גוגל איז אויך אינפעסטירט מיט פראגרעסיווסחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 20, 2026 1:21 am די פענטיגאן פירט געשפרעכן מיט גוגל איבער אנהייבן נוצן זייער דזשעמיניי AI פאר מיליטערישע באניץ, אנשטאט ענטראפיק וואס העגסעט האט פארבאטן.
דיינע צוויי צענט צו די נייעס
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
פרייז פאר וועם?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 20, 2026 10:45 am ניו יארק סיטי האט באשטימט צו העכערן די FDNY אמבולאנס פרייזן מיט %29.
צוליב אינפלאציע און העכערע גאז פרייזן
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1814
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 6307
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 28, 2026 3:51 pmס'גייט אזוי, בערך: מען לייגט ארויף שטייערן אויף צוקער, פשוט כדי אנצופילן די פינאנציעלן לאך - געשאפן דורך אלע סאציאליסטישע פראגראמען און עקאנאמיש-דערשטיקנדע געזעצן - אה, און אויך כדי איינצוציען צוקער באנוץ דורך עסן פירמעס.מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 28, 2026 1:07 pm די דייטשע רעגירונג אונטער קאנצלער פרידריך מערץ פלאנט איינצופירן א נייע "צוקער שטייער" אויף זיסע געטראנקען אינעם 2027 בודזשעט, אלס טייל פון א דראסטישע פלאן צו דעקן דעם ריזיגן לאך אין די רעגירונגס קאסע. צוליב די שוואכע עקאנאמיע און די נויט צו העכערן די מיליטערישע אויסגאבן צוליב די געפארן פון רוסלאנד, ערווארטעט בערלין צו בארגן די אסטראנאמישע סומע פון 110 ביליאן יורא אין יענעם יאר. די שטייער, וואס ענליכע שריט זענען שוין איינגעפירט געווארן אין ענגלאנד און פראנקרייך, זוכט צו ברענגען פרישע הכנסות פארן בודזשעט און גלייכצייטיג שטופן די פירמעס צו רעדוצירן די צוקער אין זייערע פראדוקטן.
נו שוין, די פירמעס זענען מקיים פסק און הערן אויף צו ניצן צוקער, און די נארוואס איינגעשטעלטע הכנסה ווערט אפגעטריקנט. צוקער פירמעס כאפן מכות און גייען ארויס פון ביזנעס, טא עקאנאמישע פראדוקציע טראסקעט נאכמער.
נו וואס טוט מען? אה, א פשוט'ע עצה: מען לייגט א ספעציעלן שטייער אויף דער נעקסטער זאך אויף דער ליסטע, פשוט אנצופילן די ליידיגע קאסעס, און פארשטייט זיך אויך צו באשיצן די בירגער פון אלדאס בייזן.
און אזוי פארט דער גