בולעטין נייעס — קורץ און שארף
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
טראמפ שטיפט זייער שטארק א געזעץ וואס וועט אוועקנעמען די רוקן די זייגער צוויי מאל אין יאר, און איינשטעלן דעם זומער זייגער פערמאנענט.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דעילי מעיל:
ווייס פרעזידענט ווענס קלערט פון אויפגעבן און נישט לויפן פאר פרעזידענט אין 2028.
ווייס פרעזידענט ווענס קלערט פון אויפגעבן און נישט לויפן פאר פרעזידענט אין 2028.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 100
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 412
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די פרייזן פון קרוד אויל זענען געפאלן אין מעמאריעל טאג, אראפ צו $90 א פעסל.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
קודם באשאפט מען א מציאות, אז דזשעי-די ווענס גייט זיכער לויפן פאר פרעזידענט, אזוי קען מען שוין פאבריצירן א פרישע ברעקינג באריכט אז ער פלאנירט אפשר נישט צו לויפן. דער עיקר אז דער עולם זאל ליינען וואס איך דערצייל ענק.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די קאנאדישע אויסערן מיניסטארין האט געזאגט פאר'ן מדינת ישראל אויסערן מיניסטער גדעון סער אז קאנאדע וועט צושטעלן באווייזן איבער די שלעכטע באהאנדלונג פון קאנאדע בירגער אויף די פלאטילע.קוקן פאזיטיוו האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 24, 2026 5:54 pm מדינת ישראל זיכערהייט מיניסטער איתמר בן גביר איז געווארן פארבאטן פון קענען אריינגיין אין פראנקרייך.
פראנצויזישער אויסערן מיניסטער נאעל בערעט זאגט אז די באשלוס פאלגט נאך בן גביר'ס אקטן קעגן די אקטיוויסטן פון די פלאטילע, באשולדיגנדיג דער מדינת ישראל מיניסטער און סטראשענען און פייניגן ציווילע.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
מיט 60 פראצענט אפגעציילט אין די רעפובליקאנער פריימערי ראנאף פאר סענאט, האט דער טעקסאס אטוירני דזשענעראל און מאגאאיסט, קען פעקסטאן, ברייט באזיגט דעם אמטירנדן סענאטאר דזשאן קארנין - 62.5 פראצענט קעגן בלויז 37.4 פראצענט פאר קארנין.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אין ריעל קלעיר פאליטיקס' דורכשניט איז דער רעפובליקאנער קאנדידאט סטיוו הילטאן מאמענטאל מיט 0.2 פראצענט פאראויס פון אלע קאנדידאטן אין קאליפארניע'ס גאווערנאר דזשאנגל פריימערי - וואו עס פארמעסטן זיך קאנדידאטן פון אלע פארטייען.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 100
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 412
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
סירישע אויטאריטעטן האבן אנטדעקט מער ווי 70 ראקעטן און באמבעס געמאכט צו טראגן דערויף כעמישע וואפנס, איבערבלייבענישן פון די אסאד רעזשימ'ס כעמישע וואפנס פראגראם.
18 פארדעכטיגטע פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג מיט די פראגראם.
קוואל: רויטערס.
18 פארדעכטיגטע פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג מיט די פראגראם.
קוואל: רויטערס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
א גוגל ארבעטער איז אנגעקלאגט געווארן, נאכדעם וואס ער האט גענוצט אינערליכע אינפארמאציע איבער וואס באנוצער האבן געזוכט אויף גוגל צו וועטן אויף פאלימארקעט וועטנס, פארדינענדיג מער ווי א מיליאן דאלאר.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך