בלאט 3 פון 4

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:30 am
דורך תינוק הבורח
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:19 am
תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 3:43 pm לבושי שרד
א חסידישער רבי געווען...
וואס איז די וויץ?

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:35 am
דורך להגדיל הטראסק
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:30 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:19 am
תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 3:43 pm לבושי שרד
א חסידישער רבי געווען...
וואס איז די וויץ?
ווער האט געמאכט די ספר?

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:43 am
דורך תינוק הבורח
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:35 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:30 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:19 am
א חסידישער רבי געווען...
וואס איז די וויץ?
ווער האט געמאכט די ספר?
ר דוד שלמה אייבשיץ בעל ערבי נחל תלמיד בעל יושר דברי אמת, וגם הסתופף בצל הרה"ק ר' מיכל מזלאטשוב, ועוד צדיקים.
מנו"כ בביה"ח בצפת במערת הבת עין ועוד.

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:47 am
דורך להגדיל הטראסק
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:43 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:35 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:30 am

וואס איז די וויץ?
ווער האט געמאכט די ספר?
ר דוד שלמה אייבשיץ בעל ערבי נחל תלמיד בעל יושר דברי אמת, וגם הסתופף בצל הרה"ק ר' מיכל מזלאטשוב, ועוד צדיקים.
מנו"כ בביה"ח בצפת במערת הבת עין ועוד.
גערעכט, טעיתי מיטן דגול מרבבה.

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:37 am
דורך איך וויל זיין ערליך
פון הרה"ק בעל הישועות משה מוויזניץ זצ"ל
איז אויך ארויס א ספר אויף נגלה (דערווייל איינס)

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 10:15 am
דורך מסתמא
בקיצור האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 8:17 pm צעהלימער רב
"מגדלות מרקחים"
ער האט זיך נישט געפירט באדמורות בכלל. ער איז מאקסימום געווען פריוואטערהייט א חסידישער איד.

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 10:16 am
דורך מסתמא
בקיצור האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 8:23 pm רבי שאול אלטר.....
איך ווייס פון א גליון. ספרים איז אויכעט דא?

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 3:51 pm
דורך בקיצור
איך וויל זיין ערליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:37 am פון הרה"ק בעל הישועות משה מוויזניץ זצ"ל
איז אויך ארויס א ספר אויף נגלה (דערווייל איינס)
?

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 10:16 am
בקיצור האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 8:23 pm רבי שאול אלטר.....
איך ווייס פון א גליון. ספרים איז אויכעט דא?
אוודאי. שיעורים על הש"ס. ועוד.

אבער, ער איז נישט מער רבי ווי צעהלימער רב...

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 4:09 pm
דורך צפת'ער געסלאך
רבי שמעון מלעלוב זצ''ל האט ארויס געגבן אפאר שטארקע ספרים עהש''ס וערמב''ם, כ'האב פארגעסען כרגע די נאמען

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 7:39 pm
דורך תינוק הבורח
בקיצור האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 3:51 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 10:16 am
בקיצור האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 8:23 pm רבי שאול אלטר.....
איך ווייס פון א גליון. ספרים איז אויכעט דא?
אוודאי. שיעורים על הש"ס. ועוד.

אבער, ער איז נישט מער רבי ווי צעהלימער רב...
מער חסידיש.

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:40 pm
דורך פלאם
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 7:39 pm
בקיצור האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 3:51 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 10:16 am
איך ווייס פון א גליון. ספרים איז אויכעט דא?
אוודאי. שיעורים על הש"ס. ועוד.

אבער, ער איז נישט מער רבי ווי צעהלימער רב...
מער חסידיש.
מיט וואס?
צעהלימער רב'ס ספרים זענען פול מיט הקדמות פון תלמידי בעש"ט והמגיד, זיך געפירט בכל עניני חסידות, געלערנט חסיד'שע ספרים, מקפיד געווען אויף תורה בטהרה וכו', בנוסף לזה געווען מקושר צו אדמור"י בית בעלזא לדורותיהם, געהאט אן הערצה און התקשרות צו הרה"ק מסאטמאר, קלויזנבורג, סקווירא זי"ע.

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 1:10 am
דורך אנדערער
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 10:46 am
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 10:38 am דווקא תשובות? שטייט נישט אזוי אין קעפל
ווער זאגט אז יא?
רוב וואס מען ברענגט איז תשובות

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 5:12 am
דורך איך וויל זיין ערליך
בקיצור האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 3:51 pm
איך וויל זיין ערליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:37 am פון הרה"ק בעל הישועות משה מוויזניץ זצ"ל
איז אויך ארויס א ספר אויף נגלה (דערווייל איינס)
?
אסופת רשימת ישועות משה על הש"ס שיעורים שאמר וכן פיענוח מראי מקומות שכתב על הש"ס

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 11:52 am
דורך Think and Thank
דער הפלאה האט געמאכט ספר המקנה עמ"ס קידושין.

