבן נאך ווייניגער עסן ווי אין לב טהור, ווייל זיי האבן נישט זייער מעל מיט אויל וכדו'.

איינמאל די קהילה איז פארמאכט גייען אטאמאטיש ארויספאלן אלע מייז פון די פיש וכדו'
ווען מען לאזט ווייטער גארנישט וועט זיך עס נישט האלטען.
אבער די מינוט יעקב נחום האט איין זאך, בלייבט ער באלאבאס, ווייל עס ווענט זיך אין זיין משוגעת צי מתיר זיין נאך עפעס מארגען טאמער ער וויל.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 3:07 pm
דורך וואס דען
שווערמער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 2:34 pm
אויב דאס בלייבט ביי דעם קומט אויס אז זיי גייען צוריק צו תקופת מאנסי, און אין 30 יאר ארום איז מפטירין כדאתמול...
אויב זיי וואלט'ן געבליבן אין קאפ אזוי אנדערש אין דערמיט וואלטן זיי אויך זיך געמישט מיט היימישן עולם וואלט דאס געווען ערגער ווייל קיינער וויל נישט אז מזאל איהם מסביר זיין אז בעצם זיין קאפ ארבעט נישט ריכטיג.. אדער ערגער אז זיינע עלטערן\קהילה איז נישט ווי עס דארף צו זיין...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 3:08 pm
דורך על פי תורה
עס איז נישט קיין טובה פאר קיינעם צו דיסקאסירן דעם נושא
סאיז דיני נפשות
ביטע נישט ממשיך זיין
ואתכם הסליחה

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 3:33 pm
דורך נישט אינטערעסירט
נישט אינטערעסירט האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 10:13 am
► Show Spoiler
נישט גערעכט אז מען נעמט א מענטש וואס האט שוין פאר יארן נישט געמאכט אן אייגענע באשלוס, און פלוצלונג ווארפט מען ארויף אזא באמבע אויפן קאפ!! אזא לייף דעסיזשען!!

אבער די אנטוויקלונג לעצמו איז מורא'דיג, ב"ה!!

ספעשל שאראוט פאר @שמואל פוקס פארן נעמען די מיה אזוי הערליך צו אינפארמירן דעם עולם!!
וואס איך האב געמיינט צו זאגן, א טענה אויף הנהלת וזקני לב טהור.
פארוואס געבסטו א ווארף ארויף די החלטה אויף דעם מענטש וואס די האסט פון איהם אוועקגענומען יעדעס ביסל קאנפידענס צו קענען טראכטן אליין!

זאג די איהם וואס צו טוהן...

אויב איך פארשטיי עס ריכטיג איז די פראבלעם אזוי, בעצם וואלטן די ר"מ מיטן אב"ד און די סופרים וכו' קלאר געהייסן יעדעם ארויסגיין פון גואטאמאלא, ד.ה. נישט פאלגן די חכם.
נאר היות דער חכם האט דאך למעשה יא געזאגט אז מען זאל בלייבן קענען זיי נישט קלאר באפעלן אנדערשט... ממילא דארפן זיי איבערגעבן די החלטה פאר יעדעם באזונדער.

מיין פראבלעם איז נאר אז דער עולם ווייסט דאך נישט וויאזוי צו טראכטן אליין, ספעציעל די בית יעקב - אלו הנשים.

זאל דער אייבערשטער זיי אלע חונן דעת זיין, ובחרת בחיים!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 4:08 pm
דורך סענס אף יומער
ווי באקאנט טוהט דער לב טהור פירער נחמן העלבראנץ אין די לעצטערע יארן אנפירן פון טורמע מיט אלע מעשי רציחה אינעם קולט דורך א טעלעפאן וואס מ'האט אים אריינגעשווערצט. אין די לעצטערע חדשים, נאכן אנטדעקן זיין באהאלטענע טעלעפאן, האט מען אים אריינגעווארפן אינעם לאך - solitary confinement צוליב דעם הארבן פארלעצונג פון פארמאגן א טעלעפאן אין טורמע.

דאס שמאכטן אינעם לאך האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון אויספירן ווייטער זיינע נידריגע מעשים, און ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיינע שטילע אקטיוויטעטן דורך זיין וויזיטער און ידא אריכתא א.י.ר. הידוע.

