לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 07, 2026 5:08 am
גאלדבערג האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 02, 2026 11:49 am
תורה ויראה האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 02, 2026 11:01 am
וויפיל צאלט מען וואסער און גארביזש אין בלומינגראוו?
דעיס איז א מהלך וויזוי די בראקערעדזש פאר די הייזער אונטער ק. י ווילעדזש ארבעט
מיט אנאנסירן א רייע טענות קעגן 'יענעם'
דער שכינותדיגע ווילעדזש טוט עס נאך דערווייל נישט
לאמיר האפן ס'זאל נישט ווערן א נארמאלע סטייל, עס איז נישט פאסיג אזא צוגאנג
סיריעסלי נאו!
איך פארשטיי אז העיט האט ענק אלץ געהאלטן ביים לעבן און מאכט ענק נאך היינט שפירן גוט, אבער איז יושר צוליב דעם צי באשולדיגן די ווילידש פאר מארקעטינג פון א ריעלטי קאמפעני? המממ..
איין אומדירעקטע שייכות וואס די ווילעדש האט מיט די עד איז אז צוליב זייערע איפררסמענט פון סייט פלאן אפראוועלס קען מען האלטן די פרייזן נידריג ב"ה און זינט דאן זענען די סעללערס און זייערע בראוקערס און פאניק מאוד אביסל.
אן אריינגיין אינעם עצם זאך צו עס האט יא מיט די ווילידזש צו נישט (עס האט קלאר יא, אפשר נישט גדלי' ספעציפיש אבער יא די קאמפאני אוועראלל), די איינציגע וואס האלט אין איין שפייען אפן העיט זענען די צד קרית יואל, פאר די לעצטע 4 יאר האט מען גענומען יעדן צעטל וואס UJC האט ארויסגעלייגט און אריינגעטייטשט וואו מען קען נאר טרעפן עפעס א רמז פון העיט בשעת די צייטונגען פון די קרית יואל'ע קהילה הערן נישט אויף אראפרייסן בלומינג גראוו (אפילו אויף זאכן וואס זיי אליינס טוען, עיין מאנסי פייער דעפארטמענט סומאטוכע).
אגב, אסאך פון זיינע זאכן וואס ער שרייבט איז אדער פשוט שקר אדער פארדרייט פאקטן, למשל:

- Screenshot_20260804_200125_Drive.png (150.05 KiB) געזען געווארן 116 מאל
הגם עס איז קלאר אמת אז קרית יואל איז די ביליגסטע טעקסעס לכאורה אין גאנץ ניו יארק סטעיט זענען זיינע נומבערס פארדרייט, ער קאמפעירט אן אפארטמענט צו א פרייוועט/סעמי פרייוועט הויז וואס איז זייער נישט האנעסט:
א 3,400 סק פיס דופלעקס אויף ראוונע קאסט היי יאר $8,335 אין פראפערטי טעקס,
די זעלבע סייז דופלעקס אין בלומינג גראוו צאלט $18,206
טאקע איבער דאפלט אבער צו זאגן אז אין קרית יואל צאלט מען מעקס $4,000 בשעת אין די געגנטער ארום איז איבער $18,000 איז זייער נישט האנעסט גערעדט.
א בעיסמענט/וואלק אין אין בלומינג גראוו וואס איז 2400 סק פיס צאלט $10,000,
א בעיסמענט/וואלק אין אין קרית יואל פון די סייז צאלט $3,500
א ריזיגע חילוק אבער דאס איז נישט גענומען די ביליגסטע פראדוקט אין איין געגנט קאמפעירט צו די טייערסטע אין אן אנדערע געגנט