בלאט 3 פון 3

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 4:40 pm
דורך Think and Thank
אגד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 4:18 pm
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:50 pm
אגד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:20 pm

אין בארא פארק איז דא שווערע טויזנטער אזאנע ערליכע אידן.

אמאל געווען. ס'נאך היינט אויך דא אבער סאך ווייניגער, שוין ווייט נישט קיין טויזנטער.
וואס איז מיט זיי געשען, געווארן אויס ערליך? אוועקגעמופט? זיך צוגעשטעלט צו א פירמע קהילה?

viewtopic.php?p=255233#p255233

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 5:08 pm
דורך שמות
איך האב שוין געגעבן דא מיין שטימע.
אבער איך כאפּ מיך יעצט אז גור וואלט געדארפט באקומען מיין שטימע.
סליחות ביינאכט, אפּאר מארטשעס און פארטיג.
ראש השנה יום כיפור וכו וכו א מחיה, מלאזט דעם ציבור לעבן מ'שפארט זיי נישט איין פאר א גאנצע ליבע טאג צו זיצן אויף איין פלאץ, ביי 11 אינדערפרי איז מען אינדערהיים.
בקיצור יו געט מיי פוינט.

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 5:27 pm
דורך הדסים
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 3:32 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:09 pm דיין אייגענע חסידות געפעלט דיר יא אלע חלקים?
קיין תיקון השלם איז נישטא אין ערגעץ.
אבער ווי נישט ווי איז מען שוין צוגעוואונט צו די היימישע אומשטענדן און מען דיעלט מיט אלע אישוס ווי אזוי דער באשעפער באשערט.

אבער אויב דו ווילסט מיר ערצייגן אלס בלענק גר מיט אן אויסוואל וואסערע סארט איד צו זיין?
איבעראל איז דא מעלות און חסרונות.
דער רבי האלט איך פאר אן ערליכער איד, דער רבי האלט איך פאר א צדיק אבער א תמים, דער צדיק האלט איך פאר א קדוש אבער נישט פייערדיגע משפיע וכדו'
די חסידית איז פרום, די חסידית האט א פארצייטישן חן, די חסידית איז מעכטיג, און די חסידית איז כאניאקיש.
די חסידית איז רייך, די חסידית איז ארעם, די קרייז איז דיקטאטוריש, די קרייז איז תורה, די שטרעמונג איז עבודה, און די אפשטאמיגע זענען גמילות חסדים.
איך וויל שמחת תורה פון הוידאנאנאש, סליחות פון קיעוו, ראש השנה פון בינדאסעלעש, פורים פון ביינדאשדארבאן, הושענא רבה פון אויבערשטינטראדאבינדיש, און א פשוטע שחרית פון אנדרונאזשילענדאסטיקיווייניצקי
און אזוי ווייטער און ווייטער
סאו צו מאכן א דעסיזשן וועלכע מעלות וועגט איבער וועלכע חסרונות איז נישט גרינג...
קענסט גיין צו רצ"מ (און אפשר אויסגעפינען אז דו ווילסט נישט... מ'דארף זיין גרייט צו שוויצן פאר יו"כ יעדן טאג).

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 5:54 pm
דורך מחפש שלווה
שמות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 5:08 pm איך האב שוין געגעבן דא מיין שטימע.
אבער איך כאפּ מיך יעצט אז גור וואלט געדארפט באקומען מיין שטימע.
סליחות ביינאכט, אפּאר מארטשעס און פארטיג.
ראש השנה יום כיפור וכו וכו א מחיה, מלאזט דעם ציבור לעבן מ'שפארט זיי נישט איין פאר א גאנצע ליבע טאג צו זיצן אויף איין פלאץ, ביי 11 אינדערפרי איז מען אינדערהיים.
בקיצור יו געט מיי פוינט.
איך זאג דיר צי אז די ווילסט נישט ווערן קיין גורער וועגן דעם זיי האבן נאך זאכן חוץ פון דעם ודו''ק

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 6:02 pm
דורך אנדערער
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 3:33 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:25 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:22 pm לגבי וועלעכע רבי דארף מען דן זיין, אבער לגבי די חסידות איז נישט קיין גרויסע חילוק וועלעכע

אמאל איז געווען מער יסודות'דיגע חילוקים צווישן איין חסידות צום צווייטן
היינט צוטאגס האבן כמעט אלע חסידות'ן די זעלבע הויפט ציל, צו האבן א ריזיגע ביהמ''ד. 20 שטאקיקע פארענטשעס. שיינע אויסגעצויגענע בילדער אין אלע מאגעזענין
סעמפל פון הוצאת שם רע
עס איז אפשר לשון הרע אבער נישט קיין הוצאת שם רע ליידער
אין רוב קהילות זענען דא ווער עס וויל זייער שטארק האבן גוטע בילדער

דאס מאכט עס נישט די ציל פון די קהילה

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 7:34 pm
דורך להגדיל הטראסק
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 5:27 pm קענסט גיין צו רצ"מ (און אפשר אויסגעפינען אז דו ווילסט נישט... מ'דארף זיין גרייט צו שוויצן פאר יו"כ יעדן טאג).
לא הבנתי

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 8:56 pm
דורך פון די חברה
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 5:54 pm
שמות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 5:08 pm איך האב שוין געגעבן דא מיין שטימע.
אבער איך כאפּ מיך יעצט אז גור וואלט געדארפט באקומען מיין שטימע.
סליחות ביינאכט, אפּאר מארטשעס און פארטיג.
ראש השנה יום כיפור וכו וכו א מחיה, מלאזט דעם ציבור לעבן מ'שפארט זיי נישט איין פאר א גאנצע ליבע טאג צו זיצן אויף איין פלאץ, ביי 11 אינדערפרי איז מען אינדערהיים.
בקיצור יו געט מיי פוינט.
איך זאג דיר צי אז די ווילסט נישט ווערן קיין גורער וועגן דעם זיי האבן נאך זאכן חוץ פון דעם ודו''ק
וד"ל

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 8:57 pm
דורך פון די חברה
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 1:33 pm
אנשי שלומינו האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 1:10 pm
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 12:52 am דעפינעטלי סקווירא.

כ'האב זייער א שטארקע געפיל צו די רבי/חסידות.
מיט די שטוויל
דאס נישט, אבער אלעס ביז דארט.
די פיאות? :roll:

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 8:58 pm
דורך פון די חברה
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 1:22 pm קרעיזי! פרעגסט מיר? אויב מיין קהילה פארמאכט זיך בין איך דער איינציגסטער וואס בלייבט דארטן!
די ביסט ביי טשאנס א 'מרכז' חסיד? :lol: :lol: :lol:

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דינסטאג אפריל 14, 2026 11:33 pm
דורך בודקע
פון די חברה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 8:57 pm
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 1:33 pm
אנשי שלומינו האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 1:10 pm
מיט די שטוויל
דאס נישט, אבער אלעס ביז דארט.
די פיאות? :roll:
גייען רוב שוין עניוועי נישט.

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 2:28 am
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
יעדער דא געהערט אין א קהילה? :roll:

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 2:53 am
דורך פארטראכט
רב הכולל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 8:24 am גראד צום אייבערשטן
דו שייגעץ איינער..

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 2:54 am
דורך פארטראכט
מחפש שלווה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2026 2:18 pm ביטע נישט שרייבן די אייגענע קהילה ווי מבאלנגט !
זיי פארשטייען נישט קיין אידיש.. די איבערוויגענדע וואוט.

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 2:59 am
דורך פארטראכט
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 1:16 pm
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 12:52 am דעפינעטלי סקווירא.

כ'האב זייער א שטארקע געפיל צו די רבי/חסידות.
א סקווירער קען מען נישט ווערן. קענסט באלאנגען אין סקווירא, אבער צו ווערן א סקווירער דארף מען ריאינסטאלן דעם "ברעין" עפפ אין דיין קאפ.
וכן לסאטמאר, אדער דארפסטו אפלאודן א 1tb הארדרייוו צו דיין מח אדער דארף מען אלעס פארמעקן און לאזן די מח ליידיג, ווענד זיך וועלעכע פראקציע..

