כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
טייערע ברידער אין גוואטימאלע
למען השם ווען עט'ס פארט ארויס קיין אמירקה לאזט איבער ענקער סמארטפון'ס דארט מען וועט ענק צישטעלען שיין כשר'ע פון'ס

סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
און בעצם דארף קיינעם נישט אנצוגיין אז אידן עס נישט דבר מן החי, און נעמען אלע זייערע protein פון באנדלעך און אוואקאדע - פארהאן אסאך יראים אין אמעריקע וואס עסן נישט בשר בהמה, אדער ברוילער טשיקנ'ס, און א פולקאמער וועגעטאריער איז היבש א גאנגבארע ארטיקל אפילו ביי די גוים... אויך זייער לבוש איז סך הכל וואס די ספרדים פלעגן גיין הונדערטע יארן (אויסער די לבוש פון די יונגע מיידלעך און יונגלעך). זייער פעלערהאפטיגער חינוך (אן גמרא) גייען זיי סתם אזוי נישט אנהאלטן, עונשים אויך נישט (בכפיה, איבער סיגופים וואס א יחיד נעמט אויף זייער קען מען נישט האבן עכט קיין טענות). דאס אז שלמה וועט נאך זיין ביי זיי הייליג איז אפשר נישט ריכטיג, אבער זיי וועלן נישט זיין די איינציגע וואס גלייבן אין א פאלשער מאן.
אבער וואס שמעקט מיר נישט איז אז דער נישט-חבורה האט כללים און הלכות וואס די הנהלה מיט די וויינגארטנ'ס האבן אויפגעמאכט. אלע הלכות און כללים דא האבן נישט קיין לאגישן באזיס. שכל דארף יעדע איד נוצן, צו וויסן וויאזוי זיך צו פירן אז משוגע צו מאכן זיין שטוב וכולי, אבער דאס פארמולירן ווי כללים און דינים, פון פינגער ארויס, איז ווייטער קולטיש.
בפרט איז באזארגנד אז יעקב נחום האט געטראפן א פישל, וואס דער גאנצע חשש איז עורבא פרח, כ"ש דער נייער היתר איז געהאקט א טשייניק, און סאך הכל נאך א וועג וויאזוי ער וועט אנהאלטן קאנטראל.
אויב דאס בלייבט ביי דעם קומט אויס אז זיי גייען צוריק צו תקופת מאנסי, און אין 30 יאר ארום איז מפטירין כדאתמול...
-
געדרונגען
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 09, 2025 10:03 am
- Location: Brooklyn
- x 193
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פנים חדשות באו לכאן.בשמים הודו האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:15 amגדליה האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 5:08 pm טייערע אידן מיין הארץ וויינט!
כ'האב נארוואס געהאט א לענגערע שמועס מיט איינע פון די לעכטיגע יוצאי לב טהור, א זיסע געשמאקע בחור'ל (אינגערמאן), און צווישן אנדערע האט ער זיך אויסגערעדט זיין גרויס ווייטאג אז היתכן די הנהלה פון לב טהור חיים צבי מלכא און פסח אברהם יואל גאלדמאן► Show Spoiler
דא האט מען געווען פארנומען אייער נעכטן אים צו באגראבן
באזונדער טענות קען נאך זיין, די שאלה וואס מען טוהט מיט טענות
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5715
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נעכטן נאכט איז ב''ה ארויסגעקומען נאך א לב טהור מיטגליד פון גואטעמאלא.
מרדכי צמח לעווי, אן איידעם ביים חכם נחמן העלבראנץ, און וועמענס ווייב איז נאך דערווייל אין שעלטער זייענדיג אונטער 18 יאר, האט נעכטן פארלאזט לב טהור און ארויסגעפארן פון גואטעמאלא.
מרדכי צמח לעווי, אן איידעם ביים חכם נחמן העלבראנץ, און וועמענס ווייב איז נאך דערווייל אין שעלטער זייענדיג אונטער 18 יאר, האט נעכטן פארלאזט לב טהור און ארויסגעפארן פון גואטעמאלא.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אזוי ווי ס' מאכט זיך פון מאהל צי מאהל דארף מען זיין שטרענג צי א קינד מרוב אהבה צי דעם קינד, האט מען געמוזט גיין שטארק דארטען.געדרונגען האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 2:37 pmווען קימט איר ארויס פין גוואטעמלע, מען וויל אייך ווארעם שיין אויף נעמען דא אין ניו יורקפרשת בראשית האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 10:30 am100% גערעכט די לוחמים דארפן אויכעט אויף הערן מיט די וועג פון פארגיסן בלוט (אפי' עס איז געווען לשם שמים), און לאזן די זאך פארן ווייטער אויף א זיסע וועג, זיי האבן שוין גענוג געליטן.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 10:20 am
1. גערעכט. אבער וואס דען זאל מען טון? זאג דו. עס איז באין ברירה.
