כוחה של מחאה…
איידער מיר גייען אריבער אויסשמועסן עטליכע אומפארשטענדליכע פרטים פון דעם פלוצלינג'דיגער אסיפת הרבנים, ברויכן מיר קודם ארויסברענגען א וויכטיגע נקודה.
אז דער פלוצלינגדיגן אסיפה טוט איבערצייגן די געוואלדיגע 'כוחה של מחאה' פון דעם נארישן אפגעריסענעם גליון 'דורותינו', וואס האט אין די לעצטע פאר חדשים ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך פונעם אלוועלטליכן יהדות החרדית, די שרעקליכע צרה אין וואס אחינו בני ישראל אין ענגלאנד געפינען זיך, און די שרעקליכע התדרדרות פון די מוסדות וועלכע גייען אונטער די הדרכה פון די פשרה'דיגע 'עסקנים' פון 'חינוך יו.קעי'. וואס האבן צוביסלעך צוביסלעך כסדר זיך געבראכן פאר די רעגירונג'ס פארלאנגן איינער מער איינער ווייניגער, אפילו ווען עס רירט שוין אן ענינים פון די ג' החמורות רח"ל, און קלארע קעגנזאץ פון די פסק און הוראה פון זייערע אייגענע רבני חינוך יו.קעי.
וואס דער גאנצער אויפוואכונג האט זיך אנגעפאנגען, ווען 'דורותינו' האט באריכטעט איבער די תועבה'דיגע דור המבול פענער וואס א חרדישע מוסד האט ליידער אויפגעהאנגען בפומבי בריש כל חוצות, און דאס האט אויפגעשטורעמט דאס אלוועלטליכע ערליכע אידנטום וואס האט נישט געקענט גלייבן ווי ווייט מען האלט שוין, און ווי מער די די שלוחי חינוך יו.קעי. פון ניו יארק האבן פרובירט צו לייקענען די פאקטן, מאטיוון פון די שרעקליכע אינצידענט מיט זייערע געבאקענע ווערסיעס, האט דאס בלויז נאר געהאלטן אין איין צוריקפאטשן אין פנים, און עס האט מער און מער ארויסגעשיילט סיי די ביטערע מציאות און טיפע בלאטע וואו מען האלט שוין אין לאנדאן, און סיי ווי אומטראסטבאר די עסקני חינוך יו.קעי. זענען.
און אט דער אויפוואכונג האלט טאקע אן ביתר שאת וביתר עוז, און איז גאר אויך אריבערגערינען דא צום 'אידטיש פלאטפארמע' [וואס האלט שוין איבער 20 זייטן], און דאס האט געברענגט אז די עסקני חינוך יו.קעי. האבן געשפירט אז די הויט ברענט זיי, און דער ציבור הייבט אן צוביסלעך עפענען די אויגן און ווערן באוואוסטזיניג און אנערקענען זייערע אמתדיגע מעשים טובים פון די לעצטערע יארן.
דעריבער האבן זיי שנעל פלוצלינג פארופן אן אסיפת 'הרבנים', [מיטן ציהל צו קענען פאבליצירן די בילדער דערפון פאר די גאס], מיט די כוונה אז ווען דער ציבור וועט זעהן 'קלאר דאקומענטירט' ווי רבנים און עסקנים זיצען ארום עפעס א טיש, וועט דאס 'כאילו' באשטעטיגן אז די מוסדות שטייען פעלזן פעסט און שלאגן זיך מיט די גזירת החינוך, און אזוי ארום וועט חינוך יו.קעי. האפנטליך צוריק באקומען דעם גלאנץ אז זיי זענען דא בלי שום שינוי כלל...
נאסטאלגישע זכרונות…
אגב, ברענגט דאס ארויף זכרונות פון די זעלבע סארט 'פיקטשער אסיפות' וואס די פערל'ס 'עסקנים' האבן אנגעהויבן צו פארמירן נאר נאכדעם וואס די ערליכע אידן האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי אקעגן די שענדליכע פארראט פון פערל'ס, און זייער אמת'ע פרצוף האט אנגעהויבן ארויסקומען ברבים איבער זייערע פשרות און מיטארבייט מיט די רעגירונג, ווי זיי האבן געהייסן די מוסדות זאלן מאכן שינויים נאכצוקומען די רעגירונג פארלאנגען, [כדי צו ראטעווען די פאנדינג…] און ווי עס געדענקט זיך, האט זיך 'בהשגחה פרטית' יעדעס מאהל ווען איז אנטדעקט געווארן א פרישע סקאנדאל, תיכף ומיד פארמירט א 'פיקטשער אסיפה' מיט זייערע רבנים….
