אגד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 3:03 pm
גאלדבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 3:01 pm
אגד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 04, 2026 2:57 pm
עס איז טאקע בעסער פאר א בראוקער ארויסצוברענגען זיינע מעלות אנשטאט יענעם'ס חסרונות, אבער טייל מעלות זענען בעיקר מעלות נאר אין פארגלייך צו יענעם.
סוי עס איז אפשר נישט איידל, אבער פילייכט די איינציגסטע וועג ארויסצוברענגן דעם "פוינט" מיטן גאנצן שארפקייט. (Pun intended)
פארשטייט זיך אז דאס קען מאכן קונדן וואס גלייכן נישט אזא שפראך, אפווייכן פון יענע פירמע, איי געס אז ער טארגעט נישט די סארט אידן.
יעצט איז עס אריבער אלע גרעניצן
כ'ווייס נישט צו די מערכת וועט לאזן דא צו לאנג אזעלכע עד'ס
דערווייל זעה איך אז דער דבר יום ביומו לאזט עס אריין, על כל פנים ביז נעכטן.
(די היינטיגע האבעך נאכנישט געזען, האט ער א ליסטע פון צען "פוינטס" וואס ער לייגט יעדן טאג ארויס אן אנדערע.)
ער האקט נישט באמת אויף קיינעם ספעציפיש, נאר ברענגט ארויס פונקטן, גאנץ פאקטיש, פילייכט עטוואס מוגזם..
יעדער לייגט עס אריין, ווילאנג ער צאלט, ס'קען נאר נערווירן.
אגב די היינטיגע מעלה פארשטיי איך נישט, ווייל ווען דו רעדסט פון גארביזש, טעקסעס, טרענספארטעישאן זענען פאקטישע חסרונות וואס מענטשן דארפן רעכענען ווען מ'מופט ארויס, און מ'פארזעהט עס אמאל, אבער וואלקינג דיסטענס צו גארפיעלד? די מענטש וואס מופט ארויס ווייסט דערפון אז ער קען נישט וואקן צו גארפיעלד, אבער ער קען וואקן צו מענגין... ווען דו שרייבסט אז דארט איז נישטא א בוטשער וואקינג דיסטענס (און ווער ס'וואוינט ביים עק פון שכונת ויואל משה האט אויך נישט..)קען איך עס הערן, אבער אריינוואקן צו שמחות/ תפלות , אפשר פאר אים איז עס גאר א מעלה? אז ער דארף נישט גיין צו שמחות יעדע וואך? און ער האט זיך ב"ה זיינע לאקאלע שמחות ביי זיך אין געגענט, ווען איינער מופט קיין מאנטיסעלאו קען ער אויך נישט וואקן קיין גארפיעלד... בקיצור יו געט די פוינט.
דעי חלק פון ברייטע נארמאלע סיידוואלקס איז יא א מעלה, אבער אויך נאר אין די געגענטער ווי קרית יואל האט... שכונת ווערצבערעגער האט נאכנישט, ראוונע/מאונטען האט נישט געהאט ביז לעצטנס, און א חלק מאונטען האט נאכאלס נישט, און בלומינגראוו גייט יעצט אויך אנהייבן לייגן סיידוואלקס (כאטש גייט נאך לאנג נעמען מסתם)

- Screenshot 2026-08-04 152424.png (86.43 KiB) געזען געווארן 199 מאל