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 3:14 am
דורך טראכט גראד
ברסלב

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 3:15 am
דורך הדסים
טראכט גראד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 3:14 am ברסלב
און יעצט ביסטו נישט?

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 3:18 am
דורך טראכט גראד
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 3:15 am
טראכט גראד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 3:14 am ברסלב
און יעצט ביסטו נישט?
ניין נאר אביסל מער און הארץ ווי אויף למעשה

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 6:01 pm
דורך יהא רעוא
טראכט גראד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 3:14 am ברסלב
ברסלב איז נישט קיין קהילה, סאררי

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 6:21 pm
דורך קלאפן
מחפש שלווה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2026 2:18 pm ביטע נישט שרייבן די אייגענע קהילה ווי מבאלנגט !
למעשה פון די עמאונט מהרא וואוטס זעט אויס א גרויסע ציבור האט נישט צוגעהערט אייער בקשה...

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 8:25 pm
דורך פון די חברה
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 11:33 pm
פון די חברה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 8:57 pm
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 1:33 pm

דאס נישט, אבער אלעס ביז דארט.
די פיאות? :roll:
גייען רוב שוין עניוועי נישט.
רוב?!

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 8:37 pm
דורך צבי וחמיד
פון די חברה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2026 8:25 pm
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 11:33 pm
פון די חברה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 8:57 pm
די פיאות? :roll:
גייען רוב שוין עניוועי נישט.
רוב?!
ווענדט זיך אויף וועלכע רוב מ'קוקט

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: מיטוואך אפריל 15, 2026 10:40 pm
דורך רעאליסטיש
וואס פשט פון די אשכול?
איך מיין, א קהילה האט זיך שוין אמאל צוגעמאכט?
אדער כאילו איינער האלט איינעם אפ פון טוישן קהילה אויב ער איז נישט צופרידן

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 16, 2026 1:28 am
דורך הדסים
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 7:34 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 5:27 pm קענסט גיין צו רצ"מ (און אפשר אויסגעפינען אז דו ווילסט נישט... מ'דארף זיין גרייט צו שוויצן פאר יו"כ יעדן טאג).
לא הבנתי
האסט געזאגט אז דו זוכסט די בעסטע חלקים פון אלע קהילות, האב איך דיר אנגעוויזן ביהמ"ד נחלת יעקב, בראשות רצ"מ זילבערבערג, וואס דארט פראוועט מען זאת חנוכה ווי אין קארלין (און נאך מער), א' סליחות ווי אין סאטמאר, פורים ווי אין סלאנים, און ל"ג בעומר ווי אין נחלת יעקב... און בעצם איז עס אויסגעשטעלט מיט א מהלך אז יעדע תפילה, יו"ט, צי יומי דפגרא, איז מיט א מהלך פון "דאס איז עס", יעצט איז "דער" שפיץ פון יאר.

איך האב צוגעלייגט אז כ'ווייס נישט צי דו וועסט עס למעשה גלייכן זינט מען ברויך הארעווען אויב יעדן שני וחמישי איז כמעט ווי יו"כ.

Re: אויב דיין קהילה פארמאכט זיך וועכע קהילה וואלסטו אויסגעוועלט

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 16, 2026 1:34 am
דורך אנדערער
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 16, 2026 1:28 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 7:34 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 5:27 pm קענסט גיין צו רצ"מ (און אפשר אויסגעפינען אז דו ווילסט נישט... מ'דארף זיין גרייט צו שוויצן פאר יו"כ יעדן טאג).
לא הבנתי
האסט געזאגט אז דו זוכסט די בעסטע חלקים פון אלע קהילות, האב איך דיר אנגעוויזן ביהמ"ד נחלת יעקב, בראשות רצ"מ זילבערבערג, וואס דארט טוט מען בערך אזוי, און צוגעלייגט אז כ'ווייס נישט צי דו וועסט עס למעשה גלייכן זינט מען ברויך הארעווען אויב יעדן שני וחמישי איז כמעט ווי יו"כ.
נישט יעדער האלט אז דארט איז די בעסטע פון אלע קהילות