בלאט 3 פון 16
Re: בקשה פון גדולי הרבנים וואס איז אקטועל פאר אונזער סייט - ביטע דורכליינען
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 3:02 pm
דורך world champion
החפץ חיים נצח!
Re: בקשה פון גדולי הרבנים וואס איז אקטועל פאר אונזער סייט - ביטע דורכליינען
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 3:25 pm
דורך ווירקליך
העלדיש האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:57 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:44 pm
איך ווייס נישט גענוי וואס דו מיינסט, ווייל דאס איז אמאל זיכער אז קנאות באלאנגט נישט ביי די נייעס טעמעס.
אבער בכלליות, אפילו אין קנאות טעמעס, וואו בכלל ווערט גערעדט עפעס וואס איז לויט דיין קרייז אסור צו רעדן? וויפיל איך ווייס זענען סאטמאר די מחמירים און אגודה די מקילים - אזוי צו זאגן. ממילא איז לכאורה נישט שייך אז א סאטמארער זאל שרייבן דא עפעס וואס איז לויט די אגודה אסור.
אויב איז די רעדע אז איינער רעדט 'קעגן' א גדול, ביטע באריכט אזא תגובה.
@נקודות טובות האט זיך באצויגן צו די וועלכע זענען אזוי שארף אין זייער קנאות אז זיי קענען רעדן קעגן אנדערע אידן אדער אקעגן אנדערע ווירדן וועלכע האבן אויך א גענוג שטארקע דעת תורה...
אויב מעג איך פרעגן; איז דעם מקום אינטערגעווארפן אונטער סאטמער?
אויב זעט איר א פאוסט וואס איז געריכטעט קעגן א גדול בישראל ביטע עס באריכטן.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:02 pm
דורך צייטווייליג
@נקודות טובות
קנאות מעג דא גיין און וועט ווייטער אנגיין, ציונות (אפילו הרגשים אהין) נישט.
סיי וועלכע דירעקטע זילזול אין אן ערליכער איד וועט געמעקט ווערן.
סאיז נישט קיין סתירה. סאיז צייט יעדער זאל עס פארשטיין.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:04 pm
דורך וואוילער
ס'בליצט רויטע און גרינע פאוסטס...
דער עולם איז היציג.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:12 pm
דורך וואוילער
איך וויל ענק זאגן איין זאך:
ס'לוינט זיך צו זיין וואויל, האסט סייווי נישט קיין ברירה!
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 6:50 pm
דורך גראז
yidtish האט געשריבן:
אזוי ווי אלע אנדערע נייעס סטאנציעס אד"ג, האבן מיר נעכטן נאכט ערהאלטן דעם בריוו אויף וואס פילע גדולי רבנים שרייבן אונטער.
מיר לייגן דאס ארויס פאר'ן רבים, זייענדיג אנגעוויזן אין די שרייבער און קאמענטירער, און מיר בעטן טאקע יעדן נאכצוגיין די הוראות, למען קדושת המקום לפי דעם דעת תורה.
א יישר כח פאר אלע חברים, בשם אלע ליינער!
העי... כ'זע נישט דעם חפץ חיימ'ס אונטערשריפט אויף צעטל.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:08 pm
דורך דער תהלים איד
גראז האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 6:50 pm
העי... כ'זע נישט דעם חפץ חיימ'ס אונטערשריפט אויף צעטל.
קוקט אויס מ'האט אפגעמאכט אז דער חפץ חיים זצ"ל און סאטמאר רב זצ"ל שרייבן ביידע נישט אונטער.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:11 pm
דורך שכל הישר
במחילת כבוד המנהלים והמשגיחים החשובים וויל איך פארשטיין פארוואס דארף זיך אידטיש צושטעלן צו די סאטמארע רבנים?
איז דאס אויך א סאטמארע סייט?
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:13 pm
דורך פרייליך
האט זיך אידטיש צוגעשטעלט צו די גיידליינס וואס די רבנים האבן ארויסגעגעבן?
היבשע באריכטן דא זענען מיטגעפיל אז מען וויל פון דעם כאמאס אינגאנצען פטור ווערן מיט געפילן פון נקמה
בעת וואס די רבנים שרייבן אז עס איז נישט לפי רוח התורה אזוי צו רעדן און שרייבן
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:14 pm
דורך פרייליך
שכל הישר האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:11 pm
במחילת כבוד המנהלים והמשגיחים החשובים וויל איך פארשטיין פארוואס דארף זיך אידטיש צושטעלן צו די סאטמארע רבנים?
איז דאס אויך א סאטמארע סייט?
עס איז ארויס א קול קורא פון פילע חשובע רבנים פון פארידענע קהילות, פארוואס זאל מען טון כנגדם?
אידטיש האט הנהלה איינגעשטעלטע פון די קרייזן הנ"ל
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:16 pm
דורך שכל הישר
פרייליך האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:14 pm
שכל הישר האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:11 pm
במחילת כבוד המנהלים והמשגיחים החשובים וויל איך פארשטיין פארוואס דארף זיך אידטיש צושטעלן צו די סאטמארע רבנים?
איז דאס אויך א סאטמארע סייט?
עס איז ארויס א קול קורא פון פילע חשובע רבנים פון פארידענע קהילות, פארוואס זאל מען טון כנגדם?
אידטיש האט הנהלה איינגעשטעלטע פון די קרייזן הנ"ל
1) איך האב אייך נישט געפרעגט... איך האב געפרעגט די מנהלים.
2) וועם פראבירסטו צו נערן? אלע זענען סאטמאר צו מקורב לסאטמאר...
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:18 pm
דורך דער תהלים איד
שכל הישר האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:11 pm
במחילת כבוד המנהלים והמשגיחים החשובים וויל איך פארשטיין פארוואס דארף זיך אידטיש צושטעלן צו די סאטמארע רבנים?
איז דאס אויך א סאטמארע סייט?
דער מנהל זאגט דאך אז די סייט לאזט נישט עפעס וואס איז ביי איינעם אן איסור. ס'איז דען עפעס דא נתחדש געווארן?
אפגערעדט וואס רוב באנוצער פון דעם סייט - און בכלל רוב אידיש רעדנדע אין אמעריקא - זענען אייגנטליך סאטמאר'ע בשיטה.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:20 pm
דורך גראז
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:08 pm
גראז האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 6:50 pm
העי... כ'זע נישט דעם חפץ חיימ'ס אונטערשריפט אויף צעטל.
קוקט אויס מ'האט אפגעמאכט אז דער חפץ חיים זצ"ל און סאטמאר רב זצ"ל שרייבן ביידע נישט אונטער.
סאטמארער ז"ל מאן דכר שמיה...? דא גייט מען לאור פונעם חפץ חיים ז"ל.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:23 pm
דורך שכל הישר
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:18 pm
שכל הישר האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:11 pm
במחילת כבוד המנהלים והמשגיחים החשובים וויל איך פארשטיין פארוואס דארף זיך אידטיש צושטעלן צו די סאטמארע רבנים?
?איז דאס אויך א סאטמארע סייט?
דער מנהל זאגט דאך אז די סייט לאזט נישט עפעס וואס איז ביי איינעם אן איסור. ס'איז דען עפעס דא נתחדש געווארן?
אפגערעדט וואס רוב באנוצער פון דעם סייט - און בכלל רוב אידיש רעדנדע אין אמעריקא - זענען אייגנטליך סאטמאר'ע בשיטה.
רוב היימישע אידיש רעדענדע און אמעריקא זענען סאטמאר בשיטה ?!
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס סאטמאר מיינט זיי זענען בעה"ב אויף כלל ישראל...
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:23 pm
דורך דער תהלים איד
גראז האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:20 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:08 pm
גראז האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 6:50 pm
העי... כ'זע נישט דעם חפץ חיימ'ס אונטערשריפט אויף צעטל.
קוקט אויס מ'האט אפגעמאכט אז דער חפץ חיים זצ"ל און סאטמאר רב זצ"ל שרייבן ביידע נישט אונטער.
סאטמארער ז"ל מאן דכר שמיה...? דא גייט מען לאור פונעם חפץ חיים ז"ל.
יא אבער פארט, ווייסטעך, מ'רעכנט זיך מיט אלע קרייזן, אפילו מיט סאטמאר רב אויך...
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:33 pm
דורך פרייליך
שכל הישר האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:16 pm
פרייליך האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:14 pm
שכל הישר האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:11 pm
במחילת כבוד המנהלים והמשגיחים החשובים וויל איך פארשטיין פארוואס דארף זיך אידטיש צושטעלן צו די סאטמארע רבנים?
איז דאס אויך א סאטמארע סייט?
עס איז ארויס א קול קורא פון פילע חשובע רבנים פון פארידענע קהילות, פארוואס זאל מען טון כנגדם?
אידטיש האט הנהלה איינגעשטעלטע פון די קרייזן הנ"ל
2) וועם פראבירסטו צו נערן?
אלע זענען סאטמאר צו מקורב לסאטמאר...
ווי האבן זיי רעכט צו עובר זיין א איסור וואס רבנים שרייבן אז אין די יעצטיגע זמן איז דעס אן איסור צו שרייבן
ווען אנדערע רבנים הטועים בטומאת הציונות זאלן ארויסקומען זאגן פארקערט קענסטע אויפהייבן א ווייגעשריי היתכן מען הערט נישט איין די פאדערונג פון די ציוניסטישע רבנים ..
יעצט בסך הכל פאלגן זיי אויס גיידליינס וואס חשובע רבנים האבן ארויסגעשטעלט וועלכע סארט דיבורים זענען נגד התורה צו זאגן און שרייבן, אשר חלקם פון די וואס הארכן די הוראות גדולי ישראל שליט"א
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:36 pm
דורך שכל הישר
פרייליך האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:33 pm
שכל הישר האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:16 pm
פרייליך האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:14 pm
עס איז ארויס א קול קורא פון פילע חשובע רבנים פון פארידענע קהילות, פארוואס זאל מען טון כנגדם?
אידטיש האט הנהלה איינגעשטעלטע פון די קרייזן הנ"ל
2) וועם פראבירסטו צו נערן?
אלע זענען סאטמאר צו מקורב לסאטמאר...
ווי האבן זיי רעכט צו עובר זיין א איסור וואס רבנים שרייבן אז אין די יעצטיגע זמן איז דעס אן איסור צו שרייבן
ווען אנדערע רבנים הטועים בטומאת הציונות זאלן ארויסקומען זאגן פארקערט קענסטע אויפהייבן א ווייגעשריי היתכן מען הערט נישט איין די פאדערונג פון די ציוניסטישע רבנים ..
יעצט בסך הכל פאלגן זיי אויס גיידליינס וואס חשובע רבנים האבן ארויסגעשטעלט וועלכע סארט דיבורים זענען נגד התורה צו זאגן און שרייבן, אשר חלקם פון די וואס הארכן די הוראות גדולי ישראל שליט"א
ווייל די רבנים גייען נאך א געוויסע שיטה וואס רוב אנדערע חסידישע קרייזן האבן נישט אנגענימען.
איז דארף גאנץ כלל ישראל אננעמן זייער איסור?
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:47 pm
דורך דער תהלים איד
שכל הישר האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:36 pm
ווייל די רבנים גייען נאך א געוויסע שיטה וואס רוב אנדערע חסידישע קרייזן האבן נישט אנגענימען.
איז דארף גאנץ כלל ישראל אננעמן זייער איסור?
ניין. ביי דיר קען עס ווייטער זיין מותר.
אבער אז דו ווילסט זיין אויף איין סייט, האבן איין צייטונג, אדער הערן איין האטליין ווי זיי, מוזטו מוותר זיין אויף זאכן וואס זענען ביי זיי אסור.
וואס איז שווער צו פארשטיין, מאך עס נישט פאר אזא שיעור עיון...
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 8:00 pm
דורך שכל הישר
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:47 pm
שכל הישר האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:36 pm
ווייל די רבנים גייען נאך א געוויסע שיטה וואס רוב אנדערע חסידישע קרייזן האבן נישט אנגענימען.
איז דארף גאנץ כלל ישראל אננעמן זייער איסור?
ניין. ביי דיר קען עס ווייטער זיין מותר.
אבער אז דו ווילסט זיין אויף איין סייט, האבן איין צייטונג, אדער הערן איין האטליין ווי זיי, מוזטו מוותר זיין אויף זאכן וואס זענען ביי זיי אסור.
וואס איז שווער צו פארשטיין, מאך עס נישט פאר אזא שיעור עיון...
ניין, ס'איז נישט אזא שיעור עיון ..
טראכט נאר ווען א אנדערע קהילה, וואס די געהערסט נישט צו, הייבט אן אנטיילן פאר דיר וואס די מעגסט יא אדער נישט שרייבן...
וואלסטו נישט נערוועז געווארן?
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 5:15 pm
דורך אסמכתא בעלמא
לכבוד כל החברים, ביטע נישט דעבאטירן מער די נושא פון 'פרא-ציונות ערלויבעניש' לכאן או לכאן. יישר כח!
אונזער בקשה איבער די זהירות צו זיין 'אויסגעהאלטן' אויך לויט די סאטמאר'ע שיטה אין ציונות איז זייער קלאר ארויסגעברענגט, און יא, דאס איז אויך נוגע אין יעדע ענין וואס "סיי וועלכע אנערקענטע ערליכע קהילה" נעמט אן אלס כפירה, אלס איסור אדער אלס דבר שאסור לקוראן.
אלע חברים פון אלע קהילות ווערן טאקע געבעטן צו 'באריכטן' סיי וועלכע זאך עס דארף ארויסגיין אלס דבר איסור לפי קהילתו. אפגערעדט ווען איינער שרייבט עפעס קעגן א גדול בישראל פון סיי וועלכע ערליכע קרייז (למעט המזרחי ודכוותי'). דאס באריכטן איז א וויכטיגע זאך, און א טובה פאר יעדן. אנדערש איז כמעט נישט מעגליך אז די מנהלים און אחראים זאלן באמערקן יעדע זאך.
און נאכאמאל א יישר כח פאר אלע געשמאקע חברים וואס גיבן אזויפיל צו צום אנגענעמקייט פונעם סייט, כל אחד בשמו או בניקו הטוב יבורך. כה לחי.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:43 pm
דורך פרייליך
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 5:15 pm
אלע חברים פון אלע קהילות ווערן טאקע געבעטן צו 'באריכטן' סיי וועלכע זאך עס דארף ארויסגיין אלס דבר איסור לפי קהילתו. אפגערעדט ווען איינער שרייבט עפעס
קעגן א גדול בישראל פון סיי וועלכע ערליכע קרייז (למעט המזרחי ודכוותי').
ודכוותי' פון מזרחי מיינט שוואכער ווי די מזרחי אדער לדוגמא פון די אגודה קרייזן וכו'
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:04 pm
דורך וואסאפשט
אויב איך מעג פרעגן ווי איז @א עפל נעלם געווארן
איז ער באגאנגען א עוולה ?
איך פרעג סתם אלס נייגער
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 2:04 pm
דורך נקודות טובות
איך בין נייגעריג וועלכע מנהל/אחראי טוישט כסדר קעפלעך פון אשכולות, און וואס זיין ציהל איז דערמיט.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 8:28 pm
דורך נקודות טובות
@ווירקליך איז דא אמאל וואס דו הויבסט אויף, אדער אלעמאל ריטשעד מען נאר דיין וואויסמעיל?
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 9:01 pm
דורך ווירקליך
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 8:28 pm
@ווירקליך איז דא אמאל וואס דו הויבסט אויף, אדער אלעמאל ריטשעד מען נאר דיין וואויסמעיל?
קוק אהער, זאכן מאכן זיך ביי די שענסטע משפחות...