להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 3:32 pm
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 14, 2026 2:09 pm
דיין אייגענע חסידות געפעלט דיר יא אלע חלקים?
קיין תיקון השלם איז נישטא אין ערגעץ.
אבער ווי נישט ווי איז מען שוין צוגעוואונט צו די היימישע אומשטענדן און מען דיעלט מיט אלע אישוס ווי אזוי דער באשעפער באשערט.
אבער אויב דו ווילסט מיר ערצייגן אלס בלענק גר מיט אן אויסוואל וואסערע סארט איד צו זיין?
איבעראל איז דא מעלות און חסרונות.
דער רבי האלט איך פאר אן ערליכער איד, דער רבי האלט איך פאר א צדיק אבער א תמים, דער צדיק האלט איך פאר א קדוש אבער נישט פייערדיגע משפיע וכדו'
די חסידית איז פרום, די חסידית האט א פארצייטישן חן, די חסידית איז מעכטיג, און די חסידית איז כאניאקיש.
די חסידית איז רייך, די חסידית איז ארעם, די קרייז איז דיקטאטוריש, די קרייז איז תורה, די שטרעמונג איז עבודה, און די אפשטאמיגע זענען גמילות חסדים.
איך וויל שמחת תורה פון הוידאנאנאש, סליחות פון קיעוו, ראש השנה פון בינדאסעלעש, פורים פון ביינדאשדארבאן, הושענא רבה פון אויבערשטינטראדאבינדיש, און א פשוטע שחרית פון אנדרונאזשילענדאסטיקיווייניצקי
און אזוי ווייטער און ווייטער
סאו צו מאכן א דעסיזשן וועלכע מעלות וועגט איבער וועלכע חסרונות איז נישט גרינג...