בלאט 23 פון 25

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 8:57 pm
דורך שמח
בילד
https://donary.com/8817
1000349349.jpg
1000349349.jpg (98.96 KiB) געזען געווארן 3111 מאל
סאַטמאַר'ס מעסעדזש אָנגעקומען קיין ארה"ק! תלמידי וחסידי סאַטמאַר זענען דאָ צו באַשיצן די קיום העדה החדרית!

די רבנים, עסקנים, יעדער ערליכער איד אין מאה שערים, און ברחבי ארה"ק, שעפּט הויפענעס חיזוק! די עדה החרדית האָט אַ רוקן-ביין פון סאַטמאַר! די געטרייע עסקנים וועלכע טוען אויף גדולות ונצורות למען כבוד העדה החרדית זענען נישט אַליין! די חיזוק און קידוש ה' איז עד אין לשער!

מיט אַ אייפער'דיגע ברען און וואַרימע שטיצע זעצט פאָר צווישן תלמידי וחסידי סאַטמאַר די גרויסאַרטיגע צענטראַלע מגבית האדירה למען קיום העדה החרדית בארה"ק, מיט'ן אָנשליס פון מאַסן אנשי שלומינו אַלס "חבר נאמן" אין די עדה החרדית, מיט וואַרימע פינאַנציעלע און מאָראַלישע שטיצע לטובת "ועד הפעולה" שע"י העדה החרדית.

תלמידי וחסידי סאַטמאַר זענען טאַקע באַזירט אין ניו יאָרק וועלכע איז 5,676 מייל אָפּגערוקט פון די גענעראַלן קאָמאַנדאָ הויפּטקוואַרטיר אין ארה"ק, די עדה החרדית אויף ככר זופּניק אין ירושלים עיה"ק, אָבער די שטורעמישע ווינטן פון חיזוק און שטאַרקייט וואָס סאַטמאַרער חסידים אין ניו יאָרק שיקן קיין ארה"ק האָט שוין געגרייכט די בניני העדה החרדית אויף ככר זופּניק!

הבערה ללהב יוצאות! די הייליגע רוף וועלכע איז אַרויסגעקומען פונעם שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לחיזוק העדה החרדית, ווען דער רבי שליט"א האָט אויסגערופן בעוז וברמה "די עדה החרדית איז דער יסוד פון יהדות החרדית אין ירושלים עיה"ק", "קהלתינו איז אלעמאל געשטאנען צו זייער רעכטע האנט, דער פעטער ז"ל און טאטע ז"ל האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט פייער צו שטיין לימין העדה החרדית"!", אָט די הייליגע ווערטער האָבן אויפגעוועקט די רגשי קודש וועלכע איז איינגעפלאַנצט אין יעדע סאַטמאַרער הארץ למען כבוד העדה החרדית.

מ'האַלט נאָך טאַקע גאַנץ אָנהייב פונעם גרויסאַרטיגן חבר נאמן קאַמפּיין, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן מיט'ן רעכטן פיס די פאַרגאַנגענע וואָך אין ק"ק קרית יואל – די האַרץ פון סאַטמאַר, און זעצט פאָר אין די קומענדיגע וואָכן איבער אַלע שכונות פונעם עיר הגדולה לאלקים קרית יואל יצ"ו, און איבער אַלע געגנטער פון קרית יואל המורחבת במשך די קומענדיגע וואָכן, און הערשט דערנאָך וועט מען אַרויסגיין צום ציבור תלמידי וחסידי סאַטמאַר אין באָראָ פּאַרק, מאָנסי, וויליאַמסבורג, און מאָנטריאַל.

אָבער די שטורעמישע ווינטן און שאָק-כוואַליעס וואָס די ערשטע וואך אינעם קאַמפּיין האָט שוין אָפּגעשיקט קיין ארה"ק איז עפּעס אויסטערליש און העכער אַלע ערוואַרטונגען, די רבנים הגאונים שליט"א שרי התורה, די העלדישע מסירת נפש'דיגע עסקנים למען כבוד שמו יתברך, יעדער ערליכער איד אין מאה שערים, און ברחבי ארה"ק, שעפּן הויפענעס חיזוק!

זיי זענען אָנגעפילט מיט שמחה וחדוה אַז אידן אין ניו יאָרק גאַרטלן זיך אן לימין עוז עוררה, און דאָס געבט זיי די ווייטער'דיגע שטאַרקייט און פעסטקייט אָנצוגיין מיט אַלע הייליגע פּעולות, שפּירנדיג דעם שטאַרקן רוקן-ביין וואָס זיי האָבן פון אידן אחים לדעה תלמידי וחסידי סאַטמאַר אין ניו יאָרק!

אין די קומענדיגע טעג וועט די קאַמפּיין ווייטער פאָרזעצן ברוב עוז ותעצומות איבער די שטאָט קרית יואל, און אין די קומענדיגע וואָכן וועט די קאַמפּיין אַריבערגיין צו די אַנדערע סאַטמאַרער צענטערן און עדה החרדית באזע'ס ברחבי ניו יאָרק וקאַנאַדע, ציהלנדיג דעם מספר האדיר פון 1,000 מעמבער'ס אין די עדה החרדית!

אנן מהכא ואתון מהתם לרומם קרן העדה החרדית!
1000349351.jpg
1000349351.jpg (158.3 KiB) געזען געווארן 3111 מאל
בילד

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 9:03 pm
דורך שמח
מאָנסי גאַרטלט זיך אן בשלהבת אש קודש מיט מאַכטפולע שטיצע פאַר'ן ועד הפעולה, ביים מגבית האדירה דעם פּרשת וארא.

ביהמ"ד הגדול אויף 13 מאָנסי בלווד - ריזן סאַטמאַר-מאָנסי פעסטונג וועט אויפנעמען קומענדיגע אָנהייב פּרשת וארא די עסקני ועד הפעולה איבערצוגעבן די וואַרימע תרומות הקודש למען קיום העדה החרדית | לעצטע-דעטאַלן פונעם מאָנסי קאַמפּיין ווערן אויסגעאַרבייט דורך די לאָקאַלע סאַטמאַר-מאָנסי עסקנים אין שפּיץ פון העסקן הנמרץ הר"ר יואל ברח"ל פריעדמאַן הי"ו.
1000349348.jpg
1000349348.jpg (363.13 KiB) געזען געווארן 3109 מאל

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 9:09 pm
דורך שמח
הייסע שטיצע זעצט פאָר אין קרית יואל ביים "חבר נאמן - מעמבער קאַמפּיין" לטובת "ועד הפעולה" שע"י העדה החרדית

עסקנים ווערן וואַרעם אַנטפאַנגן אין די בתי מדרשים דורכ'ן ציבור וועלכע וויל ווייטער אָנהאַלטן די הייליגע שטיצע פאר די עדה החרדית וועלכע רבוה"ק זי"ע האָבן געשפּירט אַזאַ הייליגע אחריות זייענדיג די סאַמע הויפּט פאָן-טרעגער פאר אַלע מערכות הקודש למען כבוד שמו יתברך ברחבי ארה"ק
1000349353.jpg
1000349353.jpg (134.62 KiB) געזען געווארן 3145 מאל
מגבית האדירה פאַר'ן ועד הפעולה אין ק"ק סאַטמאַר באָראָ פּאַרק באַשטימט אויפ'ן קומענדיגע שב"ק בא הבעל"ט.

סאַטמאַרער עסקנים נלהבים לכל דבר שבקדושה שליסן זיך אָן מיט עסקנות אין בעפאָרגרייטונג צום גרויסאַרטיגן קאַמפּיין אין באָראָ פּאַרק למען כבוד העדה החרדית בארה"ק | גוואַרדיע פון עסקנים אדירים שליסן זיך אָן לעמוד בראש הקאמפיין אין שפּיץ פונעם עסקן הדגול הר"ר ישכר דוב ראבי הי"ו
הייליגע ציהל פון "1,000 מעמבער'ס – סאַטמאַר פאר די עדה" שפּאַנט פאָראויס מיט'ן טעגליכע אָנשליס פון פרישע חברים נאמנים

יעדער חבר נאמן האָט די זכי' צו זיין אַ שותף און האָבן אַ חלק נאמן אין די אַלע הייליגע פּעולות אדירות להרמת כבוד שמים, להגברת קרן העדה החרדית, להגדיל כבוד התורה, בנשיאתו הרמה פון כ"ק מרן ירושלימ'ער רב שליט"א

שד"ר פאר מוסדות על טהרת הקודש ומנהלי מפעלות צדקה וחסד בארה"ק וועלכע זענען צוגאַסט אין ניו יאָרק פאַרציילן ערשטהאַנטיג איבער די פּעולות אדירות פונעם "ועד הפעולה"

חשובער געסט וועלכע זענען פּערצופאַל דאָהי אין ניו יאָרק אין די פאַרגאַנגענע טעג פאַרציילן מיט באַגייסטערונג איבער די פּעולות אדירות פונעם ועד הפעולה מרומם צו זיין די כבוד התורה פון די רבנים ודיינים שליט"א און מחזק צו זיין די קרן העדה החרדית, ברענגט שטאַרקע וואַרעמקייט ביי אידן זיך אָנצושליסן אַלס חברי העדה החרדית
1000349361.jpg
1000349361.jpg (58.94 KiB) געזען געווארן 3145 מאל

בילד
https://donary.com/8817

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 11:38 pm
דורך איד
ראשי הנהלת העדה החרדית הרב שמעון ווייס והרב אפרים שטערן בהתייעצות דחופה במעונו של פוסק הדור הגר"מ שטרנבוך
הגרם.jpg
הגרם.jpg (143.39 KiB) געזען געווארן 3016 מאל

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 11:38 pm
דורך איד
עדה.jpg
עדה.jpg (170.76 KiB) געזען געווארן 3016 מאל

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 5:09 pm
דורך Joel
f50a57_a26aea47ac884b3e968511fc9c16bba6~mv2.jpg
f50a57_a26aea47ac884b3e968511fc9c16bba6~mv2.jpg (99.12 KiB) געזען געווארן 2912 מאל

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 2:16 am
דורך burich
איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 11:38 pm
ראשי הנהלת העדה החרדית הרב שמעון ווייס והרב אפרים שטערן בהתייעצות דחופה במעונו של פוסק הדור הגר"מ שטרנבוך
הגרם.jpg
ווייסט איינער וואס די נושאים דארט זענען געווען?

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 3:47 pm
דורך הלבלר בקולמסו
burich האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 2:16 am
איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 11:38 pm
ראשי הנהלת העדה החרדית הרב שמעון ווייס והרב אפרים שטערן בהתייעצות דחופה במעונו של פוסק הדור הגר"מ שטרנבוך
הגרם.jpg
ווייסט איינער וואס די נושאים דארט זענען געווען?
לכאורה די קו"ק פון א תגובה נאכדעם..

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 28, 2025 12:11 pm
דורך אפשר נישט
שטארקע ברייו פון בי"ד צוזאמען מיט רבני ברסלב שליט"א למען די הייליגע עסקנים וואס טוען למען אתרא קדישא מירון
Screenshot 2025-02-28 120816.png
Screenshot 2025-02-28 120816.png (310.67 KiB) געזען געווארן 2565 מאל

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 28, 2025 1:25 pm
דורך טעמפערערי
אפשר נישט האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 12:11 pm שטארקע ברייו פון בי"ד צוזאמען מיט רבני ברסלב שליט"א למען די הייליגע עסקנים וואס טוען למען אתרא קדישא מירון

Screenshot 2025-02-28 120816.png
על פי פשטות צ''ל להיפך, רבני ברסלב צוזאמען מיט דיינים פון די עדה.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 28, 2025 1:45 pm
דורך הלבלר בקולמסו
טעמפערערי האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 1:25 pm
אפשר נישט האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 12:11 pm שטארקע ברייו פון בי"ד צוזאמען מיט רבני ברסלב שליט"א למען די הייליגע עסקנים וואס טוען למען אתרא קדישא מירון

Screenshot 2025-02-28 120816.png
על פי פשטות צ''ל להיפך, רבני ברסלב צוזאמען מיט דיינים פון די עדה.
אם כן מה כח בי"ד יפה?

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:03 pm
דורך טעמפערערי
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 1:45 pm
טעמפערערי האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 1:25 pm
אפשר נישט האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 12:11 pm שטארקע ברייו פון בי"ד צוזאמען מיט רבני ברסלב שליט"א למען די הייליגע עסקנים וואס טוען למען אתרא קדישא מירון

Screenshot 2025-02-28 120816.png
על פי פשטות צ''ל להיפך, רבני ברסלב צוזאמען מיט דיינים פון די עדה.
אם כן מה כח בי"ד יפה?
כ'ווייס נישט וואס די ווילסט, ער האט געשריבן א מהלך וואס איז אביסל פארפירעריש, האב איך פארראכטן.

מ'דארף זיך נישט שטעלן דא, מ'קען גיין ווייטער.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: זונטאג מערץ 02, 2025 3:10 pm
דורך אפשר נישט
טעמפערערי האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:03 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 1:45 pm
טעמפערערי האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 1:25 pm

על פי פשטות צ''ל להיפך, רבני ברסלב צוזאמען מיט דיינים פון די עדה.
אם כן מה כח בי"ד יפה?
כ'ווייס נישט וואס די ווילסט, ער האט געשריבן א מהלך וואס איז אביסל פארפירעריש, האב איך פארראכטן.

מ'דארף זיך נישט שטעלן דא, מ'קען גיין ווייטער.
וואס איז פארפיריש ?

די ברסלבע רבנים באציען זיך אויף בי"ד

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 8:36 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טעמפערערי האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:03 pm כ'ווייס נישט וואס די ווילסט, ער האט געשריבן א מהלך וואס איז אביסל פארפירעריש, האב איך פארראכטן.

מ'דארף זיך נישט שטעלן דא, מ'קען גיין ווייטער.
שכח פארן פאררעכטן.

געגאנגען.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 9:28 pm
דורך איד
unnamed (2) (1).jpg
unnamed (2) (1).jpg (94.92 KiB) געזען געווארן 1652 מאל

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 3:48 pm
דורך מתושלח
Capture 1.JPG
Capture 1.JPG (95.17 KiB) געזען געווארן 1516 מאל

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 4:01 pm
דורך שמח
מתושלח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 3:48 pm Capture 1.JPG
מקור פון דעם צעטל (און איינס פארדעם)?

נישט אז כ'בין חולק... סתם נייגעריג די מקור.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 9:19 pm
דורך איד
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 4:01 pm
מתושלח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 3:48 pm Capture 1.JPG
מקור פון דעם צעטל (און איינס פארדעם)?

נישט אז כ'בין חולק... סתם נייגעריג די מקור.
איינס פארדעם (וואס איך האב געלייגט) האב איך געזען אויף אייוועלט (די צווייטע איז אויך דארט)

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 1:59 pm
דורך 222555
מתושלח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 3:48 pm Capture 1.JPG
די צעטיל איז פאלש
א פסק בי"ד מיינט אז ממאכט א מושב און עס קומט ארויס א פסק
דא איז עטליכע מאהל געווען א מושב און בי"ד האט נישט געוואלט געבן א הסכמה אויף שותפות מיט א חבר כנסת וכו’
למעשה איז מען געקומען צי בי"ד זאגן אז ממאכט מהומות און מען צעווארפט די גדרים און מחיצות פון צניעות וואס איז גראדע נישט געווען אמת אבער אפילו אזוי האט בי"ד נישט געוואלט שרייבן א ווארט וואס איז משמע א הסכמה פאר נאמני רשב"י
זענען געגאנגען די סיקריקים שותפי מאיר פרוש און געהאקט אויף טירן פון די דיינים אוןמארויסגעשלעפט חתימות נוסח קול קורא..

דעריבער איז דאס בכלל נישט קיין פסק בי"ד
די לעטערהעד פון בי"ד אי קיינמאל אויף דעם נישט געגעבן געווארן

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 2:23 pm
דורך הדסים
222555 האט געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2025 1:59 pm

בנוגע דאס סמכות פונעם צעטל ווייס איך נישט אבער ס'איז יא געווען וואס האבן פרובירט צו שטערן און מאכן מהומות, הגם מיט ווייניג סוקסעס ווייל זיי זענען געווען ווייניג.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 5:31 pm
דורך 222555
הדסים האט געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2025 2:23 pm
222555 האט געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2025 1:59 pm
מתושלח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 3:48 pm Capture 1.JPG
די צעטיל איז פאלש
א פסק בי"ד מיינט אז ממאכט א מושב און עס קומט ארויס א פסק
דא איז עטליכע מאהל געווען א מושב און בי"ד האט נישט געוואלט געבן א הסכמה אויף שותפות מיט א חבר כנסת וכו’
למעשה איז מען געקומען צי בי"ד זאגן אז ממאכט מהומות און מען צעווארפט די גדרים און מחיצות פון צניעות וואס איז גראדע נישט געווען אמת אבער אפילו אזוי האט בי"ד נישט געוואלט שרייבן א ווארט וואס איז משמע א הסכמה פאר נאמני רשב"י
זענען געגאנגען די סיקריקים שותפי מאיר פרוש און געהאקט אויף טירן פון די דיינים אוןמארויסגעשלעפט חתימות נוסח קול קורא..

דעריבער איז דאס בכלל נישט קיין פסק בי"ד
די לעטערהעד פון בי"ד אי קיינמאל אויף דעם נישט געגעבן געווארן
בנוגע דאס סמכות פונעם צעטל ווייס איך נישט אבער ס'איז יא געווען וואס האבן פרובירט צו שטערן און מאכן מהומות, הגם מיט ווייניג סוקסעס ווייל זיי זענען געווען ווייניג.
א מחלוקה צווישן די רעכטע סיקיריקים מיט די לינקע
סך הכל האבן אויך די לינקע סיקריקים געמאכט די זעלבע פראטעסטן אפאר יאר צוריק קעגן אנדערע אידן (אנשי אמת) יעצט באקומען זיי עס (אנשי שקר)

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 4:06 pm
דורך הדסים
222555 האט געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2025 1:59 pm
מתושלח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 3:48 pm Capture 1.JPG
די צעטיל איז פאלש
א פסק בי"ד מיינט אז ממאכט א מושב און עס קומט ארויס א פסק
דא איז עטליכע מאהל געווען א מושב און בי"ד האט נישט געוואלט געבן א הסכמה אויף שותפות מיט א חבר כנסת וכו’
למעשה איז מען געקומען צי בי"ד זאגן אז ממאכט מהומות און מען צעווארפט די גדרים און מחיצות פון צניעות וואס איז גראדע נישט געווען אמת אבער אפילו אזוי האט בי"ד נישט געוואלט שרייבן א ווארט וואס איז משמע א הסכמה פאר נאמני רשב"י
זענען געגאנגען די סיקריקים שותפי מאיר פרוש און געהאקט אויף טירן פון די דיינים אוןמארויסגעשלעפט חתימות נוסח קול קורא..

דעריבער איז דאס בכלל נישט קיין פסק בי"ד
די לעטערהעד פון בי"ד אי קיינמאל אויף דעם נישט געגעבן געווארן
דא איז נישט געווען קיין שותפות מיט חברי הכנסת, ס'איז דא א סיבה פארוואס קיינער פון די א"י'דיגע קנאים האלטן עס נישט פאר א פירצה,
ס'איז דא אין דעם נושא אסאך חוסר ידיעה און איך בין עס גרייט צו דעבאטירן - אינעם דעזיגנירטן טעמע - און טוישן מיין מיינונג.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 5:41 pm
דורך Glass
הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 4:06 pm

צו פארשטיין מער איבער מירון קען מען הערן אויף 605-615-7777 דריקט 1, 4, 2, 598# אדער 597#

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 5:49 pm
דורך הלבלר בקולמסו
Glass האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 5:41 pm צו פארשטיין מער איבער מירון קען מען הערן אויף 605-615-7777 דריקט 1, 4, 2, 598# אדער 597#
וועלכע צד?

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג מאי 26, 2025 2:18 pm
דורך Joel
ירושלים - מרן פוסק הדור כ"ק מרן רבי משה שטערנבוך שליט"א גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט"א צוזאמען מיט די בד”ץ פון די עדה החרדית האט ארויסגעשטעלט א קול קורא אונטערגעשריבן דורך מרן פוסק הדור כ"ק מרן רבי משה שטערנבוך שליט"א גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט"א און די רבני הבד"ץ אנבלאנגט די שרעקליכע חיטוטי שכבי וואס קומט פאר ביי א בוי פראיעקט אין שטאט יהוד, מרן פוסק הדור כ"ק מרן רבי משה שטערנבוך שליט"א גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט"א אין די חברי הבד"ץ רופן צו ארויסגיין מוחה זיין קעגן די גראבונגען און טוהן אלעס מעגליך דאס אפצושטעלן.