די זעלבע איז יעצט געשעהן אויך אין ענגלאנד, בפרט נאכדעם וואס עס נתגלה געווארן די פעלשערייען איבער באהאלטן ריפארטס פון א ספעציפישע מוסד (וואס ווערט טאקע אנגעפירט דורך איינע פון די הויפט עסקנים פון חינוך יו.קעי. און פון די משתתפי אסיפה), וואס נאכדעם ווי די חינוך יו.קעי. עסקנים האבן פרובירט צו ווייזן אז כאילו די מוסדות אין לאנדאן האלטן זיך פעסט, און האבן צוגעשטעלט פאר זייער 'מסורה' שרייבער אן אלטן ריפארט (24') וואס ברויך צייגן ווי דער מוסד האלט זיך פעסט… און זאגט פאר די רעגירונג אז זיי גייען נישט לערנען לימודים אסורים, ווי קאנסענט [שמוץ] וכו', איז אבער דער ציבור געווארן שאקירט ווען מען האט שפעטער אויפגעדעקט אז זיי האבן בזדון באהאלטן דעם נייעם פרישן ריפארט פון דעם מוסד (25') ווי דארט זאגט די רעגירונג זייער קלאר אז דער מוסד קומט שוין [ליידער] יא נאך די פארלאנגטע לימודים פון קאנסענט (שמוץ)...!
די שאקירענדע אויפדעקונג האט געברענגט א בהלה ביי די אחראים לפשע 'עסקני' חינוך יו.קעי. און זיי האבן פרובירט צו פארדעקן די שווינדלעריי, דורך פארקויפן לאקשן פארן ציבור מיט נארישע זינלאזע פשטים אין דעם נייע ריפארט, וואס דער ציבור האט אבער נישט געהאלטן ביים אפקויפן…
און אפילו דאס וואס זיי האבן דערנאך פרובירט צו אויפקומען א פרישע געשטיקלטע 'באמבע' דאקומענט [סעיף 26], און פראבירט צו פארקויפן אז דארט כאילו שטייט, אז די רעגירונג זאגט, אז א מוסד קען זיך באפרייען פון לערנען 'קאנסענט' שמוץ אויב די עלטערן שרייבן ארויס די קינדער. איז אבער די 'באמבע' גאר שנעל געווארן צופלאצט… און עס איז געבליבן נאר א 'שטינק באמבע'...
וויבאלד עס איז געווארן אויפגעוויזן:
1) אז עס איז נישטא קיין רמז ורמיזא אין דעם סעיף 26 אז די רעגירונג זאגט, אז די מוסד מוז נישט לערנען קיין קאנסענט שמוץ, אויב מען שרייבט ארויס די קינדער.
2) אז במציאות איז די געזעץ זייער קלאר אויף פונקט פארקערט, אז מען קען 'נישט' ארויסשרייבן די קינדער פון די לימודים פון רילעשאנשיפ און קאנסענט שמוץ.
האט מען דעריבער שנעל אפירגענומען די אויסגעטראטענע פערל'ס פי.אר. מעטאדן און פאררופן אין איילעניש א 'פיקטשער אסיפה', כדי צו קענען פארשפרייטן די בילדער, האפנדיג אז די בילדער זאלן געבן דעם איינדרוק כאילו אלעס ווערט געטוהן נאר וויאזוי די רבנים האבן געגעבן זייער הוראה…
אבער ווי פארשטענדליך האט מען נישט פארציילט ביי די אסיפה פאר די רבנים, דאס וואס מען זעהט אין די אלע ריפארטס, אלעס וואס די מוסדות האבן זיך ליידער באמת אונטערגענומען פאר די רעגירונג, פונקט ווי די פערל'ס עסקנים דאהי האבן אויך קיינמאל נישט פארציילט פאר זייערע רבנים ביי די אסיפות דאס וואס זיי טוען קאלאבארירן מיט די רעגירונג, און פאר די רבנים האט מען נאר פארציילט אז מען פירט א מלחמה מיט די רעגירונג און מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהו…
- - -
(דיסקלעימער, היות מיר האבן געזען מאנכע טוען זיך וועטן אויף אונזער חשבון… צי מיר וועלן 'יא' אדער 'נישט' צוריקקומען מיט אן ענטפער, און אויב מיר זענען שוין יא אדער נישט אראפגעקראכן פון בוים… און וויפיל שעה עס וועט געדויערן… און וויבאלד מיר ווילן נישט אז אידן זאלן ח"ו דערלייגן געלט … דעריבער טוען מיר קלארשטעלן אז מיר זענען נישט עמפלויעט ביי אידטיש… און עס קען אמאל נעמען לענגער ביז מיר וועלן ענטפערן…)