הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:44 am
222555 האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:27 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 7:04 pm
אלע וואס האבן נישט געמאלדן אז זיי גייען טוישן זייער חינוך - עטליעסט אויף פאפיר, און נישט אריינגעגעבן קיין פלען-ענד-טיימליין.
פלאן אויף ווייטער בין איך דערווייל נישט באקאנט.
דאס האט גארנישט מיט די פעטוועי מערכה
נאר מיט די 12 מוסדות וואס זענען געקלאגט געווארן דורכן סיטי מיט יארן צוריק
דהיינו דארט האט מען ע"פ עצת פערלס אריינגעלאזט די רעגירונג האבן זיין געקענט פסקענען אויף די מוסדות אז עס איז נישט גוט
משא"כ ביי די פעטוועיס מוז מען זיי נישט אריינלאזן בכלל דעריבער איז נישט זיכער אז זיי וועלן קענען אזוי גרינג פסלען אזויפיל הונדערטער מוסדות
סאטמאר בפ מהר"א איז אויך געווען אינעם אנקלאגע?
יא, סאטמאר ב"פ מהר"א תלמוד תורה איז אויך פון די מוסדות אונטער די יאפפע"ד קלאגע.
בדרך הטבע איז די זעלבע ערווארטעט עס זאל צום סוף געשעהן נישט נאר פאר אלע פעטוועי 7 מוסדות נאר אויך פאר אלע פעטוועי 6 מוסדות.
די חילוק וועט נאר זיין אין די צייט ווי שנעל עס וועט געדויערן.
ביי די פעטוועי 7 מוסדות איז גאר שטארק מעגליך עס וועט שוין געשעהן נאך היי יאר, צווישן יעצט - ביזן ענדע פונעם גוי'אישן לערן יאר יוני 30 (וואס איז די דעדליין וואס די אלע לאקאלע סקול באורדס דארפן איבערגעבן זייערע געפינסן פאר די סטעיט).
און איה"נ די מוסדות מוזן נישט - און האפנטליך בעז"ה וועלן נישט - אריינלאזן די אינספעקטארס צו אונטערזוכן די לימודי חול אין די מוסדות, אבער די נייע שרעקליכע גיידליינס שרייבט זייער קלאר ארויס אז די סטעיט האט די רעכט צו געבן א נעגאטיווע דעטערמינעשאן פאר א מוסד וואס האלט אפ די אינספעטארס פון קומען באזוכען די מוסד,
ממילא אויב לויטן געזעץ האבן זיי די קלארע לעגאלע רעכטן דאס צו טוהן, קענען זיי דאס 'יא' זייער גרינג טוהן נישט קיין חילוק פון וויפיל מוסדות עס רעדט זיך,
בפרט לויט ווי זיי פירן זיך יעצט אויף וואס זיי האבן שוין אנגעהויבן די פראצעדור פון געבן די פיינעל דעטערמינעשאן, און האלט שוין ביי 6 מוסדות (בעדס קאוד), זעהט נישט אויס קיין שום סיבה וואס וועט זיי צוריקהאלטן צו געבן די זעלבע פאר יעדן וואס פאלגט נישט אויס די געזעץ,
(און יש אומרים אז עס איז שטארק מסתבר די סיוויל רייטס קלאגע האט זיי גאר געמאכט מער פארביסן, ואכמ"ל וד"ל).
חוץ איין אויסוועג איז נאך עפעס דא, אויב די קאורט אף אפיעלס וועט צוריקשטעלן די פריערדיגע פסק וואס איז געווען לטובת המוסדות, אז מען מוז נישט אלעס לערנען אין חדר און מען קען משלים זיין די איבריגע זאכן אינדעהיים וכדו', דאן וועט די סטעיט פארלירן אביסל די מאכט אויף מוסדות,
(אבער אפילו אויב דאס וועט געשעהן, איז נאך אלץ גאר שוואכע שאנסן פאר אונזערע היימישע מוסדות, וויבאלד אונזערע היימישע חדרים זענען דורכגעפאלען ביי די אינספעקשאנס אויף 'אלע' סאבזשעקטס, ממילא איז נישט מסתבר אז א מוסד וואס איז דורכגעפאלן מיט 'אלע' סאבזשעקטס זאל אפילו העלפן די פסק פון שופט 'ריבא', וואס זאגט נאר ס"ה אז מען מוז נישט אלעס לערנען אינעם מוסד, ממילא ווער עס קומט נישט נאך אפילו 'איין איינציגע' סאבזשעקט לויט די רעגירונג פארלאנגען, לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ער איז געהאלפן אפילו מיט די קאורט אף אפיעלס, און נאר ווער עס וועט משנה זיין צו פארבעסערן די לימודי חול און נאכקומען לכה"פ 50-60% פון די טריפה'נע רעגירונג פארלאנגען, וועט עפעס העלפן די קאורט פסק).
ווידער די פעטוועי 6 מוסדות, וועלן עס אפשר טאקע נישט באקומען היי יאר, אבער מיט איין קליינע מסירה פאלן זיי גלייך אריין צו פעטוועי 7,
וואס דאן טיילן זיי מיט דעם זעלבן גורל ווי אלע איבריגע מוסדות ווי פריער מסביר געווען, וויבאלד נאך א מסירה וועט די רעגירונג פאלאנגען צו קומען מאכן אינספעקשאנס,
און ווען מען וועט זיי נישט אריינלאזן קענען זיי פונקט אזוי באקומען דעם נעגאטיווע דעטערמינעשאן.
און לויט ווי די מציאות באווייזט איז הרשעים כים נגרש, די מוסרים שטייען גרייט, און זיי האבן שוין געמאלדן אז זיי טוען זיך טרענירן צו טשאלענדזשן אלע מוסדות וואס די רעגירונג וועט באשטעטיגן אז זיי זענען יא עקוויוועלענט, דעריבער איז דער מצב גארנישט בעסער פאר קיינעם נישט, סיי פאר פעטוועי 7 סיי פאר פעטוועי 6, און וועלכע מוסד עס וועט וועלן בלייבן מיט די זעלבע לימודי חול ווי אלע יארן אן משנה זיין א משהו, איז נישט מעגליך צו זיין עקוויוועלענט, און דער מוסד דארף זיך גרייטן מיט פלענער וואס זיי גייען טוהן נאך וואס זיי וועלן באקומען אזא נעגאטיווע דעטערמינעשאן וואס מיינט פארלירן פאנדינג, און ווער עס וועט וועלן בלייבן עקוויוועלענט כדי צו אנהאלטן און באקומען ווייטער די פאנדינג וועט סוכ"ס מוזן נאכקומען 'אלע' רעגירונג שמד טריפה'נע גיידליינס.
אבער נצח ישראל לא ישקר, מיטן אייבערשטענס הילף וועלן האפנטליך די מוסדות התורה בלייבן שטארק און נישט זיך ברעכן פאר די מזימי רשע פון די משומדים פון יאפעד און פון די רעגירונג, ולה' הישועה.