כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

אונזער היסטאריע
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4322

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך שמח »

בילד
https://donary.com/8817
1000349349.jpg
1000349349.jpg (98.96 KiB) געזען געווארן 559 מאל
סאַטמאַר'ס מעסעדזש אָנגעקומען קיין ארה"ק! תלמידי וחסידי סאַטמאַר זענען דאָ צו באַשיצן די קיום העדה החדרית!

די רבנים, עסקנים, יעדער ערליכער איד אין מאה שערים, און ברחבי ארה"ק, שעפּט הויפענעס חיזוק! די עדה החרדית האָט אַ רוקן-ביין פון סאַטמאַר! די געטרייע עסקנים וועלכע טוען אויף גדולות ונצורות למען כבוד העדה החרדית זענען נישט אַליין! די חיזוק און קידוש ה' איז עד אין לשער!

מיט אַ אייפער'דיגע ברען און וואַרימע שטיצע זעצט פאָר צווישן תלמידי וחסידי סאַטמאַר די גרויסאַרטיגע צענטראַלע מגבית האדירה למען קיום העדה החרדית בארה"ק, מיט'ן אָנשליס פון מאַסן אנשי שלומינו אַלס "חבר נאמן" אין די עדה החרדית, מיט וואַרימע פינאַנציעלע און מאָראַלישע שטיצע לטובת "ועד הפעולה" שע"י העדה החרדית.

תלמידי וחסידי סאַטמאַר זענען טאַקע באַזירט אין ניו יאָרק וועלכע איז 5,676 מייל אָפּגערוקט פון די גענעראַלן קאָמאַנדאָ הויפּטקוואַרטיר אין ארה"ק, די עדה החרדית אויף ככר זופּניק אין ירושלים עיה"ק, אָבער די שטורעמישע ווינטן פון חיזוק און שטאַרקייט וואָס סאַטמאַרער חסידים אין ניו יאָרק שיקן קיין ארה"ק האָט שוין געגרייכט די בניני העדה החרדית אויף ככר זופּניק!

הבערה ללהב יוצאות! די הייליגע רוף וועלכע איז אַרויסגעקומען פונעם שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לחיזוק העדה החרדית, ווען דער רבי שליט"א האָט אויסגערופן בעוז וברמה "די עדה החרדית איז דער יסוד פון יהדות החרדית אין ירושלים עיה"ק", "קהלתינו איז אלעמאל געשטאנען צו זייער רעכטע האנט, דער פעטער ז"ל און טאטע ז"ל האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט פייער צו שטיין לימין העדה החרדית"!", אָט די הייליגע ווערטער האָבן אויפגעוועקט די רגשי קודש וועלכע איז איינגעפלאַנצט אין יעדע סאַטמאַרער הארץ למען כבוד העדה החרדית.

מ'האַלט נאָך טאַקע גאַנץ אָנהייב פונעם גרויסאַרטיגן חבר נאמן קאַמפּיין, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן מיט'ן רעכטן פיס די פאַרגאַנגענע וואָך אין ק"ק קרית יואל – די האַרץ פון סאַטמאַר, און זעצט פאָר אין די קומענדיגע וואָכן איבער אַלע שכונות פונעם עיר הגדולה לאלקים קרית יואל יצ"ו, און איבער אַלע געגנטער פון קרית יואל המורחבת במשך די קומענדיגע וואָכן, און הערשט דערנאָך וועט מען אַרויסגיין צום ציבור תלמידי וחסידי סאַטמאַר אין באָראָ פּאַרק, מאָנסי, וויליאַמסבורג, און מאָנטריאַל.

אָבער די שטורעמישע ווינטן און שאָק-כוואַליעס וואָס די ערשטע וואך אינעם קאַמפּיין האָט שוין אָפּגעשיקט קיין ארה"ק איז עפּעס אויסטערליש און העכער אַלע ערוואַרטונגען, די רבנים הגאונים שליט"א שרי התורה, די העלדישע מסירת נפש'דיגע עסקנים למען כבוד שמו יתברך, יעדער ערליכער איד אין מאה שערים, און ברחבי ארה"ק, שעפּן הויפענעס חיזוק!

זיי זענען אָנגעפילט מיט שמחה וחדוה אַז אידן אין ניו יאָרק גאַרטלן זיך אן לימין עוז עוררה, און דאָס געבט זיי די ווייטער'דיגע שטאַרקייט און פעסטקייט אָנצוגיין מיט אַלע הייליגע פּעולות, שפּירנדיג דעם שטאַרקן רוקן-ביין וואָס זיי האָבן פון אידן אחים לדעה תלמידי וחסידי סאַטמאַר אין ניו יאָרק!

אין די קומענדיגע טעג וועט די קאַמפּיין ווייטער פאָרזעצן ברוב עוז ותעצומות איבער די שטאָט קרית יואל, און אין די קומענדיגע וואָכן וועט די קאַמפּיין אַריבערגיין צו די אַנדערע סאַטמאַרער צענטערן און עדה החרדית באזע'ס ברחבי ניו יאָרק וקאַנאַדע, ציהלנדיג דעם מספר האדיר פון 1,000 מעמבער'ס אין די עדה החרדית!

אנן מהכא ואתון מהתם לרומם קרן העדה החרדית!
1000349351.jpg
1000349351.jpg (158.3 KiB) געזען געווארן 559 מאל
בילד
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4322

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך שמח »

מאָנסי גאַרטלט זיך אן בשלהבת אש קודש מיט מאַכטפולע שטיצע פאַר'ן ועד הפעולה, ביים מגבית האדירה דעם פּרשת וארא.

ביהמ"ד הגדול אויף 13 מאָנסי בלווד - ריזן סאַטמאַר-מאָנסי פעסטונג וועט אויפנעמען קומענדיגע אָנהייב פּרשת וארא די עסקני ועד הפעולה איבערצוגעבן די וואַרימע תרומות הקודש למען קיום העדה החרדית | לעצטע-דעטאַלן פונעם מאָנסי קאַמפּיין ווערן אויסגעאַרבייט דורך די לאָקאַלע סאַטמאַר-מאָנסי עסקנים אין שפּיץ פון העסקן הנמרץ הר"ר יואל ברח"ל פריעדמאַן הי"ו.
1000349348.jpg
1000349348.jpg (363.13 KiB) געזען געווארן 557 מאל
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4322

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך שמח »

הייסע שטיצע זעצט פאָר אין קרית יואל ביים "חבר נאמן - מעמבער קאַמפּיין" לטובת "ועד הפעולה" שע"י העדה החרדית

עסקנים ווערן וואַרעם אַנטפאַנגן אין די בתי מדרשים דורכ'ן ציבור וועלכע וויל ווייטער אָנהאַלטן די הייליגע שטיצע פאר די עדה החרדית וועלכע רבוה"ק זי"ע האָבן געשפּירט אַזאַ הייליגע אחריות זייענדיג די סאַמע הויפּט פאָן-טרעגער פאר אַלע מערכות הקודש למען כבוד שמו יתברך ברחבי ארה"ק
1000349353.jpg
1000349353.jpg (134.62 KiB) געזען געווארן 565 מאל
מגבית האדירה פאַר'ן ועד הפעולה אין ק"ק סאַטמאַר באָראָ פּאַרק באַשטימט אויפ'ן קומענדיגע שב"ק בא הבעל"ט.

סאַטמאַרער עסקנים נלהבים לכל דבר שבקדושה שליסן זיך אָן מיט עסקנות אין בעפאָרגרייטונג צום גרויסאַרטיגן קאַמפּיין אין באָראָ פּאַרק למען כבוד העדה החרדית בארה"ק | גוואַרדיע פון עסקנים אדירים שליסן זיך אָן לעמוד בראש הקאמפיין אין שפּיץ פונעם עסקן הדגול הר"ר ישכר דוב ראבי הי"ו
הייליגע ציהל פון "1,000 מעמבער'ס – סאַטמאַר פאר די עדה" שפּאַנט פאָראויס מיט'ן טעגליכע אָנשליס פון פרישע חברים נאמנים

יעדער חבר נאמן האָט די זכי' צו זיין אַ שותף און האָבן אַ חלק נאמן אין די אַלע הייליגע פּעולות אדירות להרמת כבוד שמים, להגברת קרן העדה החרדית, להגדיל כבוד התורה, בנשיאתו הרמה פון כ"ק מרן ירושלימ'ער רב שליט"א


שד"ר פאר מוסדות על טהרת הקודש ומנהלי מפעלות צדקה וחסד בארה"ק וועלכע זענען צוגאַסט אין ניו יאָרק פאַרציילן ערשטהאַנטיג איבער די פּעולות אדירות פונעם "ועד הפעולה"

חשובער געסט וועלכע זענען פּערצופאַל דאָהי אין ניו יאָרק אין די פאַרגאַנגענע טעג פאַרציילן מיט באַגייסטערונג איבער די פּעולות אדירות פונעם ועד הפעולה מרומם צו זיין די כבוד התורה פון די רבנים ודיינים שליט"א און מחזק צו זיין די קרן העדה החרדית, ברענגט שטאַרקע וואַרעמקייט ביי אידן זיך אָנצושליסן אַלס חברי העדה החרדית
1000349361.jpg
1000349361.jpg (58.94 KiB) געזען געווארן 565 מאל

בילד
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 525
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 575

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך איד »

ראשי הנהלת העדה החרדית הרב שמעון ווייס והרב אפרים שטערן בהתייעצות דחופה במעונו של פוסק הדור הגר"מ שטרנבוך
הגרם.jpg
הגרם.jpg (143.39 KiB) געזען געווארן 436 מאל
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 525
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 575

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך איד »

עדה.jpg
עדה.jpg (170.76 KiB) געזען געווארן 436 מאל
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 391
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 627

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך Joel »

f50a57_a26aea47ac884b3e968511fc9c16bba6~mv2.jpg
f50a57_a26aea47ac884b3e968511fc9c16bba6~mv2.jpg (99.12 KiB) געזען געווארן 332 מאל
burich
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 2:19 am
Location: new york
x 5

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך burich »

איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 11:38 pm
ראשי הנהלת העדה החרדית הרב שמעון ווייס והרב אפרים שטערן בהתייעצות דחופה במעונו של פוסק הדור הגר"מ שטרנבוך
הגרם.jpg
ווייסט איינער וואס די נושאים דארט זענען געווען?
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 218
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 250

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

burich האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2025 2:16 am
איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 11:38 pm
ראשי הנהלת העדה החרדית הרב שמעון ווייס והרב אפרים שטערן בהתייעצות דחופה במעונו של פוסק הדור הגר"מ שטרנבוך
הגרם.jpg
ווייסט איינער וואס די נושאים דארט זענען געווען?
לכאורה די קו"ק פון א תגובה נאכדעם..
שרייב פאוסט