בולעטין נייעס — קורץ און שארף
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
טראמפ שטיפט זייער שטארק א געזעץ וואס וועט אוועקנעמען די רוקן די זייגער צוויי מאל אין יאר, און איינשטעלן דעם זומער זייגער פערמאנענט.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דעילי מעיל:
ווייס פרעזידענט ווענס קלערט פון אויפגעבן און נישט לויפן פאר פרעזידענט אין 2028.
ווייס פרעזידענט ווענס קלערט פון אויפגעבן און נישט לויפן פאר פרעזידענט אין 2028.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 232
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1094
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די פרייזן פון קרוד אויל זענען געפאלן אין מעמאריעל טאג, אראפ צו $90 א פעסל.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
קודם באשאפט מען א מציאות, אז דזשעי-די ווענס גייט זיכער לויפן פאר פרעזידענט, אזוי קען מען שוין פאבריצירן א פרישע ברעקינג באריכט אז ער פלאנירט אפשר נישט צו לויפן. דער עיקר אז דער עולם זאל ליינען וואס איך דערצייל ענק.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די קאנאדישע אויסערן מיניסטארין האט געזאגט פאר'ן מדינת ישראל אויסערן מיניסטער גדעון סער אז קאנאדע וועט צושטעלן באווייזן איבער די שלעכטע באהאנדלונג פון קאנאדע בירגער אויף די פלאטילע.קוקן פאזיטיוו האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 24, 2026 5:54 pm מדינת ישראל זיכערהייט מיניסטער איתמר בן גביר איז געווארן פארבאטן פון קענען אריינגיין אין פראנקרייך.
פראנצויזישער אויסערן מיניסטער נאעל בערעט זאגט אז די באשלוס פאלגט נאך בן גביר'ס אקטן קעגן די אקטיוויסטן פון די פלאטילע, באשולדיגנדיג דער מדינת ישראל מיניסטער און סטראשענען און פייניגן ציווילע.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
מיט 60 פראצענט אפגעציילט אין די רעפובליקאנער פריימערי ראנאף פאר סענאט, האט דער טעקסאס אטוירני דזשענעראל און מאגאאיסט, קען פעקסטאן, ברייט באזיגט דעם אמטירנדן סענאטאר דזשאן קארנין - 62.5 פראצענט קעגן בלויז 37.4 פראצענט פאר קארנין.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אין ריעל קלעיר פאליטיקס' דורכשניט איז דער רעפובליקאנער קאנדידאט סטיוו הילטאן מאמענטאל מיט 0.2 פראצענט פאראויס פון אלע קאנדידאטן אין קאליפארניע'ס גאווערנאר דזשאנגל פריימערי - וואו עס פארמעסטן זיך קאנדידאטן פון אלע פארטייען.
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 232
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1094
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
סירישע אויטאריטעטן האבן אנטדעקט מער ווי 70 ראקעטן און באמבעס געמאכט צו טראגן דערויף כעמישע וואפנס, איבערבלייבענישן פון די אסאד רעזשימ'ס כעמישע וואפנס פראגראם.
18 פארדעכטיגטע פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג מיט די פראגראם.
קוואל: רויטערס.
18 פארדעכטיגטע פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג מיט די פראגראם.
קוואל: רויטערס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
א גוגל ארבעטער איז אנגעקלאגט געווארן, נאכדעם וואס ער האט גענוצט אינערליכע אינפארמאציע איבער וואס באנוצער האבן געזוכט אויף גוגל צו וועטן אויף פאלימארקעט וועטנס, פארדינענדיג מער ווי א מיליאן דאלאר.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 232
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1094
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
נאך צוויי וואכן פון העפטיגע זוכערייען פאר א אידישע מיידל, אסתר, מעלדט די פאליציי אין טאראנטא אז זי איז געווארן אפגעפונען.
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 232
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1094
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
שפאניע'ס ציווילע פאליציי'ס עליטע אנטי קארופציע איינהייט איז איבערגעפאלן די נאציאנאלע הויפטקווארטיר פון פריים מיניסטער פעדרא סאנטשעז'ס סאציאליסטישער פארטיי אין מאדריד, אויספירנדיג א געריכט אורטייל אלס טייל פון אן אויספארשונג איבער אומלעגאלע פארטיי פינאנצן.
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 758
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1428
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 206
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 424
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פעלט אז מאמדאני האט וועטא'ט די פראטעסט געזעץ נעבן בתי מדרשים.תורה ויראה האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 2:58 pmScreenshot 2026-05-29 145828.png
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
שקר וכזבנויז מאשין האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 3:06 pmפעלט אז מאמדאני האט וועטא'ט די פראטעסט געזעץ נעבן בתי מדרשים.
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 206
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 424
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
לא לא לא לא קיש קישWho knows האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 30, 2026 11:10 pmשקר וכזבנויז מאשין האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 3:06 pmפעלט אז מאמדאני האט וועטא'ט די פראטעסט געזעץ נעבן בתי מדרשים.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דאכט זיך אז זיין וועטא איז געווען פאר די זעלבע געזעץ ביי סקולסנויז מאשין האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 3:06 pmפעלט אז מאמדאני האט וועטא'ט די פראטעסט געזעץ נעבן בתי מדרשים.
דער ניק־נאָמען „בני יואל“ ווערט גענוצט בלויז אלס אַן אידענטיפיקאַציע־נאָמען. ער באַדייט נישט קיין רעפּרעזענטאַציע, צוגעהעריקייט אָדער אָפיציעלע פֿאַרבינדונג מיט קיין יחיד, אָרגאַניזאַציע אָדער קהילה. אַלע אויסזאגן און מיינונגען זײַנען בלויז פּערזענלעך.