2. גם אני מצטרף, מהאט אראפגעריסן ר’ שמואל זז”ג אלץ איינער פון לב טהור וכו’ למעשה האט ער דאס מערסטע א טיעפע פארשטאנד צו זיי. דעריבער קען ער מער אויפטון, במידת מה אפילו מער ווי אונז דערויסענדיגע ביי וועמען די גאנצע לב טהור איז חזיר טריף. אויב איינער פון זיי האט א מהלך פון יהדות אן קיין רציחות און נארמאלערהייט בכי טוב מסדר זיין די נושא, און דערצו נאך לאזן די וועלכע ווילן ממשיך זיין אויף די פרומע שטייגער, מה אומר? כל הכבוד לו ולהמסייעים בידו! ב”ה פאר דעם!
די מלחמה איז גוט געווען כל זמן מהאט נישט געהאט קיין צווייטע מהלך. אבער אז עס איז דא א צווייטע מהלך דארפן די לוחמים אויכעט אראפקומען פון בוים.
אחים היקרים נישט פארגעסן פון ווי וועלן זיי יעצט האבן די הון תועפות וואס וועט אפקאסטן זייער גאנצע אריבער קומען און הייזער וכו' וכו' וכו'
לויט ווי עס זעהט מיר אויס וועלן יעצט ארויס פליען חברה קיין אמעריקע משפּחה נאך משפחה
מען וואלט געקענט האלטען דארט ווי מען האלט ווען יעצט 6 חדשים ציריק וואס זאל מען טוהן ס' האט געדוירט א האלבע יאר פאר דאס קינד צי כאפען די גיים האט זיך גענדיקט אין די ס' צייט א היים צי גיין.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין דעם אנדערן פאוסט ערקלערט ר' שמואל זייער שיין פארוואס עס איז כמעט קריטיש דער אויסוואל פון התאחדות היראים. דער האפענוג איז נאר אז ס'זאל זיך טאקע אויסארבעטן גוט און נישט ווי דיינע חששות..גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 1:00 pmדאס וואס איר שרייבט:► Show Spoiler
יעקב נחום וויינגארטן איבער געוויסע סארט פיש וואס מען קען יא עסן אפיציעל
איז דאס נישט א עקעלדיגער טאקטיק, צי קענען בלייבען רימוטלי די רב המכשיר פין די יודען וואב מען קען יא אדער נישט עסען?
דהיינו: אויב וועט מען ווייטער אסר'ן אלע PROTEIN וועט דער עולם וואס איז אין "התאחדות היראים" דאס נישט אנהאלטען צי לאנג איין מאהל מעז ארויס פין גוואטימאלא.
דער רגע זיי זענען מתיר א מין פיש, פשט אז ער איז נאך שולט אויף די רעכטען וואס יענער מעג יא אדער נישט עסען.
אין ס' בלייבט נאר די פאר, ארעסטירט באנדיטען מעגען באשטעטיגען וואס מען מעג עסען צי נישט, נישט די רבנים פין כלל ישראל.
#מיין פארשטאנד
-
טיש און בענקל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 20
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 12:44 pm
- x 29
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א גאר שלעכטער מענטש האט דאס געשריבן.ים התלמוד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 1:06 pmוואס איז שלעכט מיט די ספרים?גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 1:01 pmנישט ספרים נאר BOOKSגארנישט האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 17, 2025 10:46 pm אפשר האט איינער די ספרים פון דעם פריערדיגען מנהיג פון לב טהור אין חסידות און קען אהערברענגען
(סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאכט זיך קיינער האט נישט קיין טענות אויף די ספרים געהאט)
אפשר איינער פון אחינו היקרים עד למאוד פון לב טהור, (אויב רעד מען שוין אזוי אפעציעל אז מיר זיצן מיט זיי אינאיינעם)
פארשטייט זיך אז פריוואט איז אויכעט גוט
אגב מען ברויך מברר זיין הלכה'דיג צי מען דארף דאס הלכה'דיג פארברענען צי נישט. ואכמ"ל בעניין
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס איז בסך הכל פאר די יוצאים ביזדערווייל וואס האבן נאך ווייניגער עסן ווי אין לב טהור, ווייל זיי האבן נישט זייער מעל מיט אויל וכדו'.שווערמער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 2:34 pm
אבער וואס שמעקט מיר נישט איז אז דער נישט-חבורה האט כללים און הלכות וואס די הנהלה מיט די וויינגארטנ'ס האבן אויפגעמאכט. אלע הלכות און כללים דא האבן נישט קיין לאגישן באזיס. שכל דארף יעדע איד נוצן, צו וויסן וויאזוי זיך צו פירן אז משוגע צו מאכן זיין שטוב וכולי, אבער דאס פארמולירן ווי כללים און דינים, פון פינגער ארויס, איז ווייטער קולטיש.
בפרט איז באזארגנד אז יעקב נחום האט געטראפן א פישל, וואס דער גאנצע חשש איז עורבא פרח, כ"ש דער נייער היתר איז געהאקט א טשייניק, און סאך הכל נאך א וועג וויאזוי ער וועט אנהאלטן קאנטראל.
אויב דאס בלייבט ביי דעם קומט אויס אז זיי גייען צוריק צו תקופת מאנסי, און אין 30 יאר ארום איז מפטירין כדאתמול...
איינמאל די קהילה איז פארמאכט גייען אטאמאטיש ארויספאלן אלע מייז פון די פיש וכדו'
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איר ענטפערט נישט מיין קשיא.חנן האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 2:48 pmאין דעם אנדערן פאוסט ערקלערט ר' שמואל זייער שיין פארוואס עס איז כמעט קריטיש דער אויסוואל פון התאחדות היראים. דער האפענוג איז נאר אז ס'זאל זיך טאקע אויסארבעטן גוט און נישט ווי דיינע חששות..גרינטליך האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 1:00 pmדאס וואס איר שרייבט:► Show Spoiler
יעקב נחום וויינגארטן איבער געוויסע סארט פיש וואס מען קען יא עסן אפיציעל
איז דאס נישט א עקעלדיגער טאקטיק, צי קענען בלייבען רימוטלי די רב המכשיר פין די יודען וואב מען קען יא אדער נישט עסען?
דהיינו: אויב וועט מען ווייטער אסר'ן אלע PROTEIN וועט דער עולם וואס איז אין "התאחדות היראים" דאס נישט אנהאלטען צי לאנג איין מאהל מעז ארויס פין גוואטימאלא.
דער רגע זיי זענען מתיר א מין פיש, פשט אז ער איז נאך שולט אויף די רעכטען וואס יענער מעג יא אדער נישט עסען.
אין ס' בלייבט נאר די פאר, ארעסטירט באנדיטען מעגען באשטעטיגען וואס מען מעג עסען צי נישט, נישט די רבנים פין כלל ישראל.
#מיין פארשטאנד
איך רעד וועגען יעקב נחום, נאך טרעפען א וועג צי האלטען קונטרול
איך זע אז @שווערמער האט דאס אויך באטוינט נאך מיר.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווען מען לאזט ווייטער גארנישט וועט זיך עס נישט האלטען.א שרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 2:54 pmעס איז בסך הכל פאר די יוצאים ביזדערווייל וואס האבן נאך ווייניגער עסן ווי אין לב טהור, ווייל זיי האבן נישט זייער מעל מיט אויל וכדו'.שווערמער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 2:34 pm
אבער וואס שמעקט מיר נישט איז אז דער נישט-חבורה האט כללים און הלכות וואס די הנהלה מיט די וויינגארטנ'ס האבן אויפגעמאכט. אלע הלכות און כללים דא האבן נישט קיין לאגישן באזיס. שכל דארף יעדע איד נוצן, צו וויסן וויאזוי זיך צו פירן אז משוגע צו מאכן זיין שטוב וכולי, אבער דאס פארמולירן ווי כללים און דינים, פון פינגער ארויס, איז ווייטער קולטיש.
בפרט איז באזארגנד אז יעקב נחום האט געטראפן א פישל, וואס דער גאנצע חשש איז עורבא פרח, כ"ש דער נייער היתר איז געהאקט א טשייניק, און סאך הכל נאך א וועג וויאזוי ער וועט אנהאלטן קאנטראל.
אויב דאס בלייבט ביי דעם קומט אויס אז זיי גייען צוריק צו תקופת מאנסי, און אין 30 יאר ארום איז מפטירין כדאתמול...
איינמאל די קהילה איז פארמאכט גייען אטאמאטיש ארויספאלן אלע מייז פון די פיש וכדו'
אבער די מינוט יעקב נחום האט איין זאך, בלייבט ער באלאבאס, ווייל עס ווענט זיך אין זיין משוגעת צי מתיר זיין נאך עפעס מארגען טאמער ער וויל.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויב זיי וואלט'ן געבליבן אין קאפ אזוי אנדערש אין דערמיט וואלטן זיי אויך זיך געמישט מיט היימישן עולם וואלט דאס געווען ערגער ווייל קיינער וויל נישט אז מזאל איהם מסביר זיין אז בעצם זיין קאפ ארבעט נישט ריכטיג.. אדער ערגער אז זיינע עלטערן\קהילה איז נישט ווי עס דארף צו זיין...
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1363
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 13984
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס איז נישט קיין טובה פאר קיינעם צו דיסקאסירן דעם נושא
סאיז דיני נפשות
ביטע נישט ממשיך זיין
ואתכם הסליחה
סאיז דיני נפשות
ביטע נישט ממשיך זיין
ואתכם הסליחה
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
נישט אינטערעסירט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 80
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
- Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
- x 369
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס איך האב געמיינט צו זאגן, א טענה אויף הנהלת וזקני לב טהור.נישט אינטערעסירט האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 10:13 amנישט גערעכט אז מען נעמט א מענטש וואס האט שוין פאר יארן נישט געמאכט אן אייגענע באשלוס, און פלוצלונג ווארפט מען ארויף אזא באמבע אויפן קאפ!! אזא לייף דעסיזשען!!► Show Spoiler
אבער די אנטוויקלונג לעצמו איז מורא'דיג, ב"ה!!
ספעשל שאראוט פאר @שמואל פוקס פארן נעמען די מיה אזוי הערליך צו אינפארמירן דעם עולם!!
פארוואס געבסטו א ווארף ארויף די החלטה אויף דעם מענטש וואס די האסט פון איהם אוועקגענומען יעדעס ביסל קאנפידענס צו קענען טראכטן אליין!
זאג די איהם וואס צו טוהן...
אויב איך פארשטיי עס ריכטיג איז די פראבלעם אזוי, בעצם וואלטן די ר"מ מיטן אב"ד און די סופרים וכו' קלאר געהייסן יעדעם ארויסגיין פון גואטאמאלא, ד.ה. נישט פאלגן די חכם.
נאר היות דער חכם האט דאך למעשה יא געזאגט אז מען זאל בלייבן קענען זיי נישט קלאר באפעלן אנדערשט... ממילא דארפן זיי איבערגעבן די החלטה פאר יעדעם באזונדער.
מיין פראבלעם איז נאר אז דער עולם ווייסט דאך נישט וויאזוי צו טראכטן אליין, ספעציעל די בית יעקב - אלו הנשים.
זאל דער אייבערשטער זיי אלע חונן דעת זיין, ובחרת בחיים!!!
שוין איינמאל אינטערעסירט...
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5715
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווי באקאנט טוהט דער לב טהור פירער נחמן העלבראנץ אין די לעצטערע יארן אנפירן פון טורמע מיט אלע מעשי רציחה אינעם קולט דורך א טעלעפאן וואס מ'האט אים אריינגעשווערצט. אין די לעצטערע חדשים, נאכן אנטדעקן זיין באהאלטענע טעלעפאן, האט מען אים אריינגעווארפן אינעם לאך - solitary confinement צוליב דעם הארבן פארלעצונג פון פארמאגן א טעלעפאן אין טורמע.
דאס שמאכטן אינעם לאך האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון אויספירן ווייטער זיינע נידריגע מעשים, און ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיינע שטילע אקטיוויטעטן דורך זיין וויזיטער און ידא אריכתא א.י.ר. הידוע.
נאכן אים כאפן מיט אזעלכע פארברעכערישע אקטן, האבן די טורמע באאמטע גענומען דעם קומענדיגן שטאפל און אים אריינגעלייגט אונטער א פראגראם וואס רופט זיך דיזעל טעראפי. דאס באדייט אז א יעדע איינציגסטע חודש טוישט מען אריבער דעם ארעסטאנט צו א צווייטע טורמע, און דאס קומט פארשטייט זיך מיט עקסטרעם ביטערע פיזישע און גייסטישע מיטמאכענישן. (מעט מן המעט וואס די אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך אין לב טהור אונטער זיין ברוטאלע דיקטאטורשאפט).
די ארעסטאנט ווערט אינגאנצן פארבינדן אין קייטן, עפעס וואס טוהט גאר שטארק באגרעניצן דעם ארעסטאנט פון זיך קענען געהעריג באוועגן פאר לאנגע וואכן. (כמעט אזעלכע יסורים ווי די מלקות און תיקונים אין לב טהור).
די טראנספארט פון איין טורמע צום צווייטן ווערט דורכגעפירט מיט ספעציעלע באסעס אדער ווענס, און די רייזעס קענען געדויערן וואכן לאנג, זיך געפינענדיג אינאיינעם מיט די ערגסטע ארעסטאנטן. (א שטייגער ווי זיי האבן ארומגעטראגן און ארומגעשלעפט דעם גאנצן לב טהור קהילה פאר איבער א יאר צייט ממדינה למדינה).
די באדינגונגען זענען שרעקליך ענג, זיצנדיג אויף שמאלע מעטאלענע בענקלעך אזש מען קען ממש נישט רירן די פיס. (א בחינה ווי מען פלעגט צווינגען קליינע קינדער צו שטיין אויף איין פלאץ אן זיך רירן פאר לאנגע שעות כדי צו באקומען א תיקון).
עירקאנדישאן איז מאן דכר שמיה, זיך בראטנדיג אין די שרעקליכע זומער היצן. (ווייט ווייט פון די שרעקליכע אומשטענדן אונטער וועלכי די אלע משפחות האבן געוואוינט אינעם דרוקעריי ווערהאוז, אסאך ערגער ווי פיר פיסיגע בעלי חיים).
די בתי כבוד זענען גאנץ אפט ארויס פון באנוץ , וואס ברענגט די ארעסטאנטן נישט צו עסן אדער טרינקען כדי נישט צו דארפן ארויסגיין. (ממש ווי אין בבל וואו מ'איז ארויסגעגאנגען אין פלעסטיק בעגס אדער אין וואלד נאכן פארמאגן קנאפע 4 בתי כבוד פארן גאנצן ציבור, וואס אפילו די דאזיגע פיר איז אויך כמעט קיינמאל נישט געווען אין באנוץ)
די טעגליכע מאלצייטן טוען באשטיין פון מינימאלע ברויט און וואסער. (פון די קליינע תיקונים וואס יונגע אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך מידי יום ביומו)
כסדר'דיגע סטאפס אינמיטן וועג ביי די קאונטי אדער פעדעראלע טורמעס קענען געדויערן לאנגע טעג און וואכן.
(א שטייגער ווי מען פלעגט איינשפארן קליינע קינדער פאר לאנגע חדשים אינעם ווייבער שול אין בבל.)

יא, די געריכט איז קומענדיגע וואך דאכט זיך.מעביר על המידות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 11:36 amמורא'דיג!!!!!!!!!!! געוואלדיג !!!!!!! ב''ה שהגיענו לזה► Show Spoiler
אגב וואס איז מיט אירע קינדער? זי האט נאך קינדער אין שעלטער?
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5715
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויף צייטווייליג אונטער די זעלבע תנאים פון פובליק סקול וכו' ווי אין די פריערדיגע קעיסעס, און באשטימט א פרישע געריכט דאטום.לעבער אייער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 1:44 pm חיים יענקל בן משה יוסף ראזנער האט צוריק באקומען זיינע קינדער
מער פרטים?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער פאלגט נישט זיין טאטע די ר"מ?!סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 4:15 pmאויף צייטווייליג אונטער די זעלבע תנאים פון פובליק סקול וכו' ווי אין די פריערדיגע קעיסעס, און באשטימט א פרישע געריכט דאטום.לעבער אייער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 1:44 pm חיים יענקל בן משה יוסף ראזנער האט צוריק באקומען זיינע קינדער
מער פרטים?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1363
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 13984
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זאל דער אייבישטער העלפן ער זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה, איבערבעטן אלע בא'עוול'טע, און אויסגעלייזט ווערן פון די יסורים צו קענען האבן א נייע לעכטיג לעבן בעז''ה.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 4:08 pm ווי באקאנט טוהט דער לב טהור פירער נחמן העלבראנץ אין די לעצטערע יארן אנפירן פון טורמע מיט אלע מעשי רציחה אינעם קולט דורך א טעלעפאן וואס מ'האט אים אריינגעשווערצט. אין די לעצטערע חדשים, נאכן אנטדעקן זיין באהאלטענע טעלעפאן, האט מען אים אריינגעווארפן אינעם לאך - solitary confinement צוליב דעם הארבן פארלעצונג פון פארמאגן א טעלעפאן אין טורמע.
דאס שמאכטן אינעם לאך האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון אויספירן ווייטער זיינע נידריגע מעשים, און ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיינע שטילע אקטיוויטעטן דורך זיין וויזיטער און ידא אריכתא א.י.ר. הידוע.
נאכן אים כאפן מיט אזעלכע פארברעכערישע אקטן, האבן די טורמע באאמטע גענומען דעם קומענדיגן שטאפל און אים אריינגעלייגט אונטער א פראגראם וואס רופט זיך דיזעל טעראפי. דאס באדייט אז א יעדע איינציגסטע חודש טוישט מען אריבער דעם ארעסטאנט צו א צווייטע טורמע, און דאס קומט פארשטייט זיך מיט עקסטרעם ביטערע פיזישע און גייסטישע מיטמאכענישן. (מעט מן המעט וואס די אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך אין לב טהור אונטער זיין ברוטאלע דיקטאטורשאפט).
די ארעסטאנט ווערט אינגאנצן פארבינדן אין קייטן, עפעס וואס טוהט גאר שטארק באגרעניצן דעם ארעסטאנט פון זיך קענען געהעריג באוועגן פאר לאנגע וואכן. (כמעט אזעלכע יסורים ווי די מלקות און תיקונים אין לב טהור).
די טראנספארט פון איין טורמע צום צווייטן ווערט דורכגעפירט מיט ספעציעלע באסעס אדער ווענס, און די רייזעס קענען געדויערן וואכן לאנג, זיך געפינענדיג אינאיינעם מיט די ערגסטע ארעסטאנטן. (א שטייגער ווי זיי האבן ארומגעטראגן און ארומגעשלעפט דעם גאנצן לב טהור קהילה פאר איבער א יאר צייט ממדינה למדינה).
די באדינגונגען זענען שרעקליך ענג, זיצנדיג אויף שמאלע מעטאלענע בענקלעך אזש מען קען ממש נישט רירן די פיס. (א בחינה ווי מען פלעגט צווינגען קליינע קינדער צו שטיין אויף איין פלאץ אן זיך רירן פאר לאנגע שעות כדי צו באקומען א תיקון).
עירקאנדישאן איז מאן דכר שמיה, זיך בראטנדיג אין די שרעקליכע זומער היצן. (ווייט ווייט פון די שרעקליכע אומשטענדן אונטער וועלכי די אלע משפחות האבן געוואוינט אינעם דרוקעריי ווערהאוז, אסאך ערגער ווי פיר פיסיגע בעלי חיים).
די בתי כבוד זענען גאנץ אפט ארויס פון באנוץ , וואס ברענגט די ארעסטאנטן נישט צו עסן אדער טרינקען כדי נישט צו דארפן ארויסגיין. (ממש ווי אין בבל וואו מ'איז ארויסגעגאנגען אין פלעסטיק בעגס אדער אין וואלד נאכן פארמאגן קנאפע 4 בתי כבוד פארן גאנצן ציבור, וואס אפילו די דאזיגע פיר איז אויך כמעט קיינמאל נישט געווען אין באנוץ)
די טעגליכע מאלצייטן טוען באשטיין פון מינימאלע ברויט און וואסער. (פון די קליינע תיקונים וואס יונגע אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך מידי יום ביומו)
כסדר'דיגע סטאפס אינמיטן וועג ביי די קאונטי אדער פעדעראלע טורמעס קענען געדויערן לאנגע טעג און וואכן.
(א שטייגער ווי מען פלעגט איינשפארן קליינע קינדער פאר לאנגע חדשים אינעם ווייבער שול אין בבל.)
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
טאקע א געפערליכער יונג וואס דארף תשובה טוהן אויף אלע זיין רשעות, אין יודיש בלוט וואס ער האט פארגאסען.על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 4:45 pmזאל דער אייבישטער העלפן ער זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה, איבערבעטן אלע בא'עוול'טע, און אויסגעלייזט ווערן פון די יסורים צו קענען האבן א נייע לעכטיג לעבן בעז''ה.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 4:08 pm ווי באקאנט טוהט דער לב טהור פירער נחמן העלבראנץ אין די לעצטערע יארן אנפירן פון טורמע מיט אלע מעשי רציחה אינעם קולט דורך א טעלעפאן וואס מ'האט אים אריינגעשווערצט. אין די לעצטערע חדשים, נאכן אנטדעקן זיין באהאלטענע טעלעפאן, האט מען אים אריינגעווארפן אינעם לאך - solitary confinement צוליב דעם הארבן פארלעצונג פון פארמאגן א טעלעפאן אין טורמע.
דאס שמאכטן אינעם לאך האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון אויספירן ווייטער זיינע נידריגע מעשים, און ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיינע שטילע אקטיוויטעטן דורך זיין וויזיטער און ידא אריכתא א.י.ר. הידוע.
נאכן אים כאפן מיט אזעלכע פארברעכערישע אקטן, האבן די טורמע באאמטע גענומען דעם קומענדיגן שטאפל און אים אריינגעלייגט אונטער א פראגראם וואס רופט זיך דיזעל טעראפי. דאס באדייט אז א יעדע איינציגסטע חודש טוישט מען אריבער דעם ארעסטאנט צו א צווייטע טורמע, און דאס קומט פארשטייט זיך מיט עקסטרעם ביטערע פיזישע און גייסטישע מיטמאכענישן. (מעט מן המעט וואס די אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך אין לב טהור אונטער זיין ברוטאלע דיקטאטורשאפט).
די ארעסטאנט ווערט אינגאנצן פארבינדן אין קייטן, עפעס וואס טוהט גאר שטארק באגרעניצן דעם ארעסטאנט פון זיך קענען געהעריג באוועגן פאר לאנגע וואכן. (כמעט אזעלכע יסורים ווי די מלקות און תיקונים אין לב טהור).
די טראנספארט פון איין טורמע צום צווייטן ווערט דורכגעפירט מיט ספעציעלע באסעס אדער ווענס, און די רייזעס קענען געדויערן וואכן לאנג, זיך געפינענדיג אינאיינעם מיט די ערגסטע ארעסטאנטן. (א שטייגער ווי זיי האבן ארומגעטראגן און ארומגעשלעפט דעם גאנצן לב טהור קהילה פאר איבער א יאר צייט ממדינה למדינה).
די באדינגונגען זענען שרעקליך ענג, זיצנדיג אויף שמאלע מעטאלענע בענקלעך אזש מען קען ממש נישט רירן די פיס. (א בחינה ווי מען פלעגט צווינגען קליינע קינדער צו שטיין אויף איין פלאץ אן זיך רירן פאר לאנגע שעות כדי צו באקומען א תיקון).
עירקאנדישאן איז מאן דכר שמיה, זיך בראטנדיג אין די שרעקליכע זומער היצן. (ווייט ווייט פון די שרעקליכע אומשטענדן אונטער וועלכי די אלע משפחות האבן געוואוינט אינעם דרוקעריי ווערהאוז, אסאך ערגער ווי פיר פיסיגע בעלי חיים).
די בתי כבוד זענען גאנץ אפט ארויס פון באנוץ , וואס ברענגט די ארעסטאנטן נישט צו עסן אדער טרינקען כדי נישט צו דארפן ארויסגיין. (ממש ווי אין בבל וואו מ'איז ארויסגעגאנגען אין פלעסטיק בעגס אדער אין וואלד נאכן פארמאגן קנאפע 4 בתי כבוד פארן גאנצן ציבור, וואס אפילו די דאזיגע פיר איז אויך כמעט קיינמאל נישט געווען אין באנוץ)
די טעגליכע מאלצייטן טוען באשטיין פון מינימאלע ברויט און וואסער. (פון די קליינע תיקונים וואס יונגע אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך מידי יום ביומו)
כסדר'דיגע סטאפס אינמיטן וועג ביי די קאונטי אדער פעדעראלע טורמעס קענען געדויערן לאנגע טעג און וואכן.
(א שטייגער ווי מען פלעגט איינשפארן קליינע קינדער פאר לאנגע חדשים אינעם ווייבער שול אין בבל.)
אויב ס' בכלל מעגליך צי תשובה טוהן אויף ציברעכען יודישער משפחות, ווייל ס' האט איהם באגליסט.
אדער אנדערע עוולות.
אבער נעבעך, ער איז דאך פארט א יודיש קינד.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דאס איז פרישע נייעס?
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5715
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
היינט איז פארגעקומען נאך א געריכט אין גואטעמאלא וואו ס'איז ב"ה באפרייט געווארן נאך א פאמיליע פון עטליכע קינדער ארויס פונעם שעלטער.
די רעדע איז פון משפחת יוסף חיים יהוידע ביינוש-הורוויץ, די שטיף טאטע פון די הורוויץ בחורים וועלכע זענען באפרייט געווארן עטליכע חדשים צוריק. צום געריכט זענען געקומען א שוועסטער און א מומע פונעם טאטן צו נעמען resource אויף די 8 קינדער וועלכע זענען געהאלטן געווארן אין שעלטער ביז יעצט, און טראץ דעם וואס די מאמע זעלבסט קען דערווייל נישט ארויספארן פון גואטעמאלא נישט האבנדיג די נויטיגע פאפירן, האט זי אבער געגעבן איר קלארע צושטימונג ארויסצונעמען די קינדער און ארויספארן קיין ניו יארק צוזאמען מיט די טאטע, אויסער דאס פיצל קינד וועלכע איז געבוירן געווארן שוין נאכן איבערפאל וועט נאך פארבלייבן צוזאמען מיט די מאמע. און מיט דעם ווערט ב"ה נאך א פאמיליע באפרייט און פארן ארויס קיין ניו יארק זיך באזעצן צווישן היימישע אידן.
ווי אויך איז פארגעקומען א געריכט פאר משפחת שמעון פנחס לוי חיון חתן אברהם יודא לייבוש מלכא, וואו שמעון מלכא, א ברודער פון די מאמע איז געקומען נעמען resource אויף די צוויי קינדער. אבער וויבאלד די עלטערן האבן נאכנישט געהאט קיין פאפירן צו קענען ארויספארן פון גואטעמאלא, האט די ריכטער באשטימט אז מ'וועט באפרייען די קינדער איינמאל די עלטערן ערהאלטן זייערע פאפירן און קענען ארויספארן פון לאנד.

גרינטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:58 pmהייליג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 4:58 pmאיך וויל אייך דא איבערבעטן ברבים פארן זיין ווילד, עס איז נישט געווען ריכטיג פון מיין זייט.
החושד בכשרים צריך לברכו: זאל דיר דער אייבישטער באגיסן מיט בני חיי ומזוני, געזונט פרנסה נחת, מיט הרחבת הדעת און ישוב הדעת, מיט שמחה אמיתית בשלימות, מיט הצלחה און סיעתא דשמיא בגשמיות וברוחניות וכו' וכו' וכו'!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אמן פאר אלע ברכות.הייליג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 5:15 pmגרינטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:58 pmהייליג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 11, 2025 4:58 pm
איך וויל אייך דא איבערבעטן ברבים פארן זיין ווילד, עס איז נישט געווען ריכטיג פון מיין זייט.
החושד בכשרים צריך לברכו: זאל דיר דער אייבישטער באגיסן מיט בני חיי ומזוני, געזונט פרנסה נחת, מיט הרחבת הדעת און ישוב הדעת, מיט שמחה אמיתית בשלימות, מיט הצלחה און סיעתא דשמיא בגשמיות וברוחניות וכו' וכו' וכו'!
מחול לך מחול לך.
המברך יתברך בכפליים
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וכן יתברכו אלע ניק'ס בברכות הנ"ל בכפליים!
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אוי נעבעך. טוט וויי דאס צו הערן.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 4:08 pm ווי באקאנט טוהט דער לב טהור פירער נחמן העלבראנץ אין די לעצטערע יארן אנפירן פון טורמע מיט אלע מעשי רציחה אינעם קולט דורך א טעלעפאן וואס מ'האט אים אריינגעשווערצט. אין די לעצטערע חדשים, נאכן אנטדעקן זיין באהאלטענע טעלעפאן, האט מען אים אריינגעווארפן אינעם לאך - solitary confinement צוליב דעם הארבן פארלעצונג פון פארמאגן א טעלעפאן אין טורמע.
דאס שמאכטן אינעם לאך האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון אויספירן ווייטער זיינע נידריגע מעשים, און ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיינע שטילע אקטיוויטעטן דורך זיין וויזיטער און ידא אריכתא א.י.ר. הידוע.
נאכן אים כאפן מיט אזעלכע פארברעכערישע אקטן, האבן די טורמע באאמטע גענומען דעם קומענדיגן שטאפל און אים אריינגעלייגט אונטער א פראגראם וואס רופט זיך דיזעל טעראפי. דאס באדייט אז א יעדע איינציגסטע חודש טוישט מען אריבער דעם ארעסטאנט צו א צווייטע טורמע, און דאס קומט פארשטייט זיך מיט עקסטרעם ביטערע פיזישע און גייסטישע מיטמאכענישן. (מעט מן המעט וואס די אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך אין לב טהור אונטער זיין ברוטאלע דיקטאטורשאפט).
די ארעסטאנט ווערט אינגאנצן פארבינדן אין קייטן, עפעס וואס טוהט גאר שטארק באגרעניצן דעם ארעסטאנט פון זיך קענען געהעריג באוועגן פאר לאנגע וואכן. (כמעט אזעלכע יסורים ווי די מלקות און תיקונים אין לב טהור).
די טראנספארט פון איין טורמע צום צווייטן ווערט דורכגעפירט מיט ספעציעלע באסעס אדער ווענס, און די רייזעס קענען געדויערן וואכן לאנג, זיך געפינענדיג אינאיינעם מיט די ערגסטע ארעסטאנטן. (א שטייגער ווי זיי האבן ארומגעטראגן און ארומגעשלעפט דעם גאנצן לב טהור קהילה פאר איבער א יאר צייט ממדינה למדינה).
די באדינגונגען זענען שרעקליך ענג, זיצנדיג אויף שמאלע מעטאלענע בענקלעך אזש מען קען ממש נישט רירן די פיס. (א בחינה ווי מען פלעגט צווינגען קליינע קינדער צו שטיין אויף איין פלאץ אן זיך רירן פאר לאנגע שעות כדי צו באקומען א תיקון).
עירקאנדישאן איז מאן דכר שמיה, זיך בראטנדיג אין די שרעקליכע זומער היצן. (ווייט ווייט פון די שרעקליכע אומשטענדן אונטער וועלכי די אלע משפחות האבן געוואוינט אינעם דרוקעריי ווערהאוז, אסאך ערגער ווי פיר פיסיגע בעלי חיים).
די בתי כבוד זענען גאנץ אפט ארויס פון באנוץ , וואס ברענגט די ארעסטאנטן נישט צו עסן אדער טרינקען כדי נישט צו דארפן ארויסגיין. (ממש ווי אין בבל וואו מ'איז ארויסגעגאנגען אין פלעסטיק בעגס אדער אין וואלד נאכן פארמאגן קנאפע 4 בתי כבוד פארן גאנצן ציבור, וואס אפילו די דאזיגע פיר איז אויך כמעט קיינמאל נישט געווען אין באנוץ)
די טעגליכע מאלצייטן טוען באשטיין פון מינימאלע ברויט און וואסער. (פון די קליינע תיקונים וואס יונגע אומשולדיגע קינדערלעך זענען אדורך מידי יום ביומו)
כסדר'דיגע סטאפס אינמיטן וועג ביי די קאונטי אדער פעדעראלע טורמעס קענען געדויערן לאנגע טעג און וואכן.
(א שטייגער ווי מען פלעגט איינשפארן קליינע קינדער פאר לאנגע חדשים אינעם ווייבער שול אין בבל.)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל