דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

נייעס אין אונזער קווארטאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 5:11 pm פארגאנענעם זונטאג משפטים איז פארגעקומען א אסיפת הרבנים פון גדולי רבני לאנדאן - רבני חינוך יו קעי-
► Show Spoiler

כוחה של מחאה…

איידער מיר גייען אריבער אויסשמועסן עטליכע אומפארשטענדליכע פרטים פון דעם פלוצלינג'דיגער אסיפת הרבנים, ברויכן מיר קודם ארויסברענגען א וויכטיגע נקודה.

אז דער פלוצלינגדיגן אסיפה טוט איבערצייגן די געוואלדיגע 'כוחה של מחאה' פון דעם נארישן אפגעריסענעם גליון 'דורותינו', וואס האט אין די לעצטע פאר חדשים ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך פונעם אלוועלטליכן יהדות החרדית, די שרעקליכע צרה אין וואס אחינו בני ישראל אין ענגלאנד געפינען זיך, און די שרעקליכע התדרדרות פון די מוסדות וועלכע גייען אונטער די הדרכה פון די פשרה'דיגע 'עסקנים' פון 'חינוך יו.קעי'. וואס האבן צוביסלעך צוביסלעך כסדר זיך געבראכן פאר די רעגירונג'ס פארלאנגן איינער מער איינער ווייניגער, אפילו ווען עס רירט שוין אן ענינים פון די ג' החמורות רח"ל, און קלארע קעגנזאץ פון די פסק און הוראה פון זייערע אייגענע רבני חינוך יו.קעי.

וואס דער גאנצער אויפוואכונג האט זיך אנגעפאנגען, ווען 'דורותינו' האט באריכטעט איבער די תועבה'דיגע דור המבול פענער וואס א חרדישע מוסד האט ליידער אויפגעהאנגען בפומבי בריש כל חוצות, און דאס האט אויפגעשטורעמט דאס אלוועלטליכע ערליכע אידנטום וואס האט נישט געקענט גלייבן ווי ווייט מען האלט שוין, און ווי מער די די שלוחי חינוך יו.קעי. פון ניו יארק האבן פרובירט צו לייקענען די פאקטן, מאטיוון פון די שרעקליכע אינצידענט מיט זייערע געבאקענע ווערסיעס, האט דאס בלויז נאר געהאלטן אין איין צוריקפאטשן אין פנים, און עס האט מער און מער ארויסגעשיילט סיי די ביטערע מציאות און טיפע בלאטע וואו מען האלט שוין אין לאנדאן, און סיי ווי אומטראסטבאר די עסקני חינוך יו.קעי. זענען.

און אט דער אויפוואכונג האלט טאקע אן ביתר שאת וביתר עוז, און איז גאר אויך אריבערגערינען דא צום 'אידטיש פלאטפארמע' [וואס האלט שוין איבער 20 זייטן], און דאס האט געברענגט אז די עסקני חינוך יו.קעי. האבן געשפירט אז די הויט ברענט זיי, און דער ציבור הייבט אן צוביסלעך עפענען די אויגן און ווערן באוואוסטזיניג און אנערקענען זייערע אמתדיגע מעשים טובים פון די לעצטערע יארן.

דעריבער האבן זיי שנעל פלוצלינג פארופן אן אסיפת 'הרבנים', [מיטן ציהל צו קענען פאבליצירן די בילדער דערפון פאר די גאס], מיט די כוונה אז ווען דער ציבור וועט זעהן 'קלאר דאקומענטירט' ווי רבנים און עסקנים זיצען ארום עפעס א טיש, וועט דאס 'כאילו' באשטעטיגן אז די מוסדות שטייען פעלזן פעסט און שלאגן זיך מיט די גזירת החינוך, און אזוי ארום וועט חינוך יו.קעי. האפנטליך צוריק באקומען דעם גלאנץ אז זיי זענען דא בלי שום שינוי כלל...

נאסטאלגישע זכרונות…

אגב, ברענגט דאס ארויף זכרונות פון די זעלבע סארט 'פיקטשער אסיפות' וואס די פערל'ס 'עסקנים' האבן אנגעהויבן צו פארמירן נאר נאכדעם וואס די ערליכע אידן האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי אקעגן די שענדליכע פארראט פון פערל'ס, און זייער אמת'ע פרצוף האט אנגעהויבן ארויסקומען ברבים איבער זייערע פשרות און מיטארבייט מיט די רעגירונג, ווי זיי האבן געהייסן די מוסדות זאלן מאכן שינויים נאכצוקומען די רעגירונג פארלאנגען, [כדי צו ראטעווען די פאנדינג…] און ווי עס געדענקט זיך, האט זיך 'בהשגחה פרטית' יעדעס מאהל ווען איז אנטדעקט געווארן א פרישע סקאנדאל, תיכף ומיד פארמירט א 'פיקטשער אסיפה' מיט זייערע רבנים….

די זעלבע איז יעצט געשעהן אויך אין ענגלאנד, בפרט נאכדעם וואס עס נתגלה געווארן די פעלשערייען איבער באהאלטן ריפארטס פון א ספעציפישע מוסד (וואס ווערט טאקע אנגעפירט דורך איינע פון די הויפט עסקנים פון חינוך יו.קעי. און פון די משתתפי אסיפה), וואס נאכדעם ווי די חינוך יו.קעי. עסקנים האבן פרובירט צו ווייזן אז כאילו די מוסדות אין לאנדאן האלטן זיך פעסט, און האבן צוגעשטעלט פאר זייער 'מסורה' שרייבער אן אלטן ריפארט (24') וואס ברויך צייגן ווי דער מוסד האלט זיך פעסט… און זאגט פאר די רעגירונג אז זיי גייען נישט לערנען לימודים אסורים, ווי קאנסענט [שמוץ] וכו', איז אבער דער ציבור געווארן שאקירט ווען מען האט שפעטער אויפגעדעקט אז זיי האבן בזדון באהאלטן דעם נייעם פרישן ריפארט פון דעם מוסד (25') ווי דארט זאגט די רעגירונג זייער קלאר אז דער מוסד קומט שוין [ליידער] יא נאך די פארלאנגטע לימודים פון קאנסענט (שמוץ)...!

די שאקירענדע אויפדעקונג האט געברענגט א בהלה ביי די אחראים לפשע 'עסקני' חינוך יו.קעי. און זיי האבן פרובירט צו פארדעקן די שווינדלעריי, דורך פארקויפן לאקשן פארן ציבור מיט נארישע זינלאזע פשטים אין דעם נייע ריפארט, וואס דער ציבור האט אבער נישט געהאלטן ביים אפקויפן…

און אפילו דאס וואס זיי האבן דערנאך פרובירט צו אויפקומען א פרישע געשטיקלטע 'באמבע' דאקומענט [סעיף 26], און פראבירט צו פארקויפן אז דארט כאילו שטייט, אז די רעגירונג זאגט, אז א מוסד קען זיך באפרייען פון לערנען 'קאנסענט' שמוץ אויב די עלטערן שרייבן ארויס די קינדער. איז אבער די 'באמבע' גאר שנעל געווארן צופלאצט… און עס איז געבליבן נאר א 'שטינק באמבע'...
וויבאלד עס איז געווארן אויפגעוויזן:
1) אז עס איז נישטא קיין רמז ורמיזא אין דעם סעיף 26 אז די רעגירונג זאגט, אז די מוסד מוז נישט לערנען קיין קאנסענט שמוץ, אויב מען שרייבט ארויס די קינדער.
2) אז במציאות איז די געזעץ זייער קלאר אויף פונקט פארקערט, אז מען קען 'נישט' ארויסשרייבן די קינדער פון די לימודים פון רילעשאנשיפ און קאנסענט שמוץ.


האט מען דעריבער שנעל אפירגענומען די אויסגעטראטענע פערל'ס פי.אר. מעטאדן און פאררופן אין איילעניש א 'פיקטשער אסיפה', כדי צו קענען פארשפרייטן די בילדער, האפנדיג אז די בילדער זאלן געבן דעם איינדרוק כאילו אלעס ווערט געטוהן נאר וויאזוי די רבנים האבן געגעבן זייער הוראה…

אבער ווי פארשטענדליך האט מען נישט פארציילט ביי די אסיפה פאר די רבנים, דאס וואס מען זעהט אין די אלע ריפארטס, אלעס וואס די מוסדות האבן זיך ליידער באמת אונטערגענומען פאר די רעגירונג, פונקט ווי די פערל'ס עסקנים דאהי האבן אויך קיינמאל נישט פארציילט פאר זייערע רבנים ביי די אסיפות דאס וואס זיי טוען קאלאבארירן מיט די רעגירונג, און פאר די רבנים האט מען נאר פארציילט אז מען פירט א מלחמה מיט די רעגירונג און מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהו…

- - -

(דיסקלעימער, היות מיר האבן געזען מאנכע טוען זיך וועטן אויף אונזער חשבון… צי מיר וועלן 'יא' אדער 'נישט' צוריקקומען מיט אן ענטפער, און אויב מיר זענען שוין יא אדער נישט אראפגעקראכן פון בוים… און וויפיל שעה עס וועט געדויערן… און וויבאלד מיר ווילן נישט אז אידן זאלן ח"ו דערלייגן געלט … דעריבער טוען מיר קלארשטעלן אז מיר זענען נישט עמפלויעט ביי אידטיש… און עס קען אמאל נעמען לענגער ביז מיר וועלן ענטפערן…)
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

וואס זאגט דער בילד?…

ווי אויסגעשמועסט פריער, זענען מיר דאהי אין ניו יארק שוין לאנג צוגעוואוינט צו די פערל'ס פראפאגאנדע פון מאכן 'פיקטשער אסיפות' וואו די רבנים זענען דן 'בכובד ראש' איבער די גזירת החינוך, וואס די סארט פי.אר. בילדער זענען בלויז געווען געצילט צו מחפה זיין אויף די אמת'דיגע אקטיוויטעטן פון די 'עסקני' פערל'ס וואס האבן פארהאנדלט און געמאכט פשרות מיט די רעגירונג.

דעריבער איז זעלבסט פארשטענדליך אז אזא בילד ווי 'מערערע עסקנים און מנהלי המוסדות' (וועלכע געניסען פון רעגירונגס געלטער) מיט 'געציילטע רבנים' זיצן ארום א טיש אין א דיינינג רום, גארנישט פארענטפערן אדער באשטעטיגן קיין איינע פון די אלע שרעקליכע ענינים וואס זענען דא אויסגעשמועסט אין די לעצטע 20 זייטן פון די טעמע,

ווייל אין 'די בילד' קען מען נישט זעהן:
- אויב עס איז טאקע באמת דא א אנגייענדע געריכט געראנגעל.
- אויך נישט ווען די 'אנגעבליכע' געריכט געראנגעל איז געעפנט געווארן.
- אויך נישט וואס זענען די טענות אדער אנקלאגעס אינעם 'אנגעבליכן' געריכט געראנגעל זענען.
- אויך נישט אויב\וועלכע געפערליכע לימודים אסורים די געזעץ פארלאנגט נאך אפילו 'כהיום' פון די מוסדות.
- אויך נישט פון וועלכע טריפה'נע און געמיינע לימודים מען קען יא אדער נישט ארויסשרייבן די קינדער.

וואס די אלע זאכן קענען נאר ווערן באשטעטיגט נאכדעם וואס מען וועט ברענגען פארן ציבור די 'דאקומענטן' פונעם 'אנגעבליכן' געריכט געראנגעל, אדער לכל הפחות די קעיס נאמבער\ליסטינג.
ווי אויך דורך די קלארע דאקומענטן פון די 'רעגירונג געזעצן' וואס זאלן באשטעטיגן דאס וואס מען פרובירט דא צו פארקויפן פארן ציבור.

ווי אויך טוט 'די בילד' גארנישט אפווענדען דאס אלעס וואס דער ציבור האט זיך שוין אליין איבערצייגט ביז אהער, אז:
- די מוסדות התורה (לויט די הדרכה פון 'עסקני' חינוך יו.קעי. קעגן די 'פסק' פון די 'רבני' חינוך יו קעי) האבן זיך שוין ליידער געבראכן פאר די רעגירונג פארלאנגען, איינער מער איינער ווייניגער.
- אז ליידער האבן זיך שוין אסאך מוסדות געבראכן אפילו ביי ענינים וואס רירן אן די ג' חמורות רח"ל.
וואס דאס קען מען קלאר זעהן אין די אפסטעד ריפארטס פון די מוסדות.


פאלגענד איז איינע פון די פערל'ס פי. אר. בילדער פון א 'פיקטשער אסיפה' פאררופן דורך פערל"ס, (וואו עס האבן זיך באטייליגט סאך א גרעסערע צאל רבנים בכמות ובאיכות, ווי ביי די לאנדענע אסיפה, דאך האט דאס נישט געטוישט דעם ביטערן מציאות פון די פשרות און קאלאבאראציע פון די 'עסקני' פערל'ס).

PEARLS MEETING.png
PEARLS MEETING.png (507.32 KiB) געזען געווארן 582 מאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

עטליכע אומפארשטענדליכע טעכנישע פרטים איבער די אסיפה, וואס מען ברויך נאך קלארקייט


1 - ערשט איבער די כסדר'דיגע אומקלארע און סתירה'דיגע באריכטן, פון די לאנדענע מסורה שרייבער, וואס פאר פיר וואכן צוריק האט מען באריכטעט אז מען איז נאכנישט אריין אין געריכט נאר מען גייט אריינגיין… און יעצט ווערט מען פלוצלינג געוואויר אז מען איז שוין גאר אריין אין געריכט פאר אכט חדשים צוריק…

2 - צווייטנס, לויטן ערשטן באריכט פון @totty בשם רבני חינוך יו.קעי., אז מען גייט הערשט בקרוב אריין גיין אין געריכט…
totty האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 3:06 pmאז אפסטעד (די עדשיקעישאן פאליציי) למעשה לייגט שטארקע רדיפות כסדר דעריבער גייט מען גיין אין געריכט קעגן זיי
האבן דאך די רבנים דאן נישט געוואוסט בכלל אז מען איז שוין אין געריכט זינט א טאג נאך מתן תורה… קומט אויס אז מען איז אריין אין געריכט אן פרעגן דעת תורה…? פארוואס האט מען נישט דאן געמאכט אן אסיפה צי מען זאל בכלל אריין גיין אין געריכט?

3 - פון די אלע 10 רבני חינוך יו.קעי. וואס זענען גע'חתמ'עט אויף דעם תש"פ בריוו וואס @totty האט דא געהאלטן אין איין ברענגען, האט זיך נאר באטייליגט איין רב… אויב מען קען מסביר זיין פארוואס די איבריגע רבנים האבן זיך נישט באטייליגט, עכ"פ כאטש כאטש די 4 לאקאלע רבנים פון לאנדאן…?
חתימות.png
חתימות.png (63.36 KiB) געזען געווארן 579 מאל

4 - אויב מען קען מסביר זיין פארוואס דער רב פון די אנדערע סאטמארע קהילה שליט"א איז אפוועזנד געווען ביי די אסיפה? האט דאס מעגליך צוטוהן צוליב וואס ער האט געזאגט אין זיין באקאנטע דרשה תש"פ אז די ערליכע רבנים קומען שוין נישט צו קיין אסיפות… ווייל די עסקנים שטאפן צי די מיילער פון די רבנים, און די עסקנים טוען ממילא וואס זיי ווילן… אדער גאר צוליב אן אנדערע סיבה?
עסקנים.jpg
עסקנים.jpg (34.85 KiB) געזען געווארן 579 מאל

5 - אינעם בילד זעהט מען מער מענטשן ווי די אויסגערעכנטע נעמען, וואלט געווען אינטערעסאנט צי וויסן, אויב דאס אויסלאזן די נעמען פון די איבריגע באטייליגטע איז געווען בכוונה…? [היות מען האט אויך אויסגערעכנט די נעמען פון געוויסע עסקנים, ווי אויך אויב איינער קען אנצייגן אויפן בילד ווער איז יעדער).

6 - אויב יעצט מעג מען שוין פארציילן, ווער פון די אנוועזנדע רבנים, האבן געפיטערט כסדר פארן 'מסורה' שרייבער די (אומ)ריכטיגע קלארע פאקטן איבער די גזירת החינוך אין ענגלאנד…?

7 - בכלל ברויך מען פארשטיין, אויב איז די העכערע געריכט, טאקע מער גענויגט לטובת פרייהייט פון רעליגיע, דאן וואס זענען אפילו געווען די 2 צדדים פון די שאלה…? פארוואס איז די שאלה געווען מוטל בספק ביי די לויערס…?
ווי אויך פארוואס דארף מען אויף דעם אפילו פארופן א אסיפת הרבנים… און פארברענגען די צייט פון די רבנים שליט"א? מיטן בלויז אנפרעגן א זאך וואס יעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט פון זיך אליין, אז אויב די העכערע געריכט האט מער שאנסן צו זיגן, דאן אוודאי גייט מען ארויס פונעם נידריגן געריכט?
(למשל אויב איינער איז געגאנגען צו א דאקטער און זעהט אז יענער באהאנדלט איהם נישט ריכטיג, און נאכדעם הערט ער אז איז דא אסאך א גרעסערע און בעסערע דאקטער, וואלט ער פארופן אן אסיפת הרבנים צי פרעגן אויב ער מעג איבערלאזן דעם קליינעם דאקטער און גיין צום גרעסערן בעסערן דאקטער????)

ענדערש וואלט מען געדארפט מאכן אזעלכע אסיפות הרבנים, איידער די מוסדות האבן אריינגעשיקט פאר די רעגירונג זייער פארבעסערונג (עקשאן) פלאן מיט די שינויים, וואס דאס דארף שוין טאקע א שאלת חכם און דעת תורה, אנצופרעגן די רבנים אויב זיי האבן צוריקגעצויגן פון זייער פסק, און האלטן שוין אז היינט צו טאג מען מעג זיך שוין יא אונטערגעבן פאר אפסטעד…!

8 - און צום שלוס, פארוואס איצט ווען מען שטייט שוין אכט חדשים נאכדעם וואס יו קעי איז אריין אין געריכט, באהאלט מען נאך אלץ די קעיס נומער… איז דא עפעס א סיבה דערפאר…?
ווי אויך פארוואס האט געדויערט עטליכע חדשים געוואויר צו ווערן דעם דאטום וואס מען איז אריין אין געריכט…?

טאטי לעבן מיר האבן אייך געפרעגט עטליכע קשיות זייט מוחל און ענטפערט א תירוץ…
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 4:19 pm איין זאך טוט מיר א טובה. ברענגט נישט קיין ראי' פון עי-איי.
הייסט אזוי, אז עי-איי וואס צייכנט אויף אלעס אן זייערע מקורות פון אפענע פאבליק רעגירונג דאקומענטן, וואס יעדער קען אליין נאכקוקען, דאס זאל מען ח"ו נישט גלייבן.

אבער געשטיקלטע 'באמבע' דאקומענטן ... און אייגן פאבריצירטע 'מסורה' פשטים... וואס מען פעלשעוועט בזדון, דאס זאל מען גלייבן באמונה שלימה... ווייל דאס שטימט יא מיט די אייגענע פארטייאישע אגענדעס...

גאנץ א פראקטישע מהלך...
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 856
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1425

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 11, 2026 3:31 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 4:19 pm איין זאך טוט מיר א טובה. ברענגט נישט קיין ראי' פון עי-איי.
הייסט אזוי, אז עי-איי וואס צייכנט אויף אלעס אן זייערע מקורות פון אפענע פאבליק רעגירונג דאקומענטן, וואס יעדער קען אליין נאכקוקען, דאס זאל מען ח"ו נישט גלייבן.

אבער געשטיקלטע 'באמבע' דאקומענטן ... און אייגן פאבריצירטע 'מסורה' פשטים... וואס מען פעלשעוועט בזדון, דאס זאל מען גלייבן באמונה שלימה... ווייל דאס שטימט יא מיט די אייגענע פארטייאישע אגענדעס...

גאנץ א פראקטישע מהלך...
און די אלע נארישע זינלאזע זאכן וואס ער זאגט כסדר איז אויך פון פאבליק רעגירונג דאקומענטן?...

עס זעט אויס ווי דאס איז דאס ערשטע מאל וואס דו נוצט דעם טוי.
געב אכטונג זאלסט נישט אריינפאלן אין זיין נעץ.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

totty האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 3:23 pm
זייער קלאר האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 1:36 pm
► Show Spoiler
און דערנאך וועט מען וויסן די אמת!
א דריטע ניק פאר פארטריבן
שלום עליכם..
די וועלט זאגט אז אויפן גנב ברענט דאס היטל... ממילא מיינט דער גנב אז אנדערע פארמאגן אויך 7 נעמען ווי יתרו... וד"ל...

אבער ב"ה אז מיר קענען יא א גוטן ענגליש און מיר ווייסן אליין וויאזוי צו ליינען דאקומענטן און וויאזוי צו נאכגיין זאכן און מברר זיין די אמת'ע פאקטן, און ווי דער ציבור האט דא געזעהן און מיטגעהאלטן די גאנצע צייט דארפן מיר נישט טוישען ווערסיעס יעדן שני וחמישי, נאר מיר האלטן זיך צום זעלבן מהלך די גאנצע צייט באגלייט מיט די קלארע פאקטן און דאקומענטן, ווייל דער אמת איז נאר דא איינס, און דעריבער באגענוגען מיר זיך אויך בלויז מיט די איין איינציגע ניק וואס מיר פארמאגן דא, און מיר דארפן ב"ה נישט קיין בעקאפ ניקס...

און אויב איז אייער ציהל צו טעראריזירן און מאכן אומבאקוועם פאר יעדן איינעם וואס פרובירט נאר צו זאגן א ווארט אנדערש ווי אייך, דאן איז דאס נישט אויסגעהאלטן לויט די אידטיש סטאנדארטן, און בכלל מאכט איר דערמיט אז דאס פלאץ זאל זיין אומבא'טעמ'ט נאכדעם וואס מענטשן שפירן אז מען דא נישט האבן דאס פרייהייט פון ווארט צו קענען רוהיג ארויסזאגן די אייגענע מיינונג.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:29 am איבער די געזעץ קוקט אויס ווי @פארטריבן איז גערעכט, עס קען אבער זיין אז אויב איז עס א נייע געזעץ ווייסט נישט עי איי דערפון, איינער קען אויסקלארן?
לויט ווי די 'מסורה' פארקויפט האבן זיי שוין ערלעדיגט די שינוי לטובה פאר 7 יאר צוריק, לויט דעם איז עס בכלל נישט קיין נייע געזעץ,

און א רעגירונג געזעץ איבער א נושא וואס איז נוגע פאר צענדליגער טויזנטער מענטשן אין ענגלאנד, נישט נאר אידן, נאר להבדיל אלע אנדערע רעליגיעזע גויים ווי קריסטן און מוסלעמענער, וואס קיינער אין דער וועלט ווייסט נישט אנצוצייכענען קיין מקור, און נאר פונקט די 'מסורה' שע"י חינוך יו.קעי. פארמאגט אין אירע אוצרות די געהיימע געזעץ און וויל דאס ניטאמאל מפרסם זיין, דאן איז שוין זייער אויסגעקלארט וויפיל אמת ליגט דערין...
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 3:32 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:42 am
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:29 am איבער די געזעץ קוקט אויס ווי @פארטריבן איז גערעכט, עס קען אבער זיין אז אויב איז עס א נייע געזעץ ווייסט נישט עי איי דערפון, איינער קען אויסקלארן?
דא שטייט די זעלבע זאך, נאר אנשטאט שרייבן ערשט וואס מען קען נישט אויסמיידן שרייבט ער ערשט וואס מען קען יא.

בעסיקלי אז די עצם הלכות ייחוד קען מען יא ארויסנעמען די קינדער, און ביי סייענס קען מען נישט אפילו אויב עס אנהאלט טריפהנע לימודים. און כנראה רעדט מען פון סקולס וואו דאס איז א חלק פון די סייענס לעקטורס. וואס שטייט נישט דא איז צו א סקול אליינס קען עס ארויסנעמען פון זייערער סייענס. איז דאס די מחלוקה דא?
ניין, דאס איז בכלל נישט די מחלוקה דא,

דא האט מען די לעצטע שטיקל צייט זיך גע'טענה'ט איבער די לימודים פון 'רילעשאנשיפ' וואס ענטהאלט אין זיך אסאך שמוציגע זאכן אריינגערעכנט קאנסענט, און אויף דעם האט @totty געברענגט די 'געשטיקלטע' אזויגערופענע באמבע און פאלש אנגעגעבן כאילו דארט שטייט אז מען קען אויסשרייבן די קינדער פון דעם לימוד, וואס האט זיך דערנאך אויסגעלאזט ווי אן אויסגעבלאזענע איי ווען דער ציבור האט אליין נאכגעקוקט און מברר געווען אז מען קען 'נישט' ארויסשרייבן די קינדער פון אט די לימוד וואס ענטהאלט אסאך שמוץ.

אבער מען האט זיך דא בכלל נישט מתווכח געווען איבער די טריפה'נע לימודים וואס געפינען זיך אינערהאלב די סאבזשעקט פון סייענס, ווי אויך האט מען זיך בכלל נישט מתווכח געווען דא איבער די עצם הלכות ייחוד, און יעדער איז מודה אז ביי דעם קענען עלטערן יא ארויסשרייבן די קינדער, ווי מיר האבן דאס אויסגעשמועסט שוין עטליכע וואכן צוריק וועלכע לימודי תועבה עלטערן קענען יא אדער נישט ארויסשרייבן די קינדער, זעהט די פאלגענדע דריי פאוסטס.

און ווי מיר האבן שוין מערערע מאהל אויסגעשמועסט איז אפילו ביי די עצם הלכות ייחוד וואס מען קען יא ארויסשרייבן די קינדער, דארף אבער 'די מוסד' האבן א געשריבענע פאליסי אויף די געמיינע לימוד, ווי זיי דארפן אויסרעכענען פארשידענע פרטים איבער וויאזוי די מוסד איז גרייט דאס צוצושטעלען מיט א טיטשער אין פאל דאס וועט אויספעלן, וואס די מוסדות האבן זיך שוין ליידער געבראכן אויף דעם און געטוהן אקעגן די הוראה און פסק פון די רבנים, וואס מיר וועלן נאך צוריקקומען דערצו אין א קומענדיגע געלעגנהייט.
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 635
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 1176

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך וואלף »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 11, 2026 3:27 pm


כוחה של מחאה…

איידער מיר גייען אריבער אויסשמועסן עטליכע אומפארשטענדליכע פרטים פון דעם פלוצלינג'דיגער אסיפת הרבנים, ברויכן מיר קודם ארויסברענגען א וויכטיגע נקודה.

אז דער פלוצלינגדיגן אסיפה טוט איבערצייגן די געוואלדיגע 'כוחה של מחאה' פון דעם נארישן אפגעריסענעם גליון 'דורותינו', וואס האט אין די לעצטע פאר חדשים ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך פונעם אלוועלטליכן יהדות החרדית, די שרעקליכע צרה אין וואס אחינו בני ישראל אין ענגלאנד געפינען זיך, און די שרעקליכע התדרדרות פון די מוסדות וועלכע גייען אונטער די הדרכה פון די פשרה'דיגע 'עסקנים' פון 'חינוך יו.קעי'. וואס האבן צוביסלעך צוביסלעך כסדר זיך געבראכן פאר די רעגירונג'ס פארלאנגן איינער מער איינער ווייניגער, אפילו ווען עס רירט שוין אן ענינים פון די ג' החמורות רח"ל, און קלארע קעגנזאץ פון די פסק און הוראה פון זייערע אייגענע רבני חינוך יו.קעי.
מ'האט געפרעגט יענעם לאצי עושר וויאזוי ער איז אנגעקומען צו זיין עשירות?

האט ער דערציילט פונקטליך וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען, ארויסקומענדיג פון כולל האט ער אנגעהויבן האנדלען ער האט איינגעקויפט ציגארעטן אין די בראנקס פאר $10 און פארקויפט פאר $10.25 און אזוי נאך אפאר חדשים האנדלען איז זיין טאטע ל"ע נפטר געווארן און איבערגעלאזט א ירושה פון 100 מיליאן דאלאר, אזוי קומט מען אן אין ביזנעס...

לענינינו, דורותינו האמערט שוין חדשים און פלוצלונג איז געווארן א אסיפה... יא יא עד היכן כוחה של מחאה
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 788

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך totty »

מיין צייט איז טייער 21 בלעטער איז גענוג אז עס וועט זיין נייעס וועט מען אי"ה פאוסטן..

אויב איינעם איז עפעס אומקלאר איבער וויפיל זאלץ עס ליגט אין די מצות קען ער פרעגן פון 3 ניקס הנ"ל פונעם דורותינו שרייבער..
אויב איינער וויל נאך עפעס קלארקייט איבער די מערכה קעגן גזירת החינוך אין ענגלאנד קען ער מיר נאך פרעגן און מוועט בלי נדר מאכן צייט איינמאל א וואך צי ענטפערן


האט מיר אלע גרויס הצלחה וסייעתא דשמיא
פיילס
Screenshot 2026-02-11 161515.png
Screenshot 2026-02-11 161515.png (723.22 KiB) געזען געווארן 494 מאל
א טראכטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:38 pm
x 97

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך א טראכטער »

totty האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 11, 2026 4:12 pm מיין צייט איז טייער 21 בלעטער איז גענוג אז עס וועט זיין נייעס וועט מען אי"ה פאוסטן..

אויב איינעם איז עפעס אומקלאר איבער וויפיל זאלץ עס ליגט אין די מצות קען ער פרעגן פון 3 ניקס הנ"ל פונעם דורותינו שרייבער..
אויב איינער וויל נאך עפעס קלארקייט איבער די מערכה קעגן גזירת החינוך אין ענגלאנד קען ער מיר נאך פרעגן און מוועט בלי נדר מאכן צייט איינמאל א וואך צי ענטפערן


האט מיר אלע גרויס הצלחה וסייעתא דשמיא
אויב איך קען פרעגן,

איך וואלט געווען זייער דאנקבאר ,
אויב די קענסט ברענגן עפעס א דאקומענט, & א קעיס נאמבער פון די געריכט,
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 856
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1425

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

האלסט טאקע אז א גלח וואס איז עובד עבודה זרה, גייט קומען צו א אסיפה וועגן א גזירה קעגן דעם אידישן חינוך?
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 856
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1425

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

איין זאך וואס מען קען זיך לערנען פון @פארטריבן איז אז מען טאר קיינמאל נישט ווערן פארלוירן...

און אז פון יעדן פלאנטער קען מען מיט אביסל ישוב הדעת אפירטרעפן א וועג ארויס...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8636
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21375

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כ'האב פונקט אנגעטראפן א תגובה...
פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2025 2:11 am שמעתי אז היינט ביי די מאסן פיקעטינג איז געווען פארבאטן צו נוצן די סארט אויסדרוקן וואס מען פלעגט אלע יארן נוצען ביי די פראטעסטן ווי 'איזראעלי גאווערמענט שעים אן יו',
און בשעת די ציבור הקדוש האט יא פרובירט צו נוצען די לאזונגען וואס איז זיי געווען איינגעבאקן אין די ביינער פון אלע יארן, האט איינער פון די רעדנער געמאכט זיכער צו טוישן דעם סלאגאן צום מאדיפיצירטן ווערסיע, פון 'נתניהו גאווערמענט'?

דאס גיבט עפעס א משמעות אז די פראבלעם איז סך הכל די 'נתניהו' גאווערמענט קאאליציע, (וואס כמדומה לי קעגן איהם אליין טוען אסאך אינערהאלב די מדינה אליין אראפרייסן זיינע פאליסיס), אבער דאס עצם מדינה גאווערמענט פון אן אנדערע פארמירטע קאאליציע גאווערמענט איז נישט קיין פראבלעם.

עס ווערט איבערגעגעבן אז ערליכע אידן זענען מטכס עצה וויאזוי צו פאררעכטן די שאדן וואס טוט ארויסקומען פון אזעלכע סארט מעסעדזשעס וואס גיבן די משמעות פון צושטימונג צום עצם קיום המדינה רח"ל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3363
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3867

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך אנדערער »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 11:53 pm איינער וואס קען זיך אפילו איינרעדן אז שומרי תורה קענען ביודעים לייגן אזעלכע שמוציגע זאכן צריך בדיקה
איך צי צוריק!!

מען רעדט זיך נישט איין. מען רעדט איין אנדערע מיט הוצאת שם רע

לולי ראיתי לא האמנתי ווי נידריג א איד קען פאלן
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3363
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3867

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך אנדערער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 11, 2026 5:18 pm כ'האב פונקט אנגעטראפן א תגובה...
פארטריבן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2025 2:11 am שמעתי אז היינט ביי די מאסן פיקעטינג איז געווען פארבאטן צו נוצן די סארט אויסדרוקן וואס מען פלעגט אלע יארן נוצען ביי די פראטעסטן ווי 'איזראעלי גאווערמענט שעים אן יו',
און בשעת די ציבור הקדוש האט יא פרובירט צו נוצען די לאזונגען וואס איז זיי געווען איינגעבאקן אין די ביינער פון אלע יארן, האט איינער פון די רעדנער געמאכט זיכער צו טוישן דעם סלאגאן צום מאדיפיצירטן ווערסיע, פון 'נתניהו גאווערמענט'?

