שאלות צו די הנהלה

world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 268

Re: בקשה פון גדולי הרבנים וואס איז אקטועל פאר אונזער סייט - ביטע דורכליינען

פאוסט דורך world champion »

החפץ חיים נצח!
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: בקשה פון גדולי הרבנים וואס איז אקטועל פאר אונזער סייט - ביטע דורכליינען

פאוסט דורך ווירקליך »

העלדיש האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:57 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:44 pm איך ווייס נישט גענוי וואס דו מיינסט, ווייל דאס איז אמאל זיכער אז קנאות באלאנגט נישט ביי די נייעס טעמעס.

אבער בכלליות, אפילו אין קנאות טעמעס, וואו בכלל ווערט גערעדט עפעס וואס איז לויט דיין קרייז אסור צו רעדן? וויפיל איך ווייס זענען סאטמאר די מחמירים און אגודה די מקילים - אזוי צו זאגן. ממילא איז לכאורה נישט שייך אז א סאטמארער זאל שרייבן דא עפעס וואס איז לויט די אגודה אסור.

אויב איז די רעדע אז איינער רעדט 'קעגן' א גדול, ביטע באריכט אזא תגובה.
@נקודות טובות האט זיך באצויגן צו די וועלכע זענען אזוי שארף אין זייער קנאות אז זיי קענען רעדן קעגן אנדערע אידן אדער אקעגן אנדערע ווירדן וועלכע האבן אויך א גענוג שטארקע דעת תורה...

אויב מעג איך פרעגן; איז דעם מקום אינטערגעווארפן אונטער סאטמער?
אויב זעט איר א פאוסט וואס איז געריכטעט קעגן א גדול בישראל ביטע עס באריכטן.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 304
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 512

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך צייטווייליג »

@נקודות טובות

קנאות מעג דא גיין און וועט ווייטער אנגיין, ציונות (אפילו הרגשים אהין) נישט.

סיי וועלכע דירעקטע זילזול אין אן ערליכער איד וועט געמעקט ווערן.

סאיז נישט קיין סתירה. סאיז צייט יעדער זאל עס פארשטיין.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2849
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3394

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך וואוילער »

ס'בליצט רויטע און גרינע פאוסטס...
דער עולם איז היציג.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2849
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3394

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך וואוילער »

איך וויל ענק זאגן איין זאך:
ס'לוינט זיך צו זיין וואויל, האסט סייווי נישט קיין ברירה!
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 271
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 159

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך גראז »

yidtish האט געשריבן: אזוי ווי אלע אנדערע נייעס סטאנציעס אד"ג, האבן מיר נעכטן נאכט ערהאלטן דעם בריוו אויף וואס פילע גדולי רבנים שרייבן אונטער.

מיר לייגן דאס ארויס פאר'ן רבים, זייענדיג אנגעוויזן אין די שרייבער און קאמענטירער, און מיר בעטן טאקע יעדן נאכצוגיין די הוראות, למען קדושת המקום לפי דעם דעת תורה.

א יישר כח פאר אלע חברים, בשם אלע ליינער!

בילד
העי... כ'זע נישט דעם חפץ חיימ'ס אונטערשריפט אויף צעטל.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גראז האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 6:50 pm העי... כ'זע נישט דעם חפץ חיימ'ס אונטערשריפט אויף צעטל.
קוקט אויס מ'האט אפגעמאכט אז דער חפץ חיים זצ"ל און סאטמאר רב זצ"ל שרייבן ביידע נישט אונטער.
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 63

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך שכל הישר »

במחילת כבוד המנהלים והמשגיחים החשובים וויל איך פארשטיין פארוואס דארף זיך אידטיש צושטעלן צו די סאטמארע רבנים?
איז דאס אויך א סאטמארע סייט?
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 331

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך פרייליך »

האט זיך אידטיש צוגעשטעלט צו די גיידליינס וואס די רבנים האבן ארויסגעגעבן?
היבשע באריכטן דא זענען מיטגעפיל אז מען וויל פון דעם כאמאס אינגאנצען פטור ווערן מיט געפילן פון נקמה
בעת וואס די רבנים שרייבן אז עס איז נישט לפי רוח התורה אזוי צו רעדן און שרייבן
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 331

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך פרייליך »

שכל הישר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:11 pm במחילת כבוד המנהלים והמשגיחים החשובים וויל איך פארשטיין פארוואס דארף זיך אידטיש צושטעלן צו די סאטמארע רבנים?
איז דאס אויך א סאטמארע סייט?
עס איז ארויס א קול קורא פון פילע חשובע רבנים פון פארידענע קהילות, פארוואס זאל מען טון כנגדם?
אידטיש האט הנהלה איינגעשטעלטע פון די קרייזן הנ"ל
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 63

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך שכל הישר »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:14 pm

1) איך האב אייך נישט געפרעגט... איך האב געפרעגט די מנהלים.

2) וועם פראבירסטו צו נערן? אלע זענען סאטמאר צו מקורב לסאטמאר...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שכל הישר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:11 pm במחילת כבוד המנהלים והמשגיחים החשובים וויל איך פארשטיין פארוואס דארף זיך אידטיש צושטעלן צו די סאטמארע רבנים?
איז דאס אויך א סאטמארע סייט?
דער מנהל זאגט דאך אז די סייט לאזט נישט עפעס וואס איז ביי איינעם אן איסור. ס'איז דען עפעס דא נתחדש געווארן?

אפגערעדט וואס רוב באנוצער פון דעם סייט - און בכלל רוב אידיש רעדנדע אין אמעריקא - זענען אייגנטליך סאטמאר'ע בשיטה.
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 271
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 159

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך גראז »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:08 pm
גראז האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 6:50 pm העי... כ'זע נישט דעם חפץ חיימ'ס אונטערשריפט אויף צעטל.
קוקט אויס מ'האט אפגעמאכט אז דער חפץ חיים זצ"ל און סאטמאר רב זצ"ל שרייבן ביידע נישט אונטער.
סאטמארער ז"ל מאן דכר שמיה...? דא גייט מען לאור פונעם חפץ חיים ז"ל.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 63

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך שכל הישר »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:18 pm
שכל הישר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:11 pm במחילת כבוד המנהלים והמשגיחים החשובים וויל איך פארשטיין פארוואס דארף זיך אידטיש צושטעלן צו די סאטמארע רבנים?
?איז דאס אויך א סאטמארע סייט?
דער מנהל זאגט דאך אז די סייט לאזט נישט עפעס וואס איז ביי איינעם אן איסור. ס'איז דען עפעס דא נתחדש געווארן?

אפגערעדט וואס רוב באנוצער פון דעם סייט - און בכלל רוב אידיש רעדנדע אין אמעריקא - זענען אייגנטליך סאטמאר'ע בשיטה.
רוב היימישע אידיש רעדענדע און אמעריקא זענען סאטמאר בשיטה ?!

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס סאטמאר מיינט זיי זענען בעה"ב אויף כלל ישראל...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גראז האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:20 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:08 pm
גראז האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 6:50 pm העי... כ'זע נישט דעם חפץ חיימ'ס אונטערשריפט אויף צעטל.
קוקט אויס מ'האט אפגעמאכט אז דער חפץ חיים זצ"ל און סאטמאר רב זצ"ל שרייבן ביידע נישט אונטער.
סאטמארער ז"ל מאן דכר שמיה...? דא גייט מען לאור פונעם חפץ חיים ז"ל.
יא אבער פארט, ווייסטעך, מ'רעכנט זיך מיט אלע קרייזן, אפילו מיט סאטמאר רב אויך...
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 331

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך פרייליך »

שכל הישר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:16 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:14 pm
שכל הישר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:11 pm במחילת כבוד המנהלים והמשגיחים החשובים וויל איך פארשטיין פארוואס דארף זיך אידטיש צושטעלן צו די סאטמארע רבנים?
איז דאס אויך א סאטמארע סייט?
עס איז ארויס א קול קורא פון פילע חשובע רבנים פון פארידענע קהילות, פארוואס זאל מען טון כנגדם?
אידטיש האט הנהלה איינגעשטעלטע פון די קרייזן הנ"ל

2) וועם פראבירסטו צו נערן? אלע זענען סאטמאר צו מקורב לסאטמאר...
ווי האבן זיי רעכט צו עובר זיין א איסור וואס רבנים שרייבן אז אין די יעצטיגע זמן איז דעס אן איסור צו שרייבן

ווען אנדערע רבנים הטועים בטומאת הציונות זאלן ארויסקומען זאגן פארקערט קענסטע אויפהייבן א ווייגעשריי היתכן מען הערט נישט איין די פאדערונג פון די ציוניסטישע רבנים ..
יעצט בסך הכל פאלגן זיי אויס גיידליינס וואס חשובע רבנים האבן ארויסגעשטעלט וועלכע סארט דיבורים זענען נגד התורה צו זאגן און שרייבן, אשר חלקם פון די וואס הארכן די הוראות גדולי ישראל שליט"א
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 63

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך שכל הישר »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:33 pm
שכל הישר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:16 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:14 pm

עס איז ארויס א קול קורא פון פילע חשובע רבנים פון פארידענע קהילות, פארוואס זאל מען טון כנגדם?
אידטיש האט הנהלה איינגעשטעלטע פון די קרייזן הנ"ל

2) וועם פראבירסטו צו נערן? אלע זענען סאטמאר צו מקורב לסאטמאר...
ווי האבן זיי רעכט צו עובר זיין א איסור וואס רבנים שרייבן אז אין די יעצטיגע זמן איז דעס אן איסור צו שרייבן

ווען אנדערע רבנים הטועים בטומאת הציונות זאלן ארויסקומען זאגן פארקערט קענסטע אויפהייבן א ווייגעשריי היתכן מען הערט נישט איין די פאדערונג פון די ציוניסטישע רבנים ..
יעצט בסך הכל פאלגן זיי אויס גיידליינס וואס חשובע רבנים האבן ארויסגעשטעלט וועלכע סארט דיבורים זענען נגד התורה צו זאגן און שרייבן, אשר חלקם פון די וואס הארכן די הוראות גדולי ישראל שליט"א
ווייל די רבנים גייען נאך א געוויסע שיטה וואס רוב אנדערע חסידישע קרייזן האבן נישט אנגענימען.

איז דארף גאנץ כלל ישראל אננעמן זייער איסור?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שכל הישר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:36 pm ווייל די רבנים גייען נאך א געוויסע שיטה וואס רוב אנדערע חסידישע קרייזן האבן נישט אנגענימען.

איז דארף גאנץ כלל ישראל אננעמן זייער איסור?
ניין. ביי דיר קען עס ווייטער זיין מותר.

אבער אז דו ווילסט זיין אויף איין סייט, האבן איין צייטונג, אדער הערן איין האטליין ווי זיי, מוזטו מוותר זיין אויף זאכן וואס זענען ביי זיי אסור.

וואס איז שווער צו פארשטיין, מאך עס נישט פאר אזא שיעור עיון...
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 63

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך שכל הישר »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:47 pm
שכל הישר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:36 pm ווייל די רבנים גייען נאך א געוויסע שיטה וואס רוב אנדערע חסידישע קרייזן האבן נישט אנגענימען.

איז דארף גאנץ כלל ישראל אננעמן זייער איסור?
ניין. ביי דיר קען עס ווייטער זיין מותר.

אבער אז דו ווילסט זיין אויף איין סייט, האבן איין צייטונג, אדער הערן איין האטליין ווי זיי, מוזטו מוותר זיין אויף זאכן וואס זענען ביי זיי אסור.

וואס איז שווער צו פארשטיין, מאך עס נישט פאר אזא שיעור עיון...
ניין, ס'איז נישט אזא שיעור עיון ..

טראכט נאר ווען א אנדערע קהילה, וואס די געהערסט נישט צו, הייבט אן אנטיילן פאר דיר וואס די מעגסט יא אדער נישט שרייבן...
וואלסטו נישט נערוועז געווארן?
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 782
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 777

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

לכבוד כל החברים, ביטע נישט דעבאטירן מער די נושא פון 'פרא-ציונות ערלויבעניש' לכאן או לכאן. יישר כח!

אונזער בקשה איבער די זהירות צו זיין 'אויסגעהאלטן' אויך לויט די סאטמאר'ע שיטה אין ציונות איז זייער קלאר ארויסגעברענגט, און יא, דאס איז אויך נוגע אין יעדע ענין וואס "סיי וועלכע אנערקענטע ערליכע קהילה" נעמט אן אלס כפירה, אלס איסור אדער אלס דבר שאסור לקוראן.

אלע חברים פון אלע קהילות ווערן טאקע געבעטן צו 'באריכטן' סיי וועלכע זאך עס דארף ארויסגיין אלס דבר איסור לפי קהילתו. אפגערעדט ווען איינער שרייבט עפעס קעגן א גדול בישראל פון סיי וועלכע ערליכע קרייז (למעט המזרחי ודכוותי'). דאס באריכטן איז א וויכטיגע זאך, און א טובה פאר יעדן. אנדערש איז כמעט נישט מעגליך אז די מנהלים און אחראים זאלן באמערקן יעדע זאך.

און נאכאמאל א יישר כח פאר אלע געשמאקע חברים וואס גיבן אזויפיל צו צום אנגענעמקייט פונעם סייט, כל אחד בשמו או בניקו הטוב יבורך. כה לחי.
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 331

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך פרייליך »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 5:15 pm אלע חברים פון אלע קהילות ווערן טאקע געבעטן צו 'באריכטן' סיי וועלכע זאך עס דארף ארויסגיין אלס דבר איסור לפי קהילתו. אפגערעדט ווען איינער שרייבט עפעס קעגן א גדול בישראל פון סיי וועלכע ערליכע קרייז (למעט המזרחי ודכוותי').
ודכוותי' פון מזרחי מיינט שוואכער ווי די מזרחי אדער לדוגמא פון די אגודה קרייזן וכו'
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 678
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 352

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך וואסאפשט »

אויב איך מעג פרעגן ווי איז @א עפל נעלם געווארן
איז ער באגאנגען א עוולה ?
איך פרעג סתם אלס נייגער
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2663

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך נקודות טובות »

איך בין נייגעריג וועלכע מנהל/אחראי טוישט כסדר קעפלעך פון אשכולות, און וואס זיין ציהל איז דערמיט.
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2663

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך נקודות טובות »

@ווירקליך איז דא אמאל וואס דו הויבסט אויף, אדער אלעמאל ריטשעד מען נאר דיין וואויסמעיל?
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 942

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך ווירקליך »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 8:28 pm @ווירקליך איז דא אמאל וואס דו הויבסט אויף, אדער אלעמאל ריטשעד מען נאר דיין וואויסמעיל?
קוק אהער, זאכן מאכן זיך ביי די שענסטע משפחות...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
שרייב פאוסט