כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
כלל ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
Location: Boro park
x 80

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כלל ישראל »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:08 pm @סענס אף יומער וואו גייען זיי דאהי?

פארוואס איך פרעג איז, ווייל לפי ידיעתי איז ליידער נעבעך פארהאן אין קרית יואל, אין די בלומינגראוו געגנט, א חבורה פון פרויען - וואס זייערע מענער זענען געהיידזשעקט - וועלכע גייען מיט קראנקע עקסטרעמע מהלכים ענליך צו לב טהור ז"ל, די נשים גייען שוואץ און די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסדות ועוד.

אויב ח"ו גייען זיי אהין קען עס נאך ווערן א פרישע קולט.
לויט ווי איך האב געהערט נישט קען עס ווערן א פרישע קולט נאר עס איז שוין.....
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 776

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

יענץ איז שוין א קולט, נאר נישט אזא גרויזאמע ווי לב טהור, עכ"פ דערווייל, יעדער הייבט אן צוביסלעך.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א גרופע עקסטרעמיסטן און/אדער משוגעים הייסט נאך נישט א קולט.

א קולט איז ווען א פירער קאנטראלירט זייער לעבן וכו'
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 389

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בן מלך »

מען רעדט נישט פון קיין קולט, נאר פון א גרופע עקסטרעמע עקסטרעמיסטן וואס האבן זיך גרופירט מיט איינעם סעמי בראש.

ביטע אויפהערן רעדן דערפון אויב ווילט איר נישט אידיש בלוט אויף אייער הענט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3003
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8633

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 2:55 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 1:47 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 1:39 pm
כ'בין נישט קיין באצאלטע ארבעטער וואס ווערט באצאלט אויף יעדע תגובה, און כ'האב נישט אזויפיל צייט צו שרייבן אגאנצן טאג און ענטפערן צענדליגע שאלות, ממילא פרוביר איך צו שרייבן די ווייניגסטע וואס איז שייך. בלויז ווען איך שפיר אז ס'איז נויטיג צוצולייגן געוויסע אינפארמאציע אדער ווען איך קען ענטפערן קלאר איינעמ'ס שאלה וואס וועט ברענגען נאך אינפארמאציע, דאן וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף וויפיל איך קען.

די אלע באמבאדירנדע שאלות וואס זענען בעיקר איבער מיינונגען און פלענער פון לב טהור יוצאים ווי איידער טעכנישע אינפארמאציע, דאס אלעס קען איך נישט ענטפערן אפילו אויב איך וויל, דאס איז זאכן וואס מ'דארף ווארטן ס'זאל זיך אויסקאכן ווייל מ'קען נישט אלעס וויסן גלייך אויף די מינוט.
דו ביסט היבש מאריך אין געפילן אין דיינע תגובות - וואס איז גוט... אבער כגלייב נישט אז צולייגן די צוויי ווערטער צי זיי פארלאזן דעם כת לגמרי, וועט דיר מאכן ארבעטן שווערער.

ס’איז עפעס וואס אן דעם פארשטייט מען פשוט נישט דעם באריכט.

אלנפאלס, ביסט גארנישט מחוייב, און א דאנק פאר דיינע באריכטן. כהאב עס נאר געוואלט זאגן קלאר ווייל איך שפיר אז מענטשן שמעקן עס אביסל ווי מזוכט צו פארהוילן דוקא דעם פרט.
אין מיינע צענטראלע נייעס באריכטן לייג איך אריין באזונדערע כוחות עס צו פרעזענטירן מיט די מאקסימום עפעקט ווי פארשטענדליך, ווידער סתם ענטפערס לייג איך נישט אריין צופיל קאפ דערין.

בנוגע די פרט צו זיי לאזן איבער די כת לגמרי אדער נישט, האב איך פארשטאנען אז נאך די נייעס וואס איז ארויסגעקומען אז לב טהור האט באפוילן זייערע מיטגלידער ארויסצופארן, איז זעלבסטפארשטענדליך אז די אלע פרישע יוצאים זענען נאך דערווייל אין מח פארכאפט אין די קולט אידיאלאגיע און קומען נאר ארויס בלית ברירה. און באמת איז עס נישט קיין וויכטיגע דעטאל וואס איז באמת נוגע ווייל רוב יוצאים וואס זענען ארויסגעקומען במשך אלע יארן זענען אין אנפאנג אויך געווען פראו לב טהור און ס'איז נארמאל און פארשטענדליך אז מ'קען נישט אויסרייסן אזא איינגעגעסענע אידיאלאגיע פון צענדליגע יארן אין איין טאג, ס'נעמט אסאך צייט אין די צייט מ'טוהט זיך צוביסלעך איינגלידערן צווישן די היימישע קאמיוניטי.
גאריט.

יישר כח פארן אויסקלארן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
גארנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 396

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:08 pm @סענס אף יומער וואו גייען זיי דאהי?

פארוואס איך פרעג איז, ווייל לפי ידיעתי איז ליידער נעבעך פארהאן אין קרית יואל, אין די בלומינגראוו געגנט, א חבורה פון פרויען - וואס זייערע מענער זענען געהיידזשעקט - וועלכע גייען מיט קראנקע עקסטרעמע מהלכים ענליך צו לב טהור ז"ל, די נשים גייען שוואץ און די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסדות ועוד.

אויב ח"ו גייען זיי אהין קען עס נאך ווערן א פרישע קולט.
א באריכט אויף קרעטשמע האט געמאלדן אז מרת. ראזנער גייט קיין בלומינגראוו....
און דינקל איז שוין אויכעט דארט...
איך ברעך זיך קאפ צו פארשטיין די ברעכנדע נייעס אז מרת. ראזנער גייט זיך פאראייניגן מיט די משפחה,
איז זי בכלל גרייט צו רעדן צו די משפחה, איז איר ברודער דען אויס נאצי?
ס''ה פאלגן זיי די הוראה און פאר א סיבה גייען זיי טאקע גיין בלומינגראוו
אוועיטער
גדליה
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 11:01 am
x 192

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גדליה »

פאר די אלע וואס האלטן און איין פרעגן בנוגע די סטאטוס פון די לב טהור יוצאים לגבי די קולט לאמיר עס קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל

ס'איז נישט מעגליך במציאות צו נעמען א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אויף א פלאץ און כסדר געווארן געפרעדיגט מיט א אידעלאגיע עס צו ארויסנעמען פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, מ'קען נישט בליטשן קיין מוחות, סא די בעסטע וואס מ'קען טון איז זײ אהער צו ברענגן צווישן היימישע אידן זײ זאלן זעהן אז ס'איז דא נאך יודן אויף די וועלט, אויך זאלן זיי זיין צוטיילט אן נישט האבן די כסדרדיגע דרוק איינע פון די אנדערע און בע''ה צוביסלעך צוביסלעך וועלן זיי ארויס קריכן דערפון, אזויווי די מציאות אינעם עבר האט געוויזן, אז אלע וואס זענען ארויס געקומען אפי' ביים ארויסקומען זענען זײ נאך געווען פארכאפט ווי לענגער ס'איז אדורך זענען זײ מער און מער ארויסגעקראכן דערפון און געוויסע העלפן היינט אפי' ארויס מיט די מערכה
און אט דאס איז אויף די געטרייע עסקנים ארבעטן די לעצטע האלבע יאר
דאס וואס מאנכע ברענגען ארויף בנוגע איבערפלאנצונג איז שוין ערווענט געווארן אז ס'איז נישט שייך בע''ה צוליב וואס די רעגירונג איז שוין היינט צוטאגס גאר וואכזאם איבער די סכנה פונעם קולט, בנוסף וואס זייערע קינדער האבן קאסטעדי ביי די עסקנים
גארנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 396

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

גדליה האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:39 pm פאר די אלע וואס האלטן און איין פרעגן בנוגע די סטאטוס פון די לב טהור יוצאים לגבי די קולט לאמיר עס קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל

ס'איז נישט מעגליך במציאות צו נעמען א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אויף א פלאץ און כסדר געווארן געפרעדיגט מיט א אידעלאגיע עס צו ארויסנעמען פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, מ'קען נישט בליטשן קיין מוחות, סא די בעסטע וואס מ'קען טון איז זײ אהער צו ברענגן צווישן היימישע אידן זײ זאלן זעהן אז ס'איז דא נאך יודן אויף די וועלט, אויך זאלן זיי זיין צוטיילט אן נישט האבן די כסדרדיגע דרוק איינע פון די אנדערע און בע''ה צוביסלעך צוביסלעך וועלן זיי ארויס קריכן דערפון, אזויווי די מציאות אינעם עבר האט געוויזן, אז אלע וואס זענען ארויס געקומען אפי' ביים ארויסקומען זענען זײ נאך געווען פארכאפט ווי לענגער ס'איז אדורך זענען זײ מער און מער ארויסגעקראכן דערפון און געוויסע העלפן היינט אפי' ארויס מיט די מערכה
און אט דאס איז אויף די געטרייע עסקנים ארבעטן די לעצטע האלבע יאר
דאס וואס מאנכע ברענגען ארויף בנוגע איבערפלאנצונג איז שוין ערווענט געווארן אז ס'איז נישט שייך בע''ה צוליב וואס די רעגירונג איז שוין היינט צוטאגס גאר וואכזאם איבער די סכנה פונעם קולט, בנוסף וואס זייערע קינדער האבן קאסטעדי ביי די עסקנים
פארשטייט זיך, אבער דאס מיינט נאכנישט אז עס איז ברעכענדע נייעס.. און גאר גאר איבערגענומען..
נאר מען איז שוין ביז יעצט געגאנגען עטליכע סטעפ'ס נאך אין גוואטאמאלא און יעצט איז מען געגאנגען נאך איין סטעפ
ביז די גאנצע ישועה איז נאך דא א ווייטע וועג צו גיין
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 340
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 3296

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

גארנישט האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:41 pm

שוין איינמאל ברעכנד, און די משפחה איז אוודאי איבערגענומען. איבערלאזן א דרייסיג יעריגע טונקעלע היסטאריע און צוריקקומען צום שורש צו איר משפחה און באקאנטע, איז מער װי ברעכנד. דאס אנהאלטן די אידיאלאגיע אין קאפ אין אנפאנג איז א מינדערוויכטיגע דעטאל וואס טוישט נישט די היסטארישע פאסירונג אז זי האט פארלאזט לב טהור און צוריקגעקומען קיין ניו יארק.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
שקיעה
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 33

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

גראדע האב איך היינט געדאווענט אין מאנסי אין שיינער שול אין דארט געטראפן 2 לעכטיגע בחורים יוצא לב טהור ווען נישט איך ווייס אז זיי קומען פון לב טהור איז נישט מעגליך צו וויסן זיי זענען לעכטיגע געשמאקע בחורים פונקט ווי יעדעם פון כלל ישראל איך בין געווארן שטארק מרוגש אז ברוך השם די בחורים קענען האבן א געהעריגע לעבן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:46 pm שוין איינמאל ברעכנד, און די משפחה איז אוודאי איבערגענומען. איבערלאזן א דרייסיג יעריגע טונקעלע היסטאריע און צוריקקומען צום שורש צו איר משפחה און באקאנטע, איז מער װי ברעכנד. דאס אנהאלטן די אידיאלאגיע אין קאפ אין אנפאנג איז א מינדערוויכטיגע דעטאל וואס טוישט נישט די היסטארישע פאסירונג אז זי האט פארלאזט לב טהור און צוריקגעקומען קיין ניו יארק.
האבן זיי זיך שוין געטראפן מיט זייערע היגע משפחה מיטגלידער?

אדער לכה"פ אויסגעטוישט א נארמאל ווארט?

גארנישט האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:37 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:08 pm @סענס אף יומער וואו גייען זיי דאהי?

פארוואס איך פרעג איז, ווייל לפי ידיעתי איז ליידער נעבעך פארהאן אין קרית יואל, אין די בלומינגראוו געגנט, א חבורה פון פרויען - וואס זייערע מענער זענען געהיידזשעקט - וועלכע גייען מיט קראנקע עקסטרעמע מהלכים ענליך צו לב טהור ז"ל, די נשים גייען שוואץ און די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסדות ועוד.

אויב ח"ו גייען זיי אהין קען עס נאך ווערן א פרישע קולט.
א באריכט אויף קרעטשמע האט געמאלדן אז מרת. ראזנער גייט קיין בלומינגראוו....
און דינקל איז שוין אויכעט דארט...
גיי ווייס צו דאס איז נישט א איינרעדעניש אז בלומינגראוו איז א ווילעדזש וואו באאמטע וועלן העלפן יעדן מאן דהו וואס גייט שטימען לפי וכו'.

קאנסיפראציעס?... איך האף אזוי. (אידערוועי קענען יענע באאמטע נישט העלפן אנהאלטן די קולט, אפילו אויב זיי זאלן וועלן)
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 211
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 573

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

כלל ישראל האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:08 pm @סענס אף יומער וואו גייען זיי דאהי?

פארוואס איך פרעג איז, ווייל לפי ידיעתי איז ליידער נעבעך פארהאן אין קרית יואל, אין די בלומינגראוו געגנט, א חבורה פון פרויען - וואס זייערע מענער זענען געהיידזשעקט - וועלכע גייען מיט קראנקע עקסטרעמע מהלכים ענליך צו לב טהור ז"ל, די נשים גייען שוואץ און די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסדות ועוד.

אויב ח"ו גייען זיי אהין קען עס נאך ווערן א פרישע קולט.
לויט ווי איך האב געהערט נישט קען עס ווערן א פרישע קולט נאר עס איז שוין.....
עניוועי זיי פלאנען אפצוציען קיין מאראקא צוליב זייערע שיטות אשר אכמ"ל
און די יוצאים קענען נישט מער ארויס פון אמעריקא לעגאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3003
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8633

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

סזענען דא פון די אלטע יוצאים וואס זענען נאך היינט לב טהור אין הארץ. נאך א שיינע פאר יאר זיין דאהי.

פונקט ווי קיינעם שטערט נישט די אפגעזונדערטע כמו לב טהור חברה אין בלומינגראוו, שטערט דאס אויך נישט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 776

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

גדליה האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:39 pm פאר די אלע וואס האלטן און איין פרעגן בנוגע די סטאטוס פון די לב טהור יוצאים לגבי די קולט לאמיר עס קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל

ס'איז נישט מעגליך במציאות צו נעמען א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אויף א פלאץ און כסדר געווארן געפרעדיגט מיט א אידעלאגיע עס צו ארויסנעמען פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, מ'קען נישט בליטשן קיין מוחות, סא די בעסטע וואס מ'קען טון איז זײ אהער צו ברענגן צווישן היימישע אידן זײ זאלן זעהן אז ס'איז דא נאך יודן אויף די וועלט, אויך זאלן זיי זיין צוטיילט אן נישט האבן די כסדרדיגע דרוק איינע פון די אנדערע און בע''ה צוביסלעך צוביסלעך וועלן זיי ארויס קריכן דערפון, אזויווי די מציאות אינעם עבר האט געוויזן, אז אלע וואס זענען ארויס געקומען אפי' ביים ארויסקומען זענען זײ נאך געווען פארכאפט ווי לענגער ס'איז אדורך זענען זײ מער און מער ארויסגעקראכן דערפון און געוויסע העלפן היינט אפי' ארויס מיט די מערכה
און אט דאס איז אויף די געטרייע עסקנים ארבעטן די לעצטע האלבע יאר
דאס וואס מאנכע ברענגען ארויף בנוגע איבערפלאנצונג איז שוין ערווענט געווארן אז ס'איז נישט שייך בע''ה צוליב וואס די רעגירונג איז שוין היינט צוטאגס גאר וואכזאם איבער די סכנה פונעם קולט, בנוסף וואס זייערע קינדער האבן קאסטעדי ביי די עסקנים
דאס איז ווען איינער קומט ארויס און דרייט זיך געהעריג צווישן די ערב רב, נוצט זייערע סערוויסעס, וכדומה וכדומה.

אויב מופט די קולט אהער העלפט נישט אז עס איז אין ניו יארק, די קולט האט זיך דאך אנגעהויבן דאהי, און עס זענען דא נאך קולטס דאהי.
אוועיטער
גדליה
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 11:01 am
x 192

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גדליה »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:50 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:46 pm שוין איינמאל ברעכנד, און די משפחה איז אוודאי איבערגענומען. איבערלאזן א דרייסיג יעריגע טונקעלע היסטאריע און צוריקקומען צום שורש צו איר משפחה און באקאנטע, איז מער װי ברעכנד. דאס אנהאלטן די אידיאלאגיע אין קאפ אין אנפאנג איז א מינדערוויכטיגע דעטאל וואס טוישט נישט די היסטארישע פאסירונג אז זי האט פארלאזט לב טהור און צוריקגעקומען קיין ניו יארק.
האבן זיי זיך שוין געטראפן מיט זייערע היגע משפחה מיטגלידער?

אדער לכה"פ אויסגעטוישט א נארמאל ווארט?
אלעס נעמט צייט מיין פריינט, א אידעלאגיע פון דרייסיג יאהר איז נישט קיין קלייניקייט
ווי זאגט די וועלט, דער אפגעפארענער זאגט נאך ברוך שם ווען עסט בטעות מיט א ברכה, און ער פיהלט ווי זיין הענט איז טמא ווען ער קומט ארויס פון בה''כ
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3003
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8633

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

שמועות טובות האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:55 pm
כלל ישראל האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:08 pm @סענס אף יומער וואו גייען זיי דאהי?

פארוואס איך פרעג איז, ווייל לפי ידיעתי איז ליידער נעבעך פארהאן אין קרית יואל, אין די בלומינגראוו געגנט, א חבורה פון פרויען - וואס זייערע מענער זענען געהיידזשעקט - וועלכע גייען מיט קראנקע עקסטרעמע מהלכים ענליך צו לב טהור ז"ל, די נשים גייען שוואץ און די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסדות ועוד.

אויב ח"ו גייען זיי אהין קען עס נאך ווערן א פרישע קולט.
לויט ווי איך האב געהערט נישט קען עס ווערן א פרישע קולט נאר עס איז שוין.....
עניוועי זיי פלאנען אפצוציען קיין מאראקא צוליב זייערע שיטות אשר אכמ"ל
און די יוצאים קענען נישט מער ארויס פון אמעריקא לעגאל
אויך געהערט אז זיי פלאנען צו אוועקמופן.

זאל דער אויבערשטער היטן און באשיצן אלע אידישע קינדער.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 570
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5932

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

קטןודל האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 8:24 am
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 8:11 am
דער פארשער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 5:01 am איך האב דעס געטראפן אויף טעלעגראם וועגן דעם בין איך דא געקומען פרעגן צי ס'איז אמת
לאמיר גיין צושטייטעליך
די מעשה מיט די ישיבת בי''ד איז אמת, און איז בכלל נישט קיין חידוש, יעדעס יאר פורים פלעגן פארקומען אזאלעכע שטיק, איך האב ביי מיר רעקאדירינגען ווי זיי שעלטן צאם איין פורים דער מעליצער רב, און שפעטער הגה''צ ר' יוחנן וואוזנער שליט''א. אזוי האבן זיי יענע יאר געטון אויף ר' אהרן יו''ט ז''ל.

שפעטער אין טאג זענען זיי געקומען צו כנישתא חדא זיך רייצן, זיי זענען אריינגעפארן מיט קארס און געפאכט מיט גאנ'ס, דער עולם האט זיי איגנארירט, און זיי זענען אוועקגעפארן.

עטליכע טעג שפעטער איז ר' אהרן יו''ט ז''ל געווען אין ארץ ישראל און נפטר געווארן פון א קאר עקסידענט. דעי חלק אז לב טהור איז געשטאנען דערינטער איז נישט אמת, און די פאליציי וואלט עס ווען אודאי דערגאנגען אויב ס'וואלט געווען עפעס דערין, מען רעדט נישט פון קיין דריטע וועלט לאנד.

די קללות פון לב טהור איז פארשטייט זיך שטותים והבלים, אבער אויב מ'קען תולה זיין די פטירה אין עפעס, איז עס ווארשיינלעך די פאקט אז ר' אהרן יו''ט האט געליינט יענע יאר קריאת פרשת זכור מיט קולות וברקים, און נאכן ליינען אויסגעשריגן ברבים 'באשעפער, איך בין גרייט דו זאלסט מיך נעמען פאר א כפרה, אבי די קליפה פון פון לב טהור זאל בטל ווערן ביז קומעדיגע יאר פורים'. עטליכע טעג שפעטער איז ער אוועק פונעם עקסידענט, און אין כנישתא חדא האט מען געוואוסט אז די יאר גייט זיך נישט ענדיגן און לב טהור וועט נאך אנגיין... כך הוה, ערב שבת חנוכה דערויף האט פאסירט דער איבערפאל
די קאר עקסידענט איז געווען אין גואטעמאלא נישט אין ארץ ישראל, ס'איז עפעס משמע פארקערט פון דיינע ווערטער.
גערעכט, כ'האב מיך טועה געווען אין דעם פרט.
אבער בכל אופן האב איך געהערט די מעשה פון ר' יואל העניך העלבראנץ וועלעכע איז געווען די נענסטע מענטש מיט להבחל''ח ר' אהרן יו''ט ז''ל, און ר' יואל העניך קען גאר גוט לב טהור, און ער האט מיר באשטעטיגט אויף 100 פראצענט אז לב טהור האט נישט געהאט קיין שייכות מיט די עקסידענט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גדליה האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:56 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:50 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:46 pm שוין איינמאל ברעכנד, און די משפחה איז אוודאי איבערגענומען. איבערלאזן א דרייסיג יעריגע טונקעלע היסטאריע און צוריקקומען צום שורש צו איר משפחה און באקאנטע, איז מער װי ברעכנד. דאס אנהאלטן די אידיאלאגיע אין קאפ אין אנפאנג איז א מינדערוויכטיגע דעטאל וואס טוישט נישט די היסטארישע פאסירונג אז זי האט פארלאזט לב טהור און צוריקגעקומען קיין ניו יארק.
האבן זיי זיך שוין געטראפן מיט זייערע היגע משפחה מיטגלידער?

אדער לכה"פ אויסגעטוישט א נארמאל ווארט?
אלעס נעמט צייט מיין פריינט, א אידעלאגיע פון דרייסיג יאהר איז נישט קיין קלייניקייט
ווי זאגט די וועלט, דער אפגעפארענער זאגט נאך ברוך שם ווען עסט בטעות מיט א ברכה, און ער פיהלט ווי זיין הענט איז טמא ווען ער קומט ארויס פון בה''כ
איך פארשטיי זייער גוט, כ'האב נאר געפרעגט לידיעה.
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 570
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5932

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מעביר על המידות האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 11:32 am
יוחנן בוקסבוים האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 10:55 am
קטןודל האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 8:24 am

די קאר עקסידענט איז געווען אין גואטעמאלא נישט אין ארץ ישראל, ס'איז עפעס משמע פארקערט פון דיינע ווערטער.
990a5126-65f6-49bf-9cd4-4dd275fc49c8.jpg
הרב @על פי תורה וואס איז טאקע די אמת'ע מעשה? ווייל אויב די עקסידענט איז געווען אין גואטעמאלא אז יא מסתבר אז סאיז געווען אונטערגעשטלעט פין ל''ט
2. ר' אהרן יו''ט האט איבערגעלאזט א משפחה מיט קינדער? אויב יא ווי זענען זיי היינט?
זיין משפחה וואוינט שוין אין ארץ ישראל, ר' אברהם גרינהוט האט זיי ארויסגעברענגט
אוועיטער
גדליה
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 11:01 am
x 192

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גדליה »

יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:56 pm
גדליה האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:39 pm פאר די אלע וואס האלטן און איין פרעגן בנוגע די סטאטוס פון די לב טהור יוצאים לגבי די קולט לאמיר עס קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל

ס'איז נישט מעגליך במציאות צו נעמען א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אויף א פלאץ און כסדר געווארן געפרעדיגט מיט א אידעלאגיע עס צו ארויסנעמען פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, מ'קען נישט בליטשן קיין מוחות, סא די בעסטע וואס מ'קען טון איז זײ אהער צו ברענגן צווישן היימישע אידן זײ זאלן זעהן אז ס'איז דא נאך יודן אויף די וועלט, אויך זאלן זיי זיין צוטיילט אן נישט האבן די כסדרדיגע דרוק איינע פון די אנדערע און בע''ה צוביסלעך צוביסלעך וועלן זיי ארויס קריכן דערפון, אזויווי די מציאות אינעם עבר האט געוויזן, אז אלע וואס זענען ארויס געקומען אפי' ביים ארויסקומען זענען זײ נאך געווען פארכאפט ווי לענגער ס'איז אדורך זענען זײ מער און מער ארויסגעקראכן דערפון און געוויסע העלפן היינט אפי' ארויס מיט די מערכה
און אט דאס איז אויף די געטרייע עסקנים ארבעטן די לעצטע האלבע יאר
דאס וואס מאנכע ברענגען ארויף בנוגע איבערפלאנצונג איז שוין ערווענט געווארן אז ס'איז נישט שייך בע''ה צוליב וואס די רעגירונג איז שוין היינט צוטאגס גאר וואכזאם איבער די סכנה פונעם קולט, בנוסף וואס זייערע קינדער האבן קאסטעדי ביי די עסקנים
דאס איז ווען איינער קומט ארויס און דרייט זיך געהעריג צווישן די ערב רב, נוצט זייערע סערוויסעס, וכדומה וכדומה.

אויב מופט די קולט אהער העלפט נישט אז עס איז אין ניו יארק, די קולט האט זיך דאך אנגעהויבן דאהי, און עס זענען דא נאך קולטס דאהי.
ליין איבער וואס איך האב געשריבן:

דאס וואס מאנכע ברענגען ארויף בנוגע איבערפלאנצונג איז שוין ערווענט געווארן אז ס'איז נישט שייך בע''ה צוליב וואס די רעגירונג איז שוין היינט צוטאגס גאר וואכזאם איבער די סכנה פונעם קולט, בנוסף וואס זייערע קינדער האבן קאסטעדי ביי די עסקנים
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 340
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 3296

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 12:59 am היינט נאכט איז פארגעקומען א הערליכע ווארעמע פארברענג לכבוד ליל ששי, ארגאניזירט דורך הרה"ג ר' יואל העניך העלבראנץ שליט"א עסקן נמרץ למען יוצאי לב טהור, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע יוצאים פון לב טהור צוזאמען מיט די געטרייע עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש ארויסצוהעלפן די אלע יוצאים מיט אלע זייערע באדערפענישן.

ביים דערהויבענעם פארברענג האט מען פאר לענגערע שעה'ן אינאיינעם געזינגען און פארברענגט בשבת אחים, זיך דערהייבנדיג אין א פרייליכע געמיט און שעפנדיג פילע הויפענעס חיזוק און מוט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים ביז אהער.

ווי אויך האבן אויפגעטראטן עטליכע מגידים און בעלי דרשנים, צווישן אנדערע העסקן הנמרץ ר' גרשון מענדל טויב הי"ו יו"ר מכון לב לילד און נאך, וועלכע האבן מיט טרעפנדע רייד ארויסגעברענגט די מורא'דיגע התרגשות וואס שפירט זיך אין אזעלכע דערהויבענע מאמענטן ווען מ'טרעפט זיך ב"ה אין אזעלכע פרייליכע אומשטענדן און מ'קען פארברענגען אינאיינעם בשירה וזמרה, און שטארק מחזק געווען די אלע יוצאים ווייטער אנצוגיין פעלזן פעסט און אלע אינאיינעם אריבערמישן א נייעם בלעטל צו א הערליכן עתיד בעז"ה.

IMG_20250606_001625.jpg
IMG_20250606_004448.jpg

נאכפאלגנדיג די גאר דערהויבענע פארברענג נעכטן נאכט, דארף ארויסגעברענגט ווערן א באזונדערע יישר כח און דאנק פאר די באקאנטע הייליגע ארגענעזאציע לב לילד, וועלכע האבן אנגעפירט מיט די פראגראם און געשמאק פארברענגט מיט די בחורים. סיי ברבים אלע אינאיינעם, און באזונדער האבן די עסקנים פון די ארגענעזאציע אנגעקניפט פריוואטע קשר און שייכות מיט די בחורים יוצאי לב טהור, זיי האבן אויסגעטוישט נומערן און אנגעטראגן הילף פריוואט אין יעדן הינזיכט וואס עס איז נאר שייך, און די פארברענג האט ב"ה געברענגט א גאר שטארקע חיזוק און תועלת פאר אלע יוצאים אדאנק די עסקנים פון די חשוב'ע ארגענעזאציע.

ווי אויך דארף מען באטאנען און ארויסברענגען די ראלע פון הרה"ח ר' חיים יעקב ראזנער הי"ו, אליין א יוצא לב טהור, וועלכער איז שוין אינדרויסן פון לב טהור פאר זיבן יאר, און ער האט לעצטנס אנגעהויבן צו ארבעטן מיט די בחורים, און ער האט ב"ה באוויזן אויפצוטוהן גדולות ונצורות און געזעהן מורא'דיגע רעזולטאטן. אלס איינער וואס איז זעלבסט דורכגעגאנגען די זעלבע שווערע דורכגאנג, פארמאגט ער גאר א שטארקע השפעה אויף די בחורים און האט א פערזענליכע קשר מיט אלע פון זיי, עד כדי כך אז די בחורים האבן אים אנגעהויבן רופן 'ראש ישיבה'. און ר' חיים יענקל איז אויך דארט געזעצן ביים פארברענג און אסאך צוגעגעבן צום היימליכן אטמאספערע, פארברענגנדיג געשמאק אינאיינעם מיט די בחורים.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 211
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 573

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

שמועות טובות האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:55 pm
כלל ישראל האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:08 pm @סענס אף יומער וואו גייען זיי דאהי?

פארוואס איך פרעג איז, ווייל לפי ידיעתי איז ליידער נעבעך פארהאן אין קרית יואל, אין די בלומינגראוו געגנט, א חבורה פון פרויען - וואס זייערע מענער זענען געהיידזשעקט - וועלכע גייען מיט קראנקע עקסטרעמע מהלכים ענליך צו לב טהור ז"ל, די נשים גייען שוואץ און די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסדות ועוד.

אויב ח"ו גייען זיי אהין קען עס נאך ווערן א פרישע קולט.
לויט ווי איך האב געהערט נישט קען עס ווערן א פרישע קולט נאר עס איז שוין.....
עניוועי זיי פלאנען אפצוציען קיין מאראקא צוליב זייערע שיטות אשר אכמ"ל
און די יוצאים קענען נישט מער ארויס פון אמעריקא לעגאל
אויסערדעם ווייסעך פון עטליכע פון די חבורה וואס זיי האבן געהאלפן שאפן געלט פאר די עסקנים ביים קאמפיין
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 570
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 5932

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 2:51 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 12:57 pm
לעבער אייער האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 12:53 pm ווער האט באצאלט איר טיקעט און די טיקעט פון די אלע מענטשן פון קומען ארויס נישט וועלענדיג די עסקנים אדער זיי אליינס?
זיי האבן נישט קיין געלט, די עסקנים באצאלן אלעס.
אלס זאגט מען אז די ראשי/ רשעי הכת האבן געלט, אויב דא האבן זיי געהייסן פארלאזן גואטומאלע פארוואס צאלן זיי עס נישט?
לעת עתה האבן זיי נישט קיין פעני
און גאר אסאך חובות
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 174

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

גדליה האט געשריבן: פרייטאג יוני 06, 2025 3:39 pm פאר די אלע וואס האלטן און איין פרעגן בנוגע די סטאטוס פון די לב טהור יוצאים לגבי די קולט לאמיר עס קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל

ס'איז נישט מעגליך במציאות צו נעמען א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אויף א פלאץ און כסדר געווארן געפרעדיגט מיט א אידעלאגיע עס צו ארויסנעמען פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, מ'קען נישט בליטשן קיין מוחות, סא די בעסטע וואס מ'קען טון איז זײ אהער צו ברענגן צווישן היימישע אידן זײ זאלן זעהן אז ס'איז דא נאך יודן אויף די וועלט, אויך זאלן זיי זיין צוטיילט אן נישט האבן די כסדרדיגע דרוק איינע פון די אנדערע און בע''ה צוביסלעך צוביסלעך וועלן זיי ארויס קריכן דערפון, אזויווי די מציאות אינעם עבר האט געוויזן, אז אלע וואס זענען ארויס געקומען אפי' ביים ארויסקומען זענען זײ נאך געווען פארכאפט ווי לענגער ס'איז אדורך זענען זײ מער און מער ארויסגעקראכן דערפון און געוויסע העלפן היינט אפי' ארויס מיט די מערכה
און אט דאס איז אויף די געטרייע עסקנים ארבעטן די לעצטע האלבע יאר
דאס וואס מאנכע ברענגען ארויף בנוגע איבערפלאנצונג איז שוין ערווענט געווארן אז ס'איז נישט שייך בע''ה צוליב וואס די רעגירונג איז שוין היינט צוטאגס גאר וואכזאם איבער די סכנה פונעם קולט, בנוסף וואס זייערע קינדער האבן קאסטעדי ביי די עסקנים
וואס איך פארשטיי די עולם וויל וויסן און מיך עגבערט אויך די שאלה, צו דאס וואס זי איז ארויסגעקומען אפי' געצווינגענערהייט איז עס געווען וועגן די עסקנים און רעגירונג פרעשור האט זי זיך געבראכן וואס דאס איז א שטארקע אויפטוה , אפי עס איז געצווינגען.
אדער האט זי פשוט געפאלגט די הוראה פון די כת פארגאנגענע וואך אז מען זאל פארלאזן גוטאמאלא?
שרייב פאוסט