דאס גיבט עפעס א משמעות אז די פראבלעם איז סך הכל די 'נתניהו' גאווערמענט קאאליציע, (וואס כמדומה לי קעגן איהם אליין טוען אסאך אינערהאלב די מדינה אליין אראפרייסן זיינע פאליסיס), אבער דאס עצם מדינה גאווערמענט פון אן אנדערע פארמירטע קאאליציע גאווערמענט איז נישט קיין פראבלעם.

עס ווערט איבערגעגעבן אז ערליכע אידן זענען מטכס עצה וויאזוי צו פאררעכטן די שאדן וואס טוט ארויסקומען פון אזעלכע סארט מעסעדזשעס וואס גיבן די משמעות פון צושטימונג צום עצם קיום המדינה רח"ל
:lol:
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 291
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 141

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך וואס נישט »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 5:42 am
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 11:53 pm איינער וואס קען זיך אפילו איינרעדן אז שומרי תורה קענען ביודעים לייגן אזעלכע שמוציגע זאכן צריך בדיקה
איך צי צוריק!!

מען רעדט זיך נישט איין. מען רעדט איין אנדערע מיט הוצאת שם רע

לולי ראיתי לא האמנתי ווי נידריג א איד קען פאלן
וואס האסטו יעצט איינגעזעהן?..

די פיקשער פון די אסיפה וואס טאטי האט געברענגט האט דיך באוואויגען?.....
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

כ'האב פונקט אנגעטראפן א תגובה...
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 3:57 pm יעצט צוריק צום קעפל! אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור (אין ניו יארק)
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: וואס איז דער ריינער אמת איבערן גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 5:42 am לולי ראיתי לא האמנתי ווי נידריג א איד קען פאלן
ווען איך וואלט נישט געזעהן די אלע ריפארטס, אדער די בילדער ווי א מוסד הענגט תועבה פענער בריש גלי, וואלט איך אויך נישט געגלייבט ווי נידריג א איד קען פאלן...
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

בילדער פונעם היסטארישער מעמד פארגאנגענעם ביים ענגלישן פארלאמענט בראשות מרנן ורבנן עיני העדה גדולי ישראל רבני ענגלאנד שליט"א

Z0209-0266.jpg
Z0209-0266.jpg (252.39 KiB) געזען געווארן 96 מאל

א שטארקע רושם האט געמאכט ווען חשובע עלטערע אידן האבן זיך אויסגעשטעלט מיט קייטלעך אויף די הענט, צו סימבאליזירן אז מען איז גרייט צו גיין אין תפיסה למען כבוד שמו יתברך

Z0209-0681 (1).jpg
Z0209-0681 (1).jpg (249.27 KiB) געזען געווארן 96 מאל

Z0209-0340.jpg
Z0209-0340.jpg (284.72 KiB) געזען געווארן 96 מאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

זקנים עם נערים ביים מארשירן ארום די פארלאמענט

Z0209-0389 (2).jpg
Z0209-0389 (2).jpg (216.97 KiB) געזען געווארן 95 מאל
Z0209-0300.jpg
Z0209-0300.jpg (233.42 KiB) געזען געווארן 95 מאל
Z0209-0437.jpg
Z0209-0437.jpg (232.43 KiB) געזען געווארן 95 מאל
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 323

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך ויצא »

אן ערליכע יונגארמאן וואס ליגט נישט און שמוץ קוקטס וואס פאר א היילג פאלק די באשפער האט
פיילס
5105266929010059360_120.jpeg
5105266929010059360_120.jpeg (84.7 KiB) געזען געווארן 94 מאל
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 623
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1441

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

פארטריבן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 8:14 pm בילדער פונעם היסטארישער מעמד פארגאנגענעם ביים ענגלישן פארלאמענט בראשות מרנן ורבנן עיני העדה גדולי ישראל רבני ענגלאנד שליט"א


Z0209-0266.jpg


א שטארקע רושם האט געמאכט ווען חשובע עלטערע אידן האבן זיך אויסגעשטעלט מיט קייטלעך אויף די הענט, צו סימבאליזירן אז מען איז גרייט צו גיין אין תפיסה למען כבוד שמו יתברך


Z0209-0681 (1).jpg



Z0209-0340.jpg
זייער שיין. וואו איז דער ציבור געווען? פארוואס איז מען נישט געקומען?
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

מודעה פון קרן להצלת יהדות ענגלאנד ממשיך צו זיין בתפילה און בעטן רחמי שמים אויף נסים למעלה מדרך הטבע

יום גבר האויב.png
יום גבר האויב.png (154.37 KiB) געזען געווארן 80 מאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 692
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 578

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

ויצא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 8:18 pm אן ערליכע יונגארמאן וואס ליגט נישט און שמוץ קוקטס וואס פאר א היילג פאלק די באשפער האט
וועגן דעם שטייט ער טאקע נעבן א טאוול וואס שטייט מיט גרויסע ווערטער 'לא תנאף'...
שרייב פאוסט