פ. לאקס האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 12, 2025 8:53 pm
פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 12, 2025 2:25 pm
פ. לאקס האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 12, 2025 1:41 pm
האסטו
במחילת כבודכם באציען זיך די ווערטער 'וויטאוט עני פארדער רעקווייערמענטס' נישט אויף די התחייבות הלימודים, נאר אויף די התחייבות פון אויפווייזן אז איך קום נאך אלעס וואס דער געזעץ פארלאנגט, דהיינו אז אויב דו נעמסט טעסטס איז דאס אליין גענוג צו 'אויפווייזן' אז דו ביזט קאמפלייענט צום עצם עקוויוועלענסי געזעץ
וואס איז אויבנאויף טאקע א גרויסע אויפטוה, אז די קאמישאנער קען דיך לכאורה נישט בעטן קיין שום פרוף אז דו לערנסט אלע סאבזשעקטס, נאר די ריזאלטס פון די טעסטס דאס אליין איז די פרוף
אבער עס מיינט בכלל נישט צו זאגן אז ווען דו מאכסט טעסטס ווערסטו דורכדעם פטור פון די התחייבות הלימודים, און דיין אינסטראקשען דארף נאך אלץ זיין עקוויוועלענט צום פאבליק סקול
קענסט מיר ביטע ברענגען סיי וועלכע געזעץ אין גאנץ ניו יארק סטעיט וואס לייגט "יא" ארויף א חיוב צו לערנען די סובדשעקטס?
עס עקזיסטירט נישט אין געזעץ קיין התחייבות הלימודים, סארי.
א גרויסן ייש"כ
@פ. לאקס פארן ארויפברענגען נאכאמאל די נושא וואס מען האט שוין עטליכע בלעטער צוריק געפרעגט איבער דעם, און איך האב נאך געהאט בדיעה צוריקצוקומען צו דעם פרט.
איך זעה אז איר האלט אין איין איבערזאגן די סטעיטמענט אז 'עס עקזיסטירט נישט אין געזעץ קיין התחייבות הלימודים' און עס כרגע נישט דא קיין שום חיוב אויף לימודים,
דאס איז זייער א גרויסע טעות וואס אסאך מענטשן מאכן.
עס וועט אייך אפשר זיין 'איבעראשנד', אבער עס איז 'קלאר' יא דא התחייבות הלימודים, וואס די התחייבות אז חל אויף יעדע פריוואטע סקול,
די התחייבות איז א קלארע געזעץ פון נ.י. סטעיט, און די געזעץ איז קאי וקיים און איז נאך עד היום נישט בטל געווארן.
און אויך איז די נושא פון דעם געזעץ וואס איז מחייב די לימודים שוין אדרעסירט געווארן אין די פארגאנגענע געריכטן איבער די גזירת החינוך וואס פערלס האט געפירט אקעגן די יעצטיגע גיידליינס, און אינעם פסק פון שופט 'ריבא' (די געווינס איינס פאר די יעצטיגע געזעץ) איז אויך זייער 'איבעראשנד קלאר' אויסגעשמועסט די התחייבות הלימודים וואס זענען דא אינעם 'געזעץ' נאך פאר די גיידליינס.
צו טרעפן די פונקטליכע דאקומענטן פונעם געזעץ און די קאורט פאפירן, וועט מיר אבער נעמען אביסל צייט, דעריבער וואלט איך קודם געוואלט פרעגן
@פ. לאקס אפאר שאלות.
קודם,
וואס וועט זיין והיה אז איך וועל ברענגען דאקומענטן ווי מען זעט אז עס זענען יא דא התחייבות הלימודים אינעם געזעץ אליין, וועלכע מציאות גייט זיך טוישן, און וואספארא אפעקט וועט דאס האבן כלפי די לעוועל פון די געווינס פונעם געזעץ?
והשנית,
איר אליין האט געשריבן ערגעץ פריער, אז די קאמישאנער קען נישט אליין צולייגן קיין התחייבות וואס איז נישטא אין געזעץ, וואס דאס איז טאקע זייער ריכטיג און אמת,
יעצט לאמיר פארשטיין, ממה נפשך, אויב איז נישטא קיין קיין התחייבות הלימודים אין געזעץ פון ניו יארק סטעיט אז מען דארף לערנען סאבזשעקטס, דאן וויאזוי האט די קאמישאנער געקענט אריינלייגן אין די יעצטיגע גיידליינס וועלכע לימודים מען דארף לערנען, דאס איז דאך -לשיטתך- א זאך וואס שטייט נישט אין געזעץ און די קאמישאנער קען נישט אליין מאכן קיין נייע התחייבות.
ווידעראום אויב איר וועט פרובירן צו זאגן, אז די קאמישאנער כאטש זי קען נישט מאכן קיין הוספות צום געזעץ מעג זי אבער מפרש זיין וואס די געזעץ מיינט און דעריבער קען זי מפרש זיין די אפטייטש פון סאבסטענשאל עקוויוועלענט 'אינסטראקשען' אויף וועלכע לימודים זי פארשטייט, דאן וואס וועט איר יעצט אפהאלטן ווייטער אפצוטייטשן די פשט פון 'אינסטראקשן' אז דאס מיינט אלע 12 סאבזשעקטס?
(און דאס וואס שטייט צום סוף פונעם נייעם געזעץ די ווערטער 'וויטאוט עני פארדער רעקווייערמענטס' האבן מיר שוין פריער מסביר געווען אז עס רעדט בכלל נישט פון די התחייבות הלימודים).