דא שטייט אז א רב מטעם המלכות וואס איז שלא ברשות הציבור איז מצער הציבור ועתיד ליתן את הדין, שטייט נישט קיין ווארט אז ווען די רבי פון די קהילה אינאיינעם מיט די ראשי קהילה נעמען אויף א רב האט עס נישט קיין הלכה׳דיגע סמכות וויבאלד זיי האבן נישט פארופען קיין וואלן,מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:11 amדער רמ”א רעדט פון א ‘כח ההשתלטות‘ ער בויעט זיך אויף א מחלוקת הריב”ש איבער ‘רבנות‘ וואו די מלכות האט אויפגענומען א ‘רב‘ בלי המלכת בציבור אויב דאס האט א תוקף מכל מקום מטעם דינא דמלכותא דינא... למעשה בלייבט דער רמ”א אז אפילו אין א פאל וואס די מלכות נעמט אויף עמיצן זאל מען זיך מונע זיין פון אננעמען סיי וועלכע שררה פאסטן בלי המלכת והסכמת הציבור. דער גר”א דא צייכנט אויכעט צו די גמרא אין ברכות פון ‘אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכין בציבור׳.לעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 9:32 am דאס איז שו”ע חו”מ סימן ג‘ סעיף ד‘
ווי שטייט דא איבער הלכה׳דיגע סמכות איבער יא אדער נישט וואלן??
נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
-
לעבעדיגע איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 160
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
- x 164
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
-
לעבעדיגע איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 160
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
- x 164
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
אויף דעם האלטן אונז זיך אינמיטען דינגען און דערווייל האב איך עס נאכנישט געטראפען אין שלחן ערוך,מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:14 amמסתמא האט נישט קיין שיטה און מסתמא דארף נישט פארענטפערן זיין שיטה. מיש אויף א שולחן ערוך און פיגער עס אויס. אין ירושלים, דוכט זיך מיר, שטעלט יעדע קהילה א נציג/נציגים.לעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:02 am הרב @מסתמא די רבי זי״ע האט קיינמאל געמאכט קיין וואלן ווען ער האט אויפגענומען א רב אין איינע פון די קהילות,
לשיטתך האבן נישט די ירושלים׳ע רבנים קיין הלכה׳דיגע סמכות? אלע ירושלים׳ע רבנים זענען אויפגענומען געווארען דורך די הנהלה אן קיין וואלן,
ככל הידוע לי, רבינו יואל האט בעלבאטעוועט אויף זיינע קהילות ומוסדות מטעם בעלות ולא מטעם רבנות, עס איז געווען זיינס. ער האט קיינמאל נישט פארפירט אז מען מוז אים פאלגן מטעם שטאטס רב וכדומה
אין ירושלים האט יעדע קהילה נציגים וואס ווערן געשטעלט דורך זייער רבי׳ס, אבער בכל אופן פארוואס האט דאס מער סמכות ווי די הנהלת הקהילה פון א קהילה?
די רבי זי״ע האט כמה פעמים אויפגענומען רבנים אין די סאטמאר׳ע קהילות אין אנדערע שטעט אפילו ווען ס׳איז געווען אקעגן די דעת הציבור,
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 268
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 544
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
מיינסט אז מענטשן זענען נישט אוועקגעגאנגען? מענטשן זענען. ווער ס'האט אבער געוואלט באלאנגען צו סאטמאר און צום רבי'ן, האט זיך פארשטאפט די נאז און געבליבן.לעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:39 am
די רבי זי״ע האט כמה פעמים אויפגענומען רבנים אין די סאטמאר׳ע קהילות אין אנדערע שטעט אפילו ווען ס׳איז געווען אקעגן די דעת הציבור,
היינטיגע צייטן איז דא עטליכע סאטמארע קהילות און מ'קען שוין נישט צווינגען עמיצן אז ער מיז אנעמען די הנהגה פונעם רב געשטעלט דורך איין קהילה.
-
רב הכולל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 160
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 4:37 pm
- Location: ני
- x 360
וRe: נייעס פון בלומינגראוו,
ילדעת סאטמאר מהר"א באלאנגט קר"י פאר זיי, דאס גאנצע עפענען אנדערע מוסדות איז א חוצפה און רשעות, ווערט גארנישט געטווישט אז מ' פייט עס נישט
קענסט נישט קומען עפענען א קהלה ביי יענעם אינדערהיים און נאכדעם זאגן אז ביסט אויך בעה"ב דא, אזוי ווי מהר"א קען נישט אריינקומען אין ראדני
קענסט נישט קומען עפענען א קהלה ביי יענעם אינדערהיים און נאכדעם זאגן אז ביסט אויך בעה"ב דא, אזוי ווי מהר"א קען נישט אריינקומען אין ראדני
רב הכולל, א שייינע טיטול פאר א כולל יונגערמאן
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 268
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 544
Re: וRe: נייעס פון בלומינגראוו,
לדעת סאטמאר מהר''א.רב הכולל האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 11:53 am ילדעת סאטמאר מהר"א באלאנגט קר"י פאר זיי, דאס גאנצע עפענען אנדערע מוסדות איז א חוצפה און רשעות, ווערט גארנישט געטווישט אז מ' פייט עס נישט
קענסט נישט קומען עפענען א קהלה ביי יענעם אינדערהיים און נאכדעם זאגן אז ביסט אויך בעה"ב דא, אזוי ווי מהר"א קען נישט אריינקומען אין ראדני
און לדעת פולע אנדערע רבנים און דיינים און חסידים נישט. אריינגערעכנט די ארגינעלע ראשי קהילה. ביסט היינט געבוירן?