ר' מאטעלע הארנעסטייפלער האט געשריבן די לומד'ישע ספרים עמק שאלה - שו"ת, חיבור לטהרה - הלכות נטילת ידים ומקוואות, און תורי זהב - הלכות רבית.

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 11:52 am
דורך Think and Thank
דער ביאלער רבי וואס איז נישט לאנג צוריק אוועק האט געשריבן צענדליגער ספרים, אריינגערעכנט א צאל על הש"ס.

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 1:11 pm
דורך בקיצור
Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 11:52 am דער הפלאה האט געמאכט ספר המקנה עמ"ס קידושין.

ר' מאטעלע הארנעסטייפלער האט געשריבן די לומד'ישע ספרים עמק שאלה - שו"ת, חיבור לטהרה - הלכות נטילת ידים ומקוואות, און תורי זהב - הלכות רבית.
אויפן הפלאה איז א גאנצער פולמוס, צו ער איז געגאנגען בדרך החסידות.
@נקודות טובות

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: מוצש"ק יולי 19, 2025 11:56 pm
דורך נקודות טובות
בקיצור האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 1:11 pm
Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג יולי 18, 2025 11:52 am דער הפלאה האט געמאכט ספר המקנה עמ"ס קידושין.

ר' מאטעלע הארנעסטייפלער האט געשריבן די לומד'ישע ספרים עמק שאלה - שו"ת, חיבור לטהרה - הלכות נטילת ידים ומקוואות, און תורי זהב - הלכות רבית.
אויפן הפלאה איז א גאנצער פולמוס, צו ער איז געגאנגען בדרך החסידות.
@נקודות טובות
וויפיל קאנטראווערסיעס קען איין אויסגעמאגערטע @נקודות טובות שלעפן אויף זיינע געפאלענע אקסלען? דארף ער דען נעמען א צד איבעראל?

:lol: :lol: נאר א וויץ....

דאס איז קלאר אז ער האט זיך געדרייט מיטן ברודער די רבי רבי שמעלקא ביים מגיד, און דאס איז אויך קלאר אז איינמאל ער איז געווארן רב אין פראנקפורט האט ער אין די עפענטליכקייט זיך נישט געפירט בדרך הבעל שם. די שאלה איז נאר אויב האט ער גענצליך אפגעלאזט דרך הבעל שם, אדער נאר ברבים האט ער געשפילט אשכנזי.

די אויפגעקלערטע ווילן זייער שטארק אז ער זאל האבן אפגעלאזט חסידות, ווייל דאס שטיפט זייער נערעטיוו. נעמליך ער איז דאך געווען א גאון הגאונים. ווידער די חסידים ווילן שטארק אים האלטן חסידיש, ווייל אזוי ברענגט מען נענטער דער חתם סופר צו חסידות.

פערזענליך וואלט איך געזאגט אז ער האט זיך געוואלט צושטעלן צו מנהג המקום, ער האט נישט געזוכט קיין קאפ וויי פון די דייטשע אידן... חוץ פון נוסח ספרד וואס ער האט פאר זיך ער געדאווענט, אבער זיינע קינדער האבן יא געדאווענט אשכנז. ווי דער חתם סופר ברענגט אין א תשובה.

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 2:54 am
דורך תינוק הבורח
נקודות טובות האט געשריבן: מוצש"ק יולי 19, 2025 11:56 pm

זיינע קינדער זענען געווען שטארקע מתנגדים.

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 12:31 pm
דורך בקיצור
תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 2:54 am

ווער?

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 3:21 pm

וואס מיינט איר "מתנגדים"? אן אשכנזי'שער רב איז ביי דיר קאנסידערט ביי דיפאלט א מתנגד? ס'זענען דא אנדערע וואס ביי זיי איז יעדע אשכנזי'שער רב ביי דיפאלט א חסיד, חוץ אויב איז דא פון אים קלאר אויף פארקערט. זאכן דארפן בלייבן אין קאנטעסקט.

מיט חסידות מיינט מען די לאקשן קוגל? אויב ער האט געגעסן פצעי? געטיילט געפילטע פיש? ווי אזוי ווייסט מען אויב איינער האט זיך "געפירט" בחסידות? דאס אז ער האט זיך געדרייעט ביים מגיד מיט זיין ברודער איז דאך קלאר, אויב אזוי האט ער אודאי קונה געווען דארט א דרך בעבודת השם. טאמער זיין ברודער רבי שמעלקא אשר נפשו קשורה בנפשו האט קונה געווען פונעם מגיד, האט ער אויך קונה געווען. נו, האט ער נישט געפירט קיין טיש, איז וואס? ער האט טאקע נישט אזוי מקפיד געווען אויף צוויבל קוגל. נו נו, שוין געהערט אזאנס.

לגבי די מימרות פון יד זרים שלטו בו אויפן ספר פנים יפות, איך זעה נישט פארוואס איך בין מחויב דאס צו קויפן. ס'נישט קיין עולה מצידו ארויסצוגעבן א ספר און נישט דערמאנען דעם מגיד. איך געדענק די ערשטע מאל אלץ בחור ווען איך האב געזעהן דעם שפת אמת על הש"ס בין איך זיכער געווען אז ס'איז א גאנצע ספר על הש"ס אויסגעשטייטשט על דרך החסידות... ס'נישט קיין סתירה. ובפרט וואס רבי אפרים זלמן מרגליות איז געווען ממונה צו דריקן דעם ספר, און ער האט נישט געהאט קיין גרויסע פראבלעם מיט חסידות. אדרבה, ער האט געהאט גוטע קשרים.

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 6:20 pm
דורך תינוק הבורח
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 3:21 pm

ידי זרים? דער מחנה לוי איז א זר?
ער האט ווייזט אויס געהאלטן אז די חסידשע תורות איז נישט לפי כבודו פונעם טאטן (לדעתו) האט ער אויס ארויסגענומען.
ו א ראי' אז די פנים יפות מכתב יד שי"ל לאחרונה איז פול מיט חסידישע תורות.

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 9:02 pm
דורך Think and Thank
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 3:21 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 2:54 am
נקודות טובות האט געשריבן: מוצש"ק יולי 19, 2025 11:56 pm
וויפיל קאנטראווערסיעס קען איין אויסגעמאגערטע @נקודות טובות שלעפן אויף זיינע געפאלענע אקסלען? דארף ער דען נעמען א צד איבעראל?

:lol: :lol: נאר א וויץ....

דאס איז קלאר אז ער האט זיך געדרייט מיטן ברודער די רבי רבי שמעלקא ביים מגיד, און דאס איז אויך קלאר אז איינמאל ער איז געווארן רב אין פראנקפורט האט ער אין די עפענטליכקייט זיך נישט געפירט בדרך הבעל שם. די שאלה איז נאר אויב האט ער גענצליך אפגעלאזט דרך הבעל שם, אדער נאר ברבים האט ער געשפילט אשכנזי.

די אויפגעקלערטע ווילן זייער שטארק אז ער זאל האבן אפגעלאזט חסידות, ווייל דאס שטיפט זייער נערעטיוו. נעמליך ער איז דאך געווען א גאון הגאונים. ווידער די חסידים ווילן שטארק אים האלטן חסידיש, ווייל אזוי ברענגט מען נענטער דער חתם סופר צו חסידות.

פערזענליך וואלט איך געזאגט אז ער האט זיך געוואלט צושטעלן צו מנהג המקום, ער האט נישט געזוכט קיין קאפ וויי פון די דייטשע אידן... חוץ פון נוסח ספרד וואס ער האט פאר זיך ער געדאווענט, אבער זיינע קינדער האבן יא געדאווענט אשכנז. ווי דער חתם סופר ברענגט אין א תשובה.
זיינע קינדער זענען געווען שטארקע מתנגדים.
וואס מיינט איר "מתנגדים"? אן אשכנזי'שער רב איז ביי דיר קאנסידערט ביי דיפאלט א מתנגד? ס'זענען דא אנדערע וואס ביי זיי איז יעדע אשכנזי'שער רב ביי דיפאלט א חסיד, חוץ אויב איז דא פון אים קלאר אויף פארקערט. זאכן דארפן בלייבן אין קאנטעסקט.

מיט חסידות מיינט מען די לאקשן קוגל? אויב ער האט געגעסן פצעי? געטיילט געפילטע פיש? ווי אזוי ווייסט מען אויב איינער האט זיך "געפירט" בחסידות? דאס אז ער האט זיך געדרייעט ביים מגיד מיט זיין ברודער איז דאך קלאר, אויב אזוי האט ער אודאי קונה געווען דארט א דרך בעבודת השם. טאמער זיין ברודער רבי שמעלקא אשר נפשו קשורה בנפשו האט קונה געווען פונעם מגיד, האט ער אויך קונה געווען. נו, האט ער נישט געפירט קיין טיש, איז וואס? ער האט טאקע נישט אזוי מקפיד געווען אויף צוויבל קוגל. נו נו, שוין געהערט אזאנס.

לגבי די מימרות פון יד זרים שלטו בו אויפן ספר פנים יפות, איך זעה נישט פארוואס איך בין מחויב דאס צו קויפן. ס'נישט קיין עולה מצידו ארויסצוגעבן א ספר און נישט דערמאנען דעם מגיד. איך געדענק די ערשטע מאל אלץ בחור ווען איך האב געזעהן דעם שפת אמת על הש"ס בין איך זיכער געווען אז ס'איז א גאנצע ספר על הש"ס אויסגעשטייטשט על דרך החסידות... ס'נישט קיין סתירה. ובפרט וואס רבי אפרים זלמן מרגליות איז געווען ממונה צו דריקן דעם ספר, און ער האט נישט געהאט קיין גרויסע פראבלעם מיט חסידות. אדרבה, ער האט געהאט גוטע קשרים.

גראדע האט רבי אפרים זלמן יא געהאט פלענטי פראבלעמען מיט חסידות. אבער, די סברא אז מען האט ארויסגענומען חסיד'ישע תורות פון פנים יפות באקומט א שטיקל אונטערלאנער ווען מען זעהט אז פאקטיש זענען יא דא עטליכע חסיד'ישע תורות אין פנים יפות נאר אן די מקור, און איינמאל שטייט גראדע יא די מקור נאר דער מדפיס וכדומה האט בפשטות נישט געכאפט וואס דאס מיינט. לאמיר ציטירן פון מיינ'ס א ידיד אויף אייוועלט:
אידישע היסטאריע האט געשריבן: דינסטאג יולי 12, 2022 4:55 pm בנוגע וואס איז געווארן אויפגעברענגט די קשיא, ווי קען זיין אז דער הפלאה זאל נישט ברענגען קיין תורה פונ'ם מגיד אויב איז ער געווען א תלמיד, איז אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט געברענגט אז עס איז נישט ממש אזוי, אדער גאר ממש נישט אזוי! אין פנים יפות זענען דא עטליכע ענינים וואס ווערן געברענגט אין אנדערע ערטער בשם דער גרויסער מגיד און אפי' רבו הבעש"ט, נאר בדרך כלל וועט אין פנים יפות נישט שטיין די מקור. לאמיר זיי אויסרעכענען:

אין פרשת שמות שרייבט ער "וכמו שאמרו שכל הפועל בנפעל". די מימרא ווערט געברענגט אומצאליגע מאל בספרי המגיד. (דער תולדות ברענגט עס אין אנהייב פרשת ויחי בשם הרמב"ן, אבער די רמב"ן איז נישט באקאנט איזהו מקומו.)

אין פרשת בשלח שרייבט ער "ואחז"ל שאם בא לאדם קושי בעסק התורה ידע בבירור שכונת הקב"ה כדי שיגע עצמו להשיג חכמתו ית', כי אלולי זאת לא הי' השי"ת נותן בשכלו הקושיא." די ענין ברענגט דער תולדות אין פרשת וישב בשם מורו הבעש"ט הק'.

אין פרשת קדושים שרייבט ער אז עולם המחשבה ווערט אנגערופן עולם החירות. מקור הדברים בבעש"ט על התורה בשם המגיד, וכן הובא בתורת המגיד פרשת שמות.

אין די נייע פנים יפות וואס הרב גראס (בן ר' משה מלאנדאן) האט ארויסגעגעבן, איז געדרוקט א גאנצע באנד מהדורא תניינא מכ"י קדשו פונ'ם הפלאה זעלבסט, און דארט ווערט געברענגט א תורה (א שאד אז איך האב פארגעסן זיך צו פארצייכענען די גענוי תורה און מראה מקום, אפשר וועל איך נאך צוריקקומען דערצו) פון "החסיד ז"ל", ומקורו בספרי המגיד!

והעולה על כולנה, אין פרשת בשלח ברענגט ער א טייטש "בשם הר"ם ז"ל" אז כי מרים הם גייט ארויף אויף די אידן. אין די נייע פנים יפות הנ"ל מוגה מכתבי ידות, שטייט דארט "בשם הה"מ (הרב המגיד) ז"ל, און אונטן צייכענען זיי צו אז דאס שטייט צוויי מאל אין מגיד דבריו ליעקב/לקוטי אמרים!

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 1:17 pm
דורך בקיצור
דער הייליגער בני יששכר זי"ע

Re: צדיקי החסידות וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים בנגלה

געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 1:17 pm
דורך בקיצור
פאלגענד איז א רשימה מספריו הק' בנגלה: