בלאט 219 פון 295

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 11:00 am
דורך סאטמאר מאנסי
🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

הערליכע שבע ברכות פארגעקומען פארגאנגענעם זונטאג אויפדערנאכט בבנין הת"ת לכבודו פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו צוגעשטעלט דורך די הנהלת המוסדות
ביים שבע ברכות האט זיך באטייליגט הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א וואס געפונט זיך אין די טעג אויף מנוחת הנפש אין מאנסי

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 11:01 am
דורך סאטמאר מאנסי
🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

צענטראלער דרשת פתיחת הזמן דורך הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א פאר די קרוב צו 200 תלמידי ישיבתינו הקדושות - סניף קנין תורה און סניף דרכי תורה פארגאנגענע וואך בבית מדרשינו בנין שיפף

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 11:46 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
דער בּלאַט

רייכע אָפּהאַנדלונגען און אַרטיקלען אין "ציבור" און "אוצר" אָפּטיילונגען

לרגל דעם היסטאָרישן מאָמענט פון "מוצש"ק פּרשת וירא" ווען מ'צייכנט אָפּ "פערציג יאָר" פונעם מעמד ההכתרה להתמנות כ"ק מרן אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א אַלס מרא דאתרא אין קרית יואל.
5022029281697574111_119.jpg
5022029281697574111_119.jpg (390.35 KiB) געזען געווארן 703 מאל

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 12:34 pm
דורך שבת קודש
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 10:29 am
נארמאלע מענטש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 4:07 am איך האב עכט נישט וואס צו אריין רעדן אין די נושא פונעם טיש ווייל יעדער איינער רעד בעצם דברים של טעם , אבער איין זאך קען איך זאגן די סעודה פרייטאג צונאכטס מיטן רעבי'ן אין מבצר הכוללים דאס האב איך (אין מן הסתם אויך אנדערע) מיטגענימען אויפן לאנגן לעבן אין דאס בלייבט אין זכרון לעולמי עד, גייט נישט אריבער א וואך וואס עס קומט מיר נישט ארויף דעם רעבי'ן זמירות פאר קידוש.. עס בענקט זיך. עס האט געהאט א חן וואס מען טאר נישט אוועק נעמען פון די בחורים..
באמת איז נישט מיין פלאץ אריינצורעדן דא...

איר זאגט באמת דברים של טעם, און ליינענדיג די טעמע קומט מיר באמת ארויף וואונדער אויף געוויסע וואס ווילן פארוואנדלען דעם פרייטאג צונאכטס אלץ טיש. כמדומה אז איינער פון די עיקר סיבות פארוואס חסידי מהר"א האבן אזא שטארקע קשר מיט זייער רבי, איז טאקע דאס אז מהר"א האט קיינמאל נישט איבערגלאזט די אמט פון ראש ישיבה. אפגעזעהן זיין פארנומענע סדר היום, איז די ישיבה ביי אים א שטיק לעבן. ער וויל האבן קשר מיט די בחורים, און די בחורים שפירן עס. דאס אז עס זענען דא הונדערטער אינגעלייט וואס ווילן גיין צום טיש פרייטאג צונאכטס, און די איינציגע אפהאלט דערצו איז וויבאלד עס איז נישט דא קיין פלאץ. איז נאר וויבאלד זיי האבן געגעסן מיט'ן רבי'ן אלץ בחור.

אין סאטמאר איז א פרייטאג צונאכטס טיש נישט געווען קיין גרויסע עסק, ביים ברך משה איז די טיש געווען ליידיג, וכן היינט ביי מהר"יי. מהר"א איז ביי זיך אין קאפ קיינמאל נישט געווארן רבי, ער איז געבליבן ראש ישיבה. ביי זיך אין קאפ איז ער 1) א ראש ישיבה. 2) רב אויף קרית יואל. 3) בעל הבית אויף א בית השחיטה. עפעס וואס איז נישט פון די דריי איז ביי אים נישט קיין פריאריטעיט. עס איז צווייטע קלאס. אין די דריי זאכן לעבט ער, און די אנדערע חלקים גייט בדרך כלל מער בבחינת ברכת הקודש.

ממילא קודם מצד דעם רבי'ן פארשטיי איך נישט פארוואס מען זאל דאס אוועק נעמען פון אים. ער האט שוין נישט קיין סאך צייט צו געבן פאר די בחורים, אבער די פאר זאכן וואס ער קען נאך יא פראבירט ער צו שטיין אויף דעם בכל תוקף. דאס איז זיין לעבן! אויב מען נעמט אוועק פון אים די בחורים, נעמט מען אוועק פון אים א שטיק לעבן! ער וויל נישט פירן טיש, ער וויל עסן מיט זיינע בחורים! א גאנצע יאר נעמען קוויטלעך, און ארום גיין אויף ביקור גומלין'ס געבט אים נישט די חיות וואס איין סוגיא שיעור געבט אים.

און צווייטענס מצד די בחורים. עס וואקסט אויף א פרישע דור וואס וויל אויך בויען א קשר מיט זייער רבי. די רבי בויעט קשר מיט זיינע בחורים דורך דאווענען מיט זיי, עסן מיט זיי, און פארלערנען סוגיא שיעורים. דאס איז די וועג ווי אזוי ער מאכט קשר מיט זיינע מענטשען. פארוואס וויל מען דאס אוועקנעמען פונעם פרישען דור? איר שפירט כאטש א חלל מיט דעם וואס איר קענט נישט גיין צום טיש פרייטאג צונאכטס. ווילט איר אז עס זאל אויפוואקסן א דור וואס זאל ניטאמאל וויסן אז עפעס פעלט זיי?

וואס איך שרייב דא איז נאר בבחינת ווי אזוי איך קוק עס אן אלץ אינדרויסן'דיגער, ממילא קען זיין איך האב א שלעכטען בליק. אבער הנראה לעניית דעתי כתבתי.
חלילה מען וויל פון קיינעם נישט צונעמען גארנישט נישט פון די בחורים און אוודאי נישט פונעם רבי'ן מען וויל ס''ה מען זאל מאכן א נייע סדר וואס זאל זיין 'זה נהנה וזה לא חסר'

טייל פון די שולדיגע דא זענען די עסקנים וואס האבן לעצטענס אנגעהויבען ארייצוברענגען הערליכע ווארעמען מעמדים פארן ציבור ווי מעמד מים שלנו.חמשה עשר בשבט. פורים קטן.נעילת החג ר''ה.זאת חנוכה וכו' וכו' וכו' ס'איז א תענוג רוחני וגשמי די רבינ'ס הערליכע תורות די ווארעמע ניגונים דער עולם איז געקומען צום טעם מ'דארף עס יעדע וואך.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 1:03 pm
דורך סאטמארע נייעס
*באריכט מיטוואך פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי*

פארטאגס אום 6:30 איז רבינו שליט''א צוגעפארן פונעם אכסניא צו די בית השחיטה המהודרת.

צום ערשט איז רבינו שליט''א אריין זיך אומקוקן אויפן גיגאנטישן שטח פונעם פלענט ביי די פעקידזשינג און מיט געהאלטן אלע חלקים דערפון, דער רבי איז מורא'דיג נתפעל געווארן סיי פון די פראקטישע חלק און סיי פון די אלע חלקים וואס רירן אן די הלכה אין כשרות און ווערט דורכגעפירט מיטן גרעסטן מאס הידור.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די בדיקת כריסים ווי דער רבי און די רבנים האבן א לענגערע צייט אבזערווירט וויאזוי מען איז דאס בודק.

פון דארט איז מען אריבער צו די שחיטה אפאראט, דער רבי האט בודק געווען די חלפים וועלכע זענען חד וחלק לויט די הויכע סטאנדארטן וואס רבינו שליט''א האט איינגעפירט, דער רבי האט א לענגערע צייט באטראכט דעם גאנצן סדר השחיטה מיט אלע חלקים, די דאבל באקס ווי צוויי בהמות גייען אריין, און באטראכט ווי עס זענען געשטאנען אויפן סטענד די דריי שוחטים און א בודק יבש מיט אלע חומרות והידורים וואס דער רבי האט איינגעפירט ביי די שחיטה גסות דקהלתינו הק'.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די חלקי הבדיקות, בדיקת פנים און בדיקת חוץ, און דערנאך ממשיך געווען ביי די ניקור חם, אלעס איז געווען אויפן העכסטן סטאנדארט בס"ד.