נאכן אים כאפן מיט אזעלכע פארברעכערישע אקטן, האבן די טורמע באאמטע גענומען דעם קומענדיגן שטאפל און אים אריינגעלייגט אונטער א פראגראם וואס רופט זיך דיזעל טעראפי. דאס באדייט אז א יעדע איינציגסטע חודש טוישט מען אריבער דעם ארעסטאנט צו א צווייטע טורמע, און דאס קומט פארשטייט זיך מיט עקסטרעם ביטערע פיזישע און גייסטישע מיטמאכענישן. (מעט מן המעט וואס די אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך אין לב טהור אונטער זיין ברוטאלע דיקטאטורשאפט).

די ארעסטאנט ווערט אינגאנצן פארבינדן אין קייטן, עפעס וואס טוהט גאר שטארק באגרעניצן דעם ארעסטאנט פון זיך קענען געהעריג באוועגן פאר לאנגע וואכן. (כמעט אזעלכע יסורים ווי די מלקות און תיקונים אין לב טהור).

די טראנספארט פון איין טורמע צום צווייטן ווערט דורכגעפירט מיט ספעציעלע באסעס אדער ווענס, און די רייזעס קענען געדויערן וואכן לאנג, זיך געפינענדיג אינאיינעם מיט די ערגסטע ארעסטאנטן. (א שטייגער ווי זיי האבן ארומגעטראגן און ארומגעשלעפט דעם גאנצן לב טהור קהילה פאר איבער א יאר צייט ממדינה למדינה).

די באדינגונגען זענען שרעקליך ענג, זיצנדיג אויף שמאלע מעטאלענע בענקלעך אזש מען קען ממש נישט רירן די פיס. (א בחינה ווי מען פלעגט צווינגען קליינע קינדער צו שטיין אויף איין פלאץ אן זיך רירן פאר לאנגע שעות כדי צו באקומען א תיקון).

עירקאנדישאן איז מאן דכר שמיה, זיך בראטנדיג אין די שרעקליכע זומער היצן. (ווייט ווייט פון די שרעקליכע אומשטענדן אונטער וועלכי די אלע משפחות האבן געוואוינט אינעם דרוקעריי ווערהאוז, אסאך ערגער ווי פיר פיסיגע בעלי חיים).

די בתי כבוד זענען גאנץ אפט ארויס פון באנוץ , וואס ברענגט די ארעסטאנטן נישט צו עסן אדער טרינקען כדי נישט צו דארפן ארויסגיין. (ממש ווי אין בבל וואו מ'איז ארויסגעגאנגען אין פלעסטיק בעגס אדער אין וואלד נאכן פארמאגן קנאפע 4 בתי כבוד פארן גאנצן ציבור, וואס אפילו די דאזיגע פיר איז אויך כמעט קיינמאל נישט געווען אין באנוץ)

די טעגליכע מאלצייטן טוען באשטיין פון מינימאלע ברויט און וואסער. (פון די קליינע תיקונים וואס יונגע אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך מידי יום ביומו)

כסדר'דיגע סטאפס אינמיטן וועג ביי די קאונטי אדער פעדעראלע טורמעס קענען געדויערן לאנגע טעג און וואכן.
(א שטייגער ווי מען פלעגט איינשפארן קליינע קינדער פאר לאנגע חדשים אינעם ווייבער שול אין בבל.)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 4:12 pm
דורך סענס אף יומער
מעביר על המידות האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:36 am
► Show Spoiler
מורא'דיג!!!!!!!!!!! געוואלדיג !!!!!!! ב''ה שהגיענו לזה
אגב וואס איז מיט אירע קינדער? זי האט נאך קינדער אין שעלטער?
יא, די געריכט איז קומענדיגע וואך דאכט זיך.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 4:15 pm
דורך סענס אף יומער
לעבער אייער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 1:44 pm חיים יענקל בן משה יוסף ראזנער האט צוריק באקומען זיינע קינדער
מער פרטים?
אויף צייטווייליג אונטער די זעלבע תנאים פון פובליק סקול וכו' ווי אין די פריערדיגע קעיסעס, און באשטימט א פרישע געריכט דאטום.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 4:33 pm
דורך גרינטליך
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 4:15 pm
לעבער אייער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 1:44 pm חיים יענקל בן משה יוסף ראזנער האט צוריק באקומען זיינע קינדער
מער פרטים?
אויף צייטווייליג אונטער די זעלבע תנאים פון פובליק סקול וכו' ווי אין די פריערדיגע קעיסעס, און באשטימט א פרישע געריכט דאטום.
ער פאלגט נישט זיין טאטע די ר"מ?!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 4:45 pm
דורך על פי תורה
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 4:08 pm ווי באקאנט טוהט דער לב טהור פירער נחמן העלבראנץ אין די לעצטערע יארן אנפירן פון טורמע מיט אלע מעשי רציחה אינעם קולט דורך א טעלעפאן וואס מ'האט אים אריינגעשווערצט. אין די לעצטערע חדשים, נאכן אנטדעקן זיין באהאלטענע טעלעפאן, האט מען אים אריינגעווארפן אינעם לאך - solitary confinement צוליב דעם הארבן פארלעצונג פון פארמאגן א טעלעפאן אין טורמע.

דאס שמאכטן אינעם לאך האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון אויספירן ווייטער זיינע נידריגע מעשים, און ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיינע שטילע אקטיוויטעטן דורך זיין וויזיטער און ידא אריכתא א.י.ר. הידוע.

נאכן אים כאפן מיט אזעלכע פארברעכערישע אקטן, האבן די טורמע באאמטע גענומען דעם קומענדיגן שטאפל און אים אריינגעלייגט אונטער א פראגראם וואס רופט זיך דיזעל טעראפי. דאס באדייט אז א יעדע איינציגסטע חודש טוישט מען אריבער דעם ארעסטאנט צו א צווייטע טורמע, און דאס קומט פארשטייט זיך מיט עקסטרעם ביטערע פיזישע און גייסטישע מיטמאכענישן. (מעט מן המעט וואס די אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך אין לב טהור אונטער זיין ברוטאלע דיקטאטורשאפט).

די ארעסטאנט ווערט אינגאנצן פארבינדן אין קייטן, עפעס וואס טוהט גאר שטארק באגרעניצן דעם ארעסטאנט פון זיך קענען געהעריג באוועגן פאר לאנגע וואכן. (כמעט אזעלכע יסורים ווי די מלקות און תיקונים אין לב טהור).

די טראנספארט פון איין טורמע צום צווייטן ווערט דורכגעפירט מיט ספעציעלע באסעס אדער ווענס, און די רייזעס קענען געדויערן וואכן לאנג, זיך געפינענדיג אינאיינעם מיט די ערגסטע ארעסטאנטן. (א שטייגער ווי זיי האבן ארומגעטראגן און ארומגעשלעפט דעם גאנצן לב טהור קהילה פאר איבער א יאר צייט ממדינה למדינה).

די באדינגונגען זענען שרעקליך ענג, זיצנדיג אויף שמאלע מעטאלענע בענקלעך אזש מען קען ממש נישט רירן די פיס. (א בחינה ווי מען פלעגט צווינגען קליינע קינדער צו שטיין אויף איין פלאץ אן זיך רירן פאר לאנגע שעות כדי צו באקומען א תיקון).

עירקאנדישאן איז מאן דכר שמיה, זיך בראטנדיג אין די שרעקליכע זומער היצן. (ווייט ווייט פון די שרעקליכע אומשטענדן אונטער וועלכי די אלע משפחות האבן געוואוינט אינעם דרוקעריי ווערהאוז, אסאך ערגער ווי פיר פיסיגע בעלי חיים).

די בתי כבוד זענען גאנץ אפט ארויס פון באנוץ , וואס ברענגט די ארעסטאנטן נישט צו עסן אדער טרינקען כדי נישט צו דארפן ארויסגיין. (ממש ווי אין בבל וואו מ'איז ארויסגעגאנגען אין פלעסטיק בעגס אדער אין וואלד נאכן פארמאגן קנאפע 4 בתי כבוד פארן גאנצן ציבור, וואס אפילו די דאזיגע פיר איז אויך כמעט קיינמאל נישט געווען אין באנוץ)

די טעגליכע מאלצייטן טוען באשטיין פון מינימאלע ברויט און וואסער. (פון די קליינע תיקונים וואס יונגע אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך מידי יום ביומו)

כסדר'דיגע סטאפס אינמיטן וועג ביי די קאונטי אדער פעדעראלע טורמעס קענען געדויערן לאנגע טעג און וואכן.
(א שטייגער ווי מען פלעגט איינשפארן קליינע קינדער פאר לאנגע חדשים אינעם ווייבער שול אין בבל.)
זאל דער אייבישטער העלפן ער זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה, איבערבעטן אלע בא'עוול'טע, און אויסגעלייזט ווערן פון די יסורים צו קענען האבן א נייע לעכטיג לעבן בעז''ה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 4:54 pm
דורך גרינטליך
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 4:45 pm

טאקע א געפערליכער יונג וואס דארף תשובה טוהן אויף אלע זיין רשעות, אין יודיש בלוט וואס ער האט פארגאסען.
אויב ס' בכלל מעגליך צי תשובה טוהן אויף ציברעכען יודישער משפחות, ווייל ס' האט איהם באגליסט.
אדער אנדערע עוולות.
אבער נעבעך, ער איז דאך פארט א יודיש קינד.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 4:55 pm
דורך ים התלמוד
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 4:08 pm
► Show Spoiler
דאס איז פרישע נייעס?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 4:59 pm
דורך סענס אף יומער
היינט איז פארגעקומען נאך א געריכט אין גואטעמאלא וואו ס'איז ב"ה באפרייט געווארן נאך א פאמיליע פון עטליכע קינדער ארויס פונעם שעלטער.

די רעדע איז פון משפחת יוסף חיים יהוידע ביינוש-הורוויץ, די שטיף טאטע פון די הורוויץ בחורים וועלכע זענען באפרייט געווארן עטליכע חדשים צוריק. צום געריכט זענען געקומען א שוועסטער און א מומע פונעם טאטן צו נעמען resource אויף די 8 קינדער וועלכע זענען געהאלטן געווארן אין שעלטער ביז יעצט, און טראץ דעם וואס די מאמע זעלבסט קען דערווייל נישט ארויספארן פון גואטעמאלא נישט האבנדיג די נויטיגע פאפירן, האט זי אבער געגעבן איר קלארע צושטימונג ארויסצונעמען די קינדער און ארויספארן קיין ניו יארק צוזאמען מיט די טאטע, אויסער דאס פיצל קינד וועלכע איז געבוירן געווארן שוין נאכן איבערפאל וועט נאך פארבלייבן צוזאמען מיט די מאמע. און מיט דעם ווערט ב"ה נאך א פאמיליע באפרייט און פארן ארויס קיין ניו יארק זיך באזעצן צווישן היימישע אידן.

ווי אויך איז פארגעקומען א געריכט פאר משפחת שמעון פנחס לוי חיון חתן אברהם יודא לייבוש מלכא, וואו שמעון מלכא, א ברודער פון די מאמע איז געקומען נעמען resource אויף די צוויי קינדער. אבער וויבאלד די עלטערן האבן נאכנישט געהאט קיין פאפירן צו קענען ארויספארן פון גואטעמאלא, האט די ריכטער באשטימט אז מ'וועט באפרייען די קינדער איינמאל די עלטערן ערהאלטן זייערע פאפירן און קענען ארויספארן פון לאנד.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 5:15 pm
דורך הייליג
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:58 pm
הייליג האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 4:58 pm
גרינטליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 2:28 pm
יישר כח פארען חושד זיין, איך האב דאס ציטירט בטעות ווייל איך האב נישט געוויסט ווי מען מעקט א דראפט.
איך וויל אייך דא איבערבעטן ברבים פארן זיין ווילד, עס איז נישט געווען ריכטיג פון מיין זייט.
החושד בכשרים צריך לברכו: זאל דיר דער אייבישטער באגיסן מיט בני חיי ומזוני, געזונט פרנסה נחת, מיט הרחבת הדעת און ישוב הדעת, מיט שמחה אמיתית בשלימות, מיט הצלחה און סיעתא דשמיא בגשמיות וברוחניות וכו' וכו' וכו'!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 5:20 pm
דורך גרינטליך
הייליג האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 5:15 pm
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:58 pm
הייליג האט געשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 4:58 pm

איך וויל אייך דא איבערבעטן ברבים פארן זיין ווילד, עס איז נישט געווען ריכטיג פון מיין זייט.
החושד בכשרים צריך לברכו: זאל דיר דער אייבישטער באגיסן מיט בני חיי ומזוני, געזונט פרנסה נחת, מיט הרחבת הדעת און ישוב הדעת, מיט שמחה אמיתית בשלימות, מיט הצלחה און סיעתא דשמיא בגשמיות וברוחניות וכו' וכו' וכו'!
אמן פאר אלע ברכות.
מחול לך מחול לך.
המברך יתברך בכפליים :D

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 5:46 pm
דורך גרינטליך
גרינטליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 5:20 pm
הייליג האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 5:15 pm
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:58 pm
אמן פאר אלע ברכות.
מחול לך מחול לך.
המברך יתברך בכפליים :D
וכן יתברכו אלע ניק'ס בברכות הנ"ל בכפליים! :D :D :D

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 5:48 pm
דורך פופציגער
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 4:08 pm ווי באקאנט טוהט דער לב טהור פירער נחמן העלבראנץ אין די לעצטערע יארן אנפירן פון טורמע מיט אלע מעשי רציחה אינעם קולט דורך א טעלעפאן וואס מ'האט אים אריינגעשווערצט. אין די לעצטערע חדשים, נאכן אנטדעקן זיין באהאלטענע טעלעפאן, האט מען אים אריינגעווארפן אינעם לאך - solitary confinement צוליב דעם הארבן פארלעצונג פון פארמאגן א טעלעפאן אין טורמע.

דאס שמאכטן אינעם לאך האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון אויספירן ווייטער זיינע נידריגע מעשים, און ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיינע שטילע אקטיוויטעטן דורך זיין וויזיטער און ידא אריכתא א.י.ר. הידוע.

נאכן אים כאפן מיט אזעלכע פארברעכערישע אקטן, האבן די טורמע באאמטע גענומען דעם קומענדיגן שטאפל און אים אריינגעלייגט אונטער א פראגראם וואס רופט זיך דיזעל טעראפי. דאס באדייט אז א יעדע איינציגסטע חודש טוישט מען אריבער דעם ארעסטאנט צו א צווייטע טורמע, און דאס קומט פארשטייט זיך מיט עקסטרעם ביטערע פיזישע און גייסטישע מיטמאכענישן. (מעט מן המעט וואס די אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך אין לב טהור אונטער זיין ברוטאלע דיקטאטורשאפט).

די ארעסטאנט ווערט אינגאנצן פארבינדן אין קייטן, עפעס וואס טוהט גאר שטארק באגרעניצן דעם ארעסטאנט פון זיך קענען געהעריג באוועגן פאר לאנגע וואכן. (כמעט אזעלכע יסורים ווי די מלקות און תיקונים אין לב טהור).

די טראנספארט פון איין טורמע צום צווייטן ווערט דורכגעפירט מיט ספעציעלע באסעס אדער ווענס, און די רייזעס קענען געדויערן וואכן לאנג, זיך געפינענדיג אינאיינעם מיט די ערגסטע ארעסטאנטן. (א שטייגער ווי זיי האבן ארומגעטראגן און ארומגעשלעפט דעם גאנצן לב טהור קהילה פאר איבער א יאר צייט ממדינה למדינה).

די באדינגונגען זענען שרעקליך ענג, זיצנדיג אויף שמאלע מעטאלענע בענקלעך אזש מען קען ממש נישט רירן די פיס. (א בחינה ווי מען פלעגט צווינגען קליינע קינדער צו שטיין אויף איין פלאץ אן זיך רירן פאר לאנגע שעות כדי צו באקומען א תיקון).

עירקאנדישאן איז מאן דכר שמיה, זיך בראטנדיג אין די שרעקליכע זומער היצן. (ווייט ווייט פון די שרעקליכע אומשטענדן אונטער וועלכי די אלע משפחות האבן געוואוינט אינעם דרוקעריי ווערהאוז, אסאך ערגער ווי פיר פיסיגע בעלי חיים).

די בתי כבוד זענען גאנץ אפט ארויס פון באנוץ , וואס ברענגט די ארעסטאנטן נישט צו עסן אדער טרינקען כדי נישט צו דארפן ארויסגיין. (ממש ווי אין בבל וואו מ'איז ארויסגעגאנגען אין פלעסטיק בעגס אדער אין וואלד נאכן פארמאגן קנאפע 4 בתי כבוד פארן גאנצן ציבור, וואס אפילו די דאזיגע פיר איז אויך כמעט קיינמאל נישט געווען אין באנוץ)

די טעגליכע מאלצייטן טוען באשטיין פון מינימאלע ברויט און וואסער. (פון די קליינע תיקונים וואס יונגע אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך מידי יום ביומו)

כסדר'דיגע סטאפס אינמיטן וועג ביי די קאונטי אדער פעדעראלע טורמעס קענען געדויערן לאנגע טעג און וואכן.
(א שטייגער ווי מען פלעגט איינשפארן קליינע קינדער פאר לאנגע חדשים אינעם ווייבער שול אין בבל.)
אוי נעבעך. טוט וויי דאס צו הערן.