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 206
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 424
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
גערעכט. די שול געזעץ וואלט ער נישט געקענט אפילו ער וואלטבני יואל האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 31, 2026 12:27 amדאכט זיך אז זיין וועטא איז געווען פאר די זעלבע געזעץ ביי סקולסנויז מאשין האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 29, 2026 3:06 pmפעלט אז מאמדאני האט וועטא'ט די פראטעסט געזעץ נעבן בתי מדרשים.
געוואלט
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 116
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 964
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
בלומבערג ניוז באריכטעט אז הויכראנגיגע רוסישע באאמטע האבן אינפארמירט וולאדימיר פוטין אז די מלחמה אין אוקריינא ווערט שוין פינאנציעל אוממעגליך אויסצוהאלטן. דאס ווערט באטראכט אלס די סאמע שטערקסטע צייכן פון אינערליכע חילוקי דעות אין מאסקווע זינט די מלחמה האט זיך אנגעפאנגען.
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 116
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 964
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
קיעוו איז אינטער גאר א שווערע אטאקע דורך רוסישע מיסילס און דראונס מיט באריכטן פון איינגעפאלענע געביידעס און פארכאפטע מענטשן אינטער די ברוכווארג
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 116
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 964
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אל על הייבט אן א פרישע רוט פון תל אביב קיין סאן פראנציסקאו נאנסטאפ דריי מאל א וואך.
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 116
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 964
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
מייקראסאפט שטעלט אפ דעם באנוץ פון 'קלאוד קאוד' נאכדעם וואס די עי-איי האט זיך ארויסגעשטעלט צו קאסטן פיל טייערער ווי מענטשליכע ארבעטער
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 116
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 964
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די ריזן ע-איי פירמע "אנטראפיק" האט שטילערהייט אריינגעגעבן די נויטיגע פאפירן ארויסצוגיין פאבליק אויף די סטאק מארקעט (IPO), גרייטנדיג דעם באדן פאר דעם וואס מען ערווארטעט זאל זיין איינס פון די מערסט אויסגעקוקטע מארקעט דעביוטס וואס מען האט געזען אין די לעצטע יארן.
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 116
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 964
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דער פלארידא אטוירני דזשענעראל, דזשעימס אוטמייער, האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן די פירמע OpenAI און איר סי-אי-או, סעם אלטמאן. אין די קלאגע ווערט ארויסגעברענגט אז די פירמע האט זיך בלויז געיאגט נאך געלט און פראפיטן אנשטאט צו אכטונג געבן אויף די זיכערהייט פון די באנוצער, און זיי האבן פאלש פארגעשטעלט די מעגליכע סכנות פון ChatGPT. אוטמייער פארלאנגט אז מען זאל האלטן אלטמאן פערזענליך פאראנטווארטליך, צייגנדיג אויף עטליכע פעלער וואו עס איז פאראורזאכט געווארן שאדנס וואס זענען פארבונדן מיט ChatGPT, אריינגערעכנט די שוידערליכע שיסעריי וואס האט פאסירט אין פלארידא סטעיט אוניווערסיטעט אין יאר 2025. פון די אנדערע זייט האט OpenAI אפגעווארפן די אלע טענות, זאגנדיג אז ChatGPT שטעלט בלויז צו פאקטישע אינפארמאציע פון מקורות וואס זענען אפן פארן עולם, און עס מוטיגט בשום אופן נישט קיין שום אומלעגאלע אדער שעדליכע אויפפירונגען.
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 116
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 964
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
א ריכטער אין יוטא האט היינט באשטימט אז נייע באווייזן אין די אטענטאט קעיס פארבינדן מיט טשארלי קירק וועט ארויסגעגעבן ווערן פארן פאבליק ביי די הירינג וואס איז באשטימט געווארן אויף קומענדיגן חודש
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 116
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 964
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ניו יארק פאוסט: לערער‘ס איבער גאנץ ניו יארק האבן מיט גרויס צופרידנהייט אויפגענומען דעם נייעם פארבאט אויף סעלפאונס אין די שולעס, וואס איז יעצט אדורך דעם ערשטן יאר זייט עס איז איינגעפירט געווארן. א נייע סערוועי צווישן בערך 600 לערער‘ס צייגט אז 76 פראצענט האבן באמערקט א שטארקע פארבעסערונג אין די קלאסן, זאגענדיג אז די סטודענטן זענען פיל מער קאנצענטרירט, זיי פירן זיך אויף שענער, און נעמען פיל מער אנטייל אין וואס מען לערנט.
זיי באריכטן אויך אז מען זעט א פארבעסערונג אין bullying, און די פריינדשאפט צווישן די סטודענטן איז געווארן סאך שטערקער. גאווערנער קעטי האוקעל האט באמערקט אז אנשטאט די קינדער זאלן זיין פארגאפט אין די סקרינס, זענען זיי יעצט מער פארנומען מיט שמועסן, שפילן, און זיך חבר'ן איינער מיט'ן צווייטן. כאטש מען האט נאך נישט קיין גענויע דאטא פון די טעסט סקאורס, ערווארטן די באאמטע צו זען א שטארקע הצלחה אין די לערנונג אין די קומענדיגע יארן
זיי באריכטן אויך אז מען זעט א פארבעסערונג אין bullying, און די פריינדשאפט צווישן די סטודענטן איז געווארן סאך שטערקער. גאווערנער קעטי האוקעל האט באמערקט אז אנשטאט די קינדער זאלן זיין פארגאפט אין די סקרינס, זענען זיי יעצט מער פארנומען מיט שמועסן, שפילן, און זיך חבר'ן איינער מיט'ן צווייטן. כאטש מען האט נאך נישט קיין גענויע דאטא פון די טעסט סקאורס, ערווארטן די באאמטע צו זען א שטארקע הצלחה אין די לערנונג אין די קומענדיגע יארן