סאיז שוין געווען אים 10:45, נאך העכער פיר שעה ווי דער רבי איז ארום אינעם גאנצן פלענט בטירחא דגופא רבא האט דער רבי פארלאזט די פלאץ און צוריק לבית האכסניא.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי צוריק געגאנגען צום בנין פונעם פלענט, און איז אריין אין די ביוראען, צום בעה''ב, און זיך שטארק באדאנקט און מפליא געווען די פולע חומרות והידורים וואס מ'ערמעגליכט דא דורכצופירן, און געזאגט ''מען האט נאכנישט געזעהן אזא געלונגענע פלענט צו קענען דורכפירן אלע סארט הידורים וחומרות אזוי גרינג, עס איז אזוי שיין אז איך האב חשק צוריקצוקומען נאכאמאל כאטשיק ס' איז אזוי ווייט און מיט אזא טירחא", און דערביי האט זיך דער רבי באדאנקט פאר זיין איבכרגעגעבנקייט ווען ער האט אויפגעבויעט א גאנצן אכסניא קאמפלעקס פאר די שוחטים מיט שיינע שלאף שטיבער א פראכטפולע עס זאל און א שיינעם ביהמ"ד דערצו וואס ברענגט פאר די שוחטים ובודקים א זעלטענעם הרחבת הדעת.

פון דארט איז דער רבי ארויף אין מקוה אינעם פלענט, און דערנאך געדאווענט תפילת שחרית מיט טייל פון די שוחטים אין ביהמ''ד פון די אכסניא.

נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט פאר די שוחטים 'איך האב נישט געגלייבט וואס פאר א מהודר'דיגע ווערטשאפט עס קומט דא פאר, און כהאב נישט געוואלט מאשר זיין דאס פלאץ דא אהן א דעם וואס איך ווייס אז כוועל האבן אזא חשובע ערליכע סטעף פון שוחטים בודקים ומשגיחים'. דערנאך זענען די שוחטים אריין בקו''פ בפו"פ.

שפעטער האט רבינו שליט"א טעלעפאניש גערופן הגה"צ מנירבאטור שליט"א זיך באדאנקן, און אים קאמפלימענטירט אויף די האראוואניע וואס ער האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן אזא מהודר'דיגע מערכת שחיטה לשם ולתפארת.

נאכמיטאג ארום 4:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה.
נאך מנחה האט זיך רבינו שליט''א הארציג געזעגנט פון אלע שוחטים.

פון דארט איז מען געפארן צום ארטיגן עירפארט א וועג פון 45 מינוט, פון ווי די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן און געפלויגן א וועג פון 25 מינוט קיין ארגענטינע.

אין עירפארט אין ארגענטינע האבן אפגעווארט א שיינע ציבור מאנ''ש, דער רבי האט אויפגענומען דעם ציבור בפו''פ. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב.

נאך מעריב איז מען ארויפגעגאנגן צום פליגער וואס האט זיך געהויבן אום 10:48 ארטיגע זייגער.
אין די ערשטע שעות אויפן פליגער האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה, דערנאך האט רבינו שליט"א א לענגערע צייט נושא ונותן געווען מיט די רבנים שליט"א איבערן גאנצן סדר השחיטה, און דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין התפעלות וויאזוי דער גאנצער פלענט איז געווען אזוי שיין און מהודר און ארויסגעברענגט די כוחות וואס דער נירבאטור רב שליט"א האט שוין אריינגעלייגט אין דעם מקום אינעם פארגאנגענהייט צו הייבן דעם כשרות סטאנדארט.

היינט דאנערשטאג צופרי 7:08 האט דער פליגער געלאנדעט אינעם JFK עירפארט פון ווי רבינו שליט''א איז אהיימגעפארן קיין קרית יואל מען איז אנגעקומען אום 9:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 1:24 pm
דורך פארק שול
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 10:36 am הפלא ופלא. א פולקאמע הערליכע קהילה און מוסדות וואס קיינער האט קיינמאל געהערט און געזען פון זיי אזש איך האב נישט געוויסט אז עפעס עקזיסטירט נאך דארט...

ס'קוקט אויס ווי דער רבי ז"ל האט די וואך געבוירן א פרישע פליגל צו זיין קהלה בין יום ללילה, נולד מהול... א פריש געבוירענע געשעעניש, פארטיגערהייט.
@דער תהלים איד אויף וועלכע פלאנעט האסטו דיך געדרייט די לעצטע 50 יאר?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 1:28 pm
דורך להגדיל הטראסק
ר' @נקודות טובות
איר זענט אויפגעוואקסן אין דעם שטאל? אונטער דעם פאסטוך?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 1:40 pm
דורך קיין נפקמ
מטות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 10:49 am
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 10:29 am
נארמאלע מענטש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 4:07 am איך האב עכט נישט וואס צו אריין רעדן אין די נושא פונעם טיש ווייל יעדער איינער רעד בעצם דברים של טעם , אבער איין זאך קען איך זאגן די סעודה פרייטאג צונאכטס מיטן רעבי'ן אין מבצר הכוללים דאס האב איך (אין מן הסתם אויך אנדערע) מיטגענימען אויפן לאנגן לעבן אין דאס בלייבט אין זכרון לעולמי עד, גייט נישט אריבער א וואך וואס עס קומט מיר נישט ארויף דעם רעבי'ן זמירות פאר קידוש.. עס בענקט זיך. עס האט געהאט א חן וואס מען טאר נישט אוועק נעמען פון די בחורים..
באמת איז נישט מיין פלאץ אריינצורעדן דא...

איר זאגט באמת דברים של טעם, און ליינענדיג די טעמע קומט מיר באמת ארויף וואונדער אויף געוויסע וואס ווילן פארוואנדלען דעם פרייטאג צונאכטס אלץ טיש. כמדומה אז איינער פון די עיקר סיבות פארוואס חסידי מהר"א האבן אזא שטארקע קשר מיט זייער רבי, איז טאקע דאס אז מהר"א האט קיינמאל נישט איבערגלאזט די אמט פון ראש ישיבה. אפגעזעהן זיין פארנומענע סדר היום, איז די ישיבה ביי אים א שטיק לעבן. ער וויל האבן קשר מיט די בחורים, און די בחורים שפירן עס. דאס אז עס זענען דא הונדערטער אינגעלייט וואס ווילן גיין צום טיש פרייטאג צונאכטס, און די איינציגע אפהאלט דערצו איז וויבאלד עס איז נישט דא קיין פלאץ. איז נאר וויבאלד זיי האבן געגעסן מיט'ן רבי'ן אלץ בחור.

אין סאטמאר איז א פרייטאג צונאכטס טיש נישט געווען קיין גרויסע עסק, ביים ברך משה איז די טיש געווען ליידיג, וכן היינט ביי מהר"יי. מהר"א איז ביי זיך אין קאפ קיינמאל נישט געווארן רבי, ער איז געבליבן ראש ישיבה. ביי זיך אין קאפ איז ער 1) א ראש ישיבה. 2) רב אויף קרית יואל. 3) בעל הבית אויף א בית השחיטה. עפעס וואס איז נישט פון די דריי איז ביי אים נישט קיין פריאריטעיט. עס איז צווייטע קלאס. אין די דריי זאכן לעבט ער, און די אנדערע חלקים גייט בדרך כלל מער בבחינת ברכת הקודש.

ממילא קודם מצד דעם רבי'ן פארשטיי איך נישט פארוואס מען זאל דאס אוועק נעמען פון אים. ער האט שוין נישט קיין סאך צייט צו געבן פאר די בחורים, אבער די פאר זאכן וואס ער קען נאך יא פראבירט ער צו שטיין אויף דעם בכל תוקף. דאס איז זיין לעבן! אויב מען נעמט אוועק פון אים די בחורים, נעמט מען אוועק פון אים א שטיק לעבן! ער וויל נישט פירן טיש, ער וויל עסן מיט זיינע בחורים! א גאנצע יאר נעמען קוויטלעך, און ארום גיין אויף ביקור גומלין'ס געבט אים נישט די חיות וואס איין סוגיא שיעור געבט אים.

און צווייטענס מצד די בחורים. עס וואקסט אויף א פרישע דור וואס וויל אויך בויען א קשר מיט זייער רבי. די רבי בויעט קשר מיט זיינע בחורים דורך דאווענען מיט זיי, עסן מיט זיי, און פארלערנען סוגיא שיעורים. דאס איז די וועג ווי אזוי ער מאכט קשר מיט זיינע מענטשען. פארוואס וויל מען דאס אוועקנעמען פונעם פרישען דור? איר שפירט כאטש א חלל מיט דעם וואס איר קענט נישט גיין צום טיש פרייטאג צונאכטס. ווילט איר אז עס זאל אויפוואקסן א דור וואס זאל ניטאמאל וויסן אז עפעס פעלט זיי?

וואס איך שרייב דא איז נאר בבחינת ווי אזוי איך קוק עס אן אלץ אינדרויסן'דיגער, ממילא קען זיין איך האב א שלעכטען בליק. אבער הנראה לעניית דעתי כתבתי.
אמת יעדע ווארט

מרעדט נישט פון אוועק נעמען פון די בוחרים עפעס

מרעדט סך הכל פון עס מאכן אין אביסל א גרעסערע פלאץ אז נאך אידן זאלן קענען הנאה האבן
און שעפן אביסל חיות דקדישה
מען שמועסט אז די רבי גייט די וואך ביים טיש איבערגיין די סדר השחיטה לאור די באזיך די וואך. וועט זיין גאר אינטערסאנט צו הערן.

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 1:51 pm
דורך דער תהלים איד
פארק שול האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 1:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 10:36 am הפלא ופלא. א פולקאמע הערליכע קהילה און מוסדות וואס קיינער האט קיינמאל געהערט און געזען פון זיי אזש איך האב נישט געוויסט אז עפעס עקזיסטירט נאך דארט...

ס'קוקט אויס ווי דער רבי ז"ל האט די וואך געבוירן א פרישע פליגל צו זיין קהלה בין יום ללילה, נולד מהול... א פריש געבוירענע געשעעניש, פארטיגערהייט.
@דער תהלים איד אויף וועלכע פלאנעט האסטו דיך געדרייט די לעצטע 50 יאר?
ניו יארק הבירה

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:18 pm
דורך הלבלר בקולמסו
די בעקיטשע אין ביהמ"ד איז די זיידענע בעקיטשע, אדער די רעשוואלקע?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:28 pm
דורך פופציגער
נארמאלע מענטש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 4:07 am איך האב עכט נישט וואס צו אריין רעדן אין די נושא פונעם טיש ווייל יעדער איינער רעד בעצם דברים של טעם , אבער איין זאך קען איך זאגן די סעודה פרייטאג צונאכטס מיטן רעבי'ן אין מבצר הכוללים דאס האב איך (אין מן הסתם אויך אנדערע) מיטגענימען אויפן לאנגן לעבן אין דאס בלייבט אין זכרון לעולמי עד, גייט נישט אריבער א וואך וואס עס קומט מיר נישט ארויף דעם רעבי'ן זמירות פאר קידוש.. עס בענקט זיך. עס האט געהאט א חן וואס מען טאר נישט אוועק נעמען פון די בחורים..
גא"מ...

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 4:21 pm
דורך צוקריצט
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:18 pm די בעקיטשע אין ביהמ"ד איז די זיידענע בעקיטשע, אדער די רעשוואלקע?
די זיידענע בעקיטשע

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:16 pm
דורך נקודות טובות

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:55 pm
דורך קריץ
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:28 pm
נארמאלע מענטש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 4:07 am איך האב עכט נישט וואס צו אריין רעדן אין די נושא פונעם טיש ווייל יעדער איינער רעד בעצם דברים של טעם , אבער איין זאך קען איך זאגן די סעודה פרייטאג צונאכטס מיטן רעבי'ן אין מבצר הכוללים דאס האב איך (אין מן הסתם אויך אנדערע) מיטגענימען אויפן לאנגן לעבן אין דאס בלייבט אין זכרון לעולמי עד, גייט נישט אריבער א וואך וואס עס קומט מיר נישט ארויף דעם רעבי'ן זמירות פאר קידוש.. עס בענקט זיך. עס האט געהאט א חן וואס מען טאר נישט אוועק נעמען פון די בחורים..
גא"מ...
גא''מ. אבער.... ס'דארף אויכעט זיין פלאץ פאר א צווייטן מיטצוהאלטן דעם סעודות מיט די בחורים, נישטא קיין שום תירוץ אויף דעם , גראַדע איז די פראבלעם פינקט אזוי פאר די בחורים זיי האבן נישט קיין פלאץ יעצט,סי פשוט אויסגעוואַקסן די כּולל ,מ'דארף אויף קומען מיט א גיטע לעזונג פאר ביידע זייטן.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 6:27 pm
דורך נפתלי
קיין נפקמ האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 1:40 pm
מטות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 10:49 am
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 10:29 am

באמת איז נישט מיין פלאץ אריינצורעדן דא...

איר זאגט באמת דברים של טעם, און ליינענדיג די טעמע קומט מיר באמת ארויף וואונדער אויף געוויסע וואס ווילן פארוואנדלען דעם פרייטאג צונאכטס אלץ טיש. כמדומה אז איינער פון די עיקר סיבות פארוואס חסידי מהר"א האבן אזא שטארקע קשר מיט זייער רבי, איז טאקע דאס אז מהר"א האט קיינמאל נישט איבערגלאזט די אמט פון ראש ישיבה. אפגעזעהן זיין פארנומענע סדר היום, איז די ישיבה ביי אים א שטיק לעבן. ער וויל האבן קשר מיט די בחורים, און די בחורים שפירן עס. דאס אז עס זענען דא הונדערטער אינגעלייט וואס ווילן גיין צום טיש פרייטאג צונאכטס, און די איינציגע אפהאלט דערצו איז וויבאלד עס איז נישט דא קיין פלאץ. איז נאר וויבאלד זיי האבן געגעסן מיט'ן רבי'ן אלץ בחור.

אין סאטמאר איז א פרייטאג צונאכטס טיש נישט געווען קיין גרויסע עסק, ביים ברך משה איז די טיש געווען ליידיג, וכן היינט ביי מהר"יי. מהר"א איז ביי זיך אין קאפ קיינמאל נישט געווארן רבי, ער איז געבליבן ראש ישיבה. ביי זיך אין קאפ איז ער 1) א ראש ישיבה. 2) רב אויף קרית יואל. 3) בעל הבית אויף א בית השחיטה. עפעס וואס איז נישט פון די דריי איז ביי אים נישט קיין פריאריטעיט. עס איז צווייטע קלאס. אין די דריי זאכן לעבט ער, און די אנדערע חלקים גייט בדרך כלל מער בבחינת ברכת הקודש.

ממילא קודם מצד דעם רבי'ן פארשטיי איך נישט פארוואס מען זאל דאס אוועק נעמען פון אים. ער האט שוין נישט קיין סאך צייט צו געבן פאר די בחורים, אבער די פאר זאכן וואס ער קען נאך יא פראבירט ער צו שטיין אויף דעם בכל תוקף. דאס איז זיין לעבן! אויב מען נעמט אוועק פון אים די בחורים, נעמט מען אוועק פון אים א שטיק לעבן! ער וויל נישט פירן טיש, ער וויל עסן מיט זיינע בחורים! א גאנצע יאר נעמען קוויטלעך, און ארום גיין אויף ביקור גומלין'ס געבט אים נישט די חיות וואס איין סוגיא שיעור געבט אים.

און צווייטענס מצד די בחורים. עס וואקסט אויף א פרישע דור וואס וויל אויך בויען א קשר מיט זייער רבי. די רבי בויעט קשר מיט זיינע בחורים דורך דאווענען מיט זיי, עסן מיט זיי, און פארלערנען סוגיא שיעורים. דאס איז די וועג ווי אזוי ער מאכט קשר מיט זיינע מענטשען. פארוואס וויל מען דאס אוועקנעמען פונעם פרישען דור? איר שפירט כאטש א חלל מיט דעם וואס איר קענט נישט גיין צום טיש פרייטאג צונאכטס. ווילט איר אז עס זאל אויפוואקסן א דור וואס זאל ניטאמאל וויסן אז עפעס פעלט זיי?

וואס איך שרייב דא איז נאר בבחינת ווי אזוי איך קוק עס אן אלץ אינדרויסן'דיגער, ממילא קען זיין איך האב א שלעכטען בליק. אבער הנראה לעניית דעתי כתבתי.
אמת יעדע ווארט

מרעדט נישט פון אוועק נעמען פון די בוחרים עפעס

מרעדט סך הכל פון עס מאכן אין אביסל א גרעסערע פלאץ אז נאך אידן זאלן קענען הנאה האבן
און שעפן אביסל חיות דקדישה
מען שמועסט אז די רבי גייט די וואך ביים טיש איבערגיין די סדר השחיטה לאור די באזיך די וואך. וועט זיין גאר אינטערסאנט צו הערן.
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס רבינו שליט"א לאזט זיך אראפ מן ההר אל העם מסביר זיין פאר די בחורים אינטערסאנטע ענינים כדרכו בקודש.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 6:31 pm
דורך קיין נפקמ
קריץ האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:55 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:28 pm
נארמאלע מענטש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 4:07 am איך האב עכט נישט וואס צו אריין רעדן אין די נושא פונעם טיש ווייל יעדער איינער רעד בעצם דברים של טעם , אבער איין זאך קען איך זאגן די סעודה פרייטאג צונאכטס מיטן רעבי'ן אין מבצר הכוללים דאס האב איך (אין מן הסתם אויך אנדערע) מיטגענימען אויפן לאנגן לעבן אין דאס בלייבט אין זכרון לעולמי עד, גייט נישט אריבער א וואך וואס עס קומט מיר נישט ארויף דעם רעבי'ן זמירות פאר קידוש.. עס בענקט זיך. עס האט געהאט א חן וואס מען טאר נישט אוועק נעמען פון די בחורים..
גא"מ...
גא''מ. אבער.... ס'דארף אויכעט זיין פלאץ פאר א צווייטן מיטצוהאלטן דעם סעודות מיט די בחורים, נישטא קיין שום תירוץ אויף דעם , גראַדע איז די פראבלעם פינקט אזוי פאר די בחורים זיי האבן נישט קיין פלאץ יעצט,סי פשוט אויסגעוואַקסן די כּולל ,מ'דארף אויף קומען מיט א גיטע לעזונג פאר ביידע זייטן.
יא, און ווי געשמועסט האט קיינער נישט גערעדט פון עס אוועקנעמען פון די בחורים נאר בסה"כ אויך לאזן כל הקהל עס מיטהאלטן

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 9:24 pm
דורך זיבן פעטע קוען
פינטל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 10:54 am
פרייער פויגל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 12:00 am בילדער פון דער טיש פארגאנגענעם ליל שב''ק.
אפס מקום. (בילדער פון די איי)
0d8ff9bc21f1e14e8d347a34c08213166afa49e7-14.jpg
עס פאסט נישט ארויס ארויס צו געבן קיין בילדער פון שבת
בפרט ווען עס קומט פון א אפיציעלע פלאץ
עס איז חילול כבוד שבת לדעתי
מארגן גייט די וואך האבן אלע בילדער פון טישן פרייטאג צו נאכטס און איינאינגלען (פון די איי)
viewtopic.php?t=2380

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 10:34 am
דורך א גוטן מועד
ביזדערווייל קוקט אויס אז די טיש וועט ווייטער געפירט ווערן אין כולל.

די אלע העצער'ס וואס האבן געפרעגט קשיות, און נישט פארשטאנען די לאנגיעריגע געטרייע עסקנים, האבן בלויז ציריסען זייערע קישקעס פארן תאוות הניצחון און גארנישט אויפגעטוהן.

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 10:40 am
דורך נפתלי
Screenshot 2024-11-15 103812.jpg
Screenshot 2024-11-15 103812.jpg (199.55 KiB) געזען געווארן 1025 מאל

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 16, 2024 7:49 pm
דורך להגדיל הטראסק
דער רבי האט גערעדט ביי ישיבת זיידענפעלד דעם פרייטאג, און גערעדט פון דעם באזוך, אויב איינער קען עס אהער מזכה זיין.

איך הער זאגן אז עס ליגט שוין אויף בצל הקודש

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 16, 2024 7:52 pm
דורך נפתלי
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 16, 2024 7:49 pm דער רבי האט גערעדט ביי ישיבת זיידענפעלד דעם פרייטאג, און גערעדט פון דעם באזוך, אויב איינער קען עס אהער מזכה זיין.

איך הער זאגן אז עס ליגט שוין אויף בצל הקודש

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 16, 2024 8:23 pm
דורך אביסל טיפער
וויאזוי איז למעשה געווען די טיש שבת ביינאכט?

Re: באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אין ארגענטינא, און ביי שחיטה אין אוראגוויי

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 16, 2024 8:39 pm
דורך להגדיל הטראסק
אויסגעהערט אין איין שאס

דער רבי קומט אריין קלאר כדרכו! ער גייט דורך די גאנצע סיסטעם, א שיעור כללי אין הלכות שחיטה ובדיקה, די מעלות און חסרונות פון אורעגוויי, און די סיבה פון יעצט יא אהינגיין, ובפרט די לעצטע 4 מינוט איז זיס דאס זיך אויסשמועסן "וואס איז מיין דזשאב וכו'" בקיצור: כדאי אויסצוהערן!

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 16, 2024 8:41 pm
דורך להגדיל הטראסק
ווייניגער מענטשן פון פאריגע וואך, אבער דאך אינגאנצן פול.
דריי שטאקיגע פארענטשעס אויף מערב
הערליכע תורה
די נייע מזמרים שארפן זיך אויס ב"ה.