רוב פרויען זענען געגאנגען בגילוי שערות סיי אין אונגארן און סיי אין פוילן.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 12:29 pmהממ... כוויל זייער שטארק מיך אפהאלטן פון אריינגיין אין אן oh yeah oh no טענה‘ריי. אבער נניח דו האסט רעכט, וואלט איך קודם אריינגעפרעגלט די עיקרי הדת און דורכגעטון מיט די קינדער הלכות עבודה זרה כללותיה ופרטותיה און הערשט דעמאלטס וואלט איך מיר גענומען צו די חשובע ערכין וואס חסידות האט מגלה געווען. אויב האט מען בזמן אברהם אבינו געדארפט 400 פרקים אין מסכת עבודה זרה דארף מען היינט 4000 פרקים אין מסכת עבודה זרה.בקיצור האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 12:17 pmמ'דארף בפירוש יא לערנען מיט די קינדער אויך דעם ביאור פנימי, אין מצוות דביקות בצדיקים, לפי השגת שכלם.צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 7:58 am
זיכער דארף מען לענען מיט קינדער די מצוה פונקט ווי אלע אנדערע מצוות. אבער פונקט ווי ביי אנדערע מצוות התורה איז פארהאן אויף דעם א ביאור פנימי בחסידות בשורשי המצוה, דער זעלבער ביי מצוות דביקות בת''ח האט 'חסידות' אויף דעם א ביאור פנימי וואס די מצוה איז. מיט אינגע קינדער דארף מען לערנען דעם מצוה מיט ראשונים אן דעם ביאור פנימי.
וזהו דברים פשוטים
ונראה דשורש הפלוגתא בינינו, הוא דמר מדבר ממקומות שיש עדיין הענין הפנימי, ומר מדבר ממקומות שרק פעם היה הענין הפנימי.
אך לכו"ע בזמן השינאווער רב והמיטעלער בעלזער רב, והעטרת יהושע, למדו עם הילדים בקטונותם על פנימיות מצצות דביקות בצדיקים. וזה הציל כל הדור דאז.
בנוגע וואס האט געראטעוועט אדער אפגעפירט די דור וויל איך נישט מאריך זיין אין דברים ידועים וברורים אבער שטעל יהדות אונגארן ביחס צו יהדות פוילן בערך מזמן ה‘ערשטע וועלטס קריג, מיט מציאות קען מען זיך נישט קריגן. ביים ערשטן וועלטס קריג זענען שוין רוב פרויען געגאנגען אין פוילן בגילוי שערות ממש (כך העיד הגאון ר‘ מנחם פישער שליט”א אב”ד וויען מאנסי) עס קען נישט זיין אז עס האט זיך דעמאלטס הערשט אנגעהויבן די רפיון אין יהדות. אבער עניוועי לא על זה אנחנו דנים כאן. מיר זענען דא דן ‘וואס איז דאס יהדות‘, מען קען אויף קיין פאל נישט צוקומען צו א מסקנה אז עקירת היהדות ‘עבודה זרה‘ גייט האלטן יהדות... אין כזה דבר. סאיז חוכא ואיטלולא לומר כן.
נאר אין פוילן האבן זיי זיך געדרייט בתוככי החרדים, און אין אונגארן האט מען זיך געטיילט.