-
רב הכולל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 160
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 4:37 pm
- Location: ני
- x 360
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
כבין נישט היינט געבוירן, אבער פונקט ווי צד מהר"א קען נישט אריינזאגן א מיינונג ביי צד מהר"י, אפילו ר' בעריל פר"מ ע"ה איז געוועו דארט ראש הקהל, אזוי קען נישט צד מהר"י אריינדעדן אין קר"י
רב הכולל, א שייינע טיטול פאר א כולל יונגערמאן
-
לעבעדיגע איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 160
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
- x 164
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
למעשה האט די רבי געהאלטן אז ס׳דארף נישט זיין קיין וואלן,נויז מאשין האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 11:11 amמיינסט אז מענטשן זענען נישט אוועקגעגאנגען? מענטשן זענען. ווער ס'האט אבער געוואלט באלאנגען צו סאטמאר און צום רבי'ן, האט זיך פארשטאפט די נאז און געבליבן.לעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:39 am
די רבי זי״ע האט כמה פעמים אויפגענומען רבנים אין די סאטמאר׳ע קהילות אין אנדערע שטעט אפילו ווען ס׳איז געווען אקעגן די דעת הציבור,
היינטיגע צייטן איז דא עטליכע סאטמארע קהילות און מ'קען שוין נישט צווינגען עמיצן אז ער מיז אנעמען די הנהגה פונעם רב געשטעלט דורך איין קהילה.
ובנידון דידן איז די רבי די לב אהרן אויפגענומען געווארען פארן מרא דאתרא אויפן שטאט דורך׳ן רבין די ברך משה און די ראשי הקהילה, מילא ווער ס׳האלט זיך נישט ביים אינטערווארפען האט א ברירה אוועקצומאפען, אבער ווילאנג ער איז דארט איז ער אויטאמאטיש אינטערגעווארפען,
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
ידוע דער דרשה פון רבינו הגאון הקדוש שליט"א איבער וואלן בתורתן פון פעטער און טאטן..מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 12:33 amאין שולחן ערוך האט רבנות נאר א תוקף אויב איז עס געווען דורך וואלןלעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 22, 2026 11:47 pmדי רבי די ברך משה איז אויפגענומען געווארען דורעך די ראשי קהילה וואס זענען געשטעלט געווארען דורך׳ן רבי זי״ע,
יבלחט״א די רבי די לב אהרן שליט״א איז אויפגענומען געווארען דורך די ראשי קהילה אלס מרא דאתרא,
ממילא איז ער די הלכה׳דיגע מרא דאתרא, ס׳האט גארנישט מיט ירישה.
נישט אינטערעסאנט דא אריינציקריכן און איבערקייען די אלע אויסגעדראשענע און אויסגעקנעטענע נושאים
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
איך האב נישט געוואלט אריינקומען אין דעם שמועס. איך האב פרובירט צו שטיין אינדרויסן. צוערשט לאמיר זיך קלארשטעלן. איך בין איינער וואס געהערט (מצד מיין משפחה) צו קהלת מהר"א. איך פרעזענליך האב מיין מורה דרך, א סאטמארער תלמיד, וואס געהער נישט צו קיינעם פון די גרויסע קהלות, און איך פרוביר צו זיין אומפארטייאיש ווי ווייט מעגליך.לעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 1:44 pmלמעשה האט די רבי געהאלטן אז ס׳דארף נישט זיין קיין וואלן,נויז מאשין האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 11:11 amמיינסט אז מענטשן זענען נישט אוועקגעגאנגען? מענטשן זענען. ווער ס'האט אבער געוואלט באלאנגען צו סאטמאר און צום רבי'ן, האט זיך פארשטאפט די נאז און געבליבן.לעבעדיגע איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 23, 2026 10:39 am
די רבי זי״ע האט כמה פעמים אויפגענומען רבנים אין די סאטמאר׳ע קהילות אין אנדערע שטעט אפילו ווען ס׳איז געווען אקעגן די דעת הציבור,
היינטיגע צייטן איז דא עטליכע סאטמארע קהילות און מ'קען שוין נישט צווינגען עמיצן אז ער מיז אנעמען די הנהגה פונעם רב געשטעלט דורך איין קהילה.
ובנידון דידן איז די רבי די לב אהרן אויפגענומען געווארען פארן מרא דאתרא אויפן שטאט דורך׳ן רבין די ברך משה און די ראשי הקהילה, מילא ווער ס׳האלט זיך נישט ביים אינטערווארפען האט א ברירה אוועקצומאפען, אבער ווילאנג ער איז דארט איז ער אויטאמאטיש אינטערגעווארפען,
צום ענין:
אודאי האט נישט געדארפט זיין וואלן. דער רבי האט געעפענט א "קהלה" - דאס איז זיין אייגענטום. ער מען אננעמען אדער ארויסווארפן וועם ער וויל. ער קען אויפנעמען "ראשי הקהלה" און ארויסווארפן ווען ער וויל.
דאס איז נישט געווען א "שטאט". און מיט דעם אלעם האט ער פרובירט צו מאכן די הנהגת הקלה עס זאל האבן א פנים פון א "שטאטישע קהלה". ער האט אויפגעגעבן זיינע רעכטן, און געמאכט "שטאטוטן" ווי עס שטייט פונקטליך ווען עס דארף פארקומען וואלן, ווער עס קען לויפן, און אזוי ווייטער.
אבער ווען עס קומט צו א שטאט. דארט איז עס אנדערש. די טובי הקהלה האבן א כח בית דין - ווייל מען האט זיי ערוועלט. זיי פארטרעטן דעם ציבור.
קיינער איז נישט העכער דעם שלחן ערוך. דער רבי האט נישט געוואלט און נישט געקענט אויפנעמען טובי הקהל אין קרית יואל אזוי ווי אין שטאט.
דאס וואס די רבי'ס שטעלן ראשי קהלה און רבנים אין פארשידענע שטעט - אפילו ווען עס איז קעגן רצון הציבור, איז ווייל דארט איז עס א קהלה. א קהלה איז א פריוואטע קאמפאני, וואס געהער פאר דעם רבי'ן, און ער קען דארט טון וואס אימער ער וויל. אז עס געפעלט דיר נישט זיין הנהגה, זוך דיר א צווייטע קהלה.
קרית יואל איז אנדערש. קרית יואל איז א שטאט. און א שטאט קען מען נישט own'ען. עס געהער פאר'ן ציבור, און דער רב און די טובי הקהלה ווערן אויפגענומען דורכן ציבור. מען קען נישט "ירשענען" א שטאט.
אמת. עס ווערט געפסקנעט להלכה, אז אויב דער רב האט א זון וואס איז ראוי, דארף מען אויפנעמען זיין זון למלא מקומו. דאס געשעט אבער נישט אויטאמאטיש. עס איז א חיוב אויף קהל עס צו טון.
עס איז א פליכט פון קרית יואל קלארצושטעלן איין מאל פאר אלעמאל. זענט איר די "שטאטישע" קהלה? דאן זענט איר מחויב צו מאכן וואלן אויפצונעמען טובי הקהל. און יעדע ארטאדאקסישע איד, וועט קענען וועלן.
אויב זענט איר א פריוואטע "קהלה" (כעין וויליאמסבורג), זאגט דאס קלאר. מען מעג עפענען אנדערע קהלות, און מוסדות לכתחלה.
מען קען נישט טאנצן אויף ביידע חתונות אין די זעלבע צייט.
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 248
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 225
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
אסאך שרייבערס האבן שוין
סיי זיי און זייער טאטע און זיידע און עלטער זיידע וגם לרבות עלטער עלטער זיידע זיך אויסגעקאכט אין דעי נושא אהן א שיעור מאל
א שאאד סתם צו איבערקייען
סיי זיי און זייער טאטע און זיידע און עלטער זיידע וגם לרבות עלטער עלטער זיידע זיך אויסגעקאכט אין דעי נושא אהן א שיעור מאל
א שאאד סתם צו איבערקייען
-
רב הכולל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 160
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 4:37 pm
- Location: ני
- x 360
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
ווען האסט געשריבן אומפארטייש, האב איך שוין געזען וועלעכע דירעקציע די גייסט
פון ווי נעמסטו די חילוק פון א שטאט און א קהלה? די שטעטעל איז פונקט אזוי די אייגענטום פונעם רבי'ן ווי די קהלה, באקנט אז ר' יחזקאל שמש ע"ה האט פארלוירן די וואלן, דאך האט די רבי אים אריינגעשטעלט
ווער האט ערוועלט די טובי הקהל בחייו פון רבין זי"ע? ווער האט ערוועלט שלמה מיכל און משה פר"מ פאר ראשי הקהלה, קיינמאל געווען וואלן
ד"א משה מאנרויער האט צוגעשטיפט דעם ב"מ צו מאכן מהר"א פאר רב, פארשטייט זיך ער האט געהאט זיינע חשבונות. אבער געקומען פון אים