ליין איבער וואס איך האב געשריבן:יאנטשי האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 06, 2025 3:56 pmדאס איז ווען איינער קומט ארויס און דרייט זיך געהעריג צווישן די ערב רב, נוצט זייערע סערוויסעס, וכדומה וכדומה.גדליה האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 06, 2025 3:39 pm פאר די אלע וואס האלטן און איין פרעגן בנוגע די סטאטוס פון די לב טהור יוצאים לגבי די קולט לאמיר עס קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל
ס'איז נישט מעגליך במציאות צו נעמען א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן אויף א פלאץ און כסדר געווארן געפרעדיגט מיט א אידעלאגיע עס צו ארויסנעמען פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, מ'קען נישט בליטשן קיין מוחות, סא די בעסטע וואס מ'קען טון איז זײ אהער צו ברענגן צווישן היימישע אידן זײ זאלן זעהן אז ס'איז דא נאך יודן אויף די וועלט, אויך זאלן זיי זיין צוטיילט אן נישט האבן די כסדרדיגע דרוק איינע פון די אנדערע און בע''ה צוביסלעך צוביסלעך וועלן זיי ארויס קריכן דערפון, אזויווי די מציאות אינעם עבר האט געוויזן, אז אלע וואס זענען ארויס געקומען אפי' ביים ארויסקומען זענען זײ נאך געווען פארכאפט ווי לענגער ס'איז אדורך זענען זײ מער און מער ארויסגעקראכן דערפון און געוויסע העלפן היינט אפי' ארויס מיט די מערכה
און אט דאס איז אויף די געטרייע עסקנים ארבעטן די לעצטע האלבע יאר
דאס וואס מאנכע ברענגען ארויף בנוגע איבערפלאנצונג איז שוין ערווענט געווארן אז ס'איז נישט שייך בע''ה צוליב וואס די רעגירונג איז שוין היינט צוטאגס גאר וואכזאם איבער די סכנה פונעם קולט, בנוסף וואס זייערע קינדער האבן קאסטעדי ביי די עסקנים
אויב מופט די קולט אהער העלפט נישט אז עס איז אין ניו יארק, די קולט האט זיך דאך אנגעהויבן דאהי, און עס זענען דא נאך קולטס דאהי.
דאס וואס מאנכע ברענגען ארויף בנוגע איבערפלאנצונג איז שוין ערווענט געווארן אז ס'איז נישט שייך בע''ה צוליב וואס די רעגירונג איז שוין היינט צוטאגס גאר וואכזאם איבער די סכנה פונעם קולט, בנוסף וואס זייערע קינדער האבן קאסטעדי ביי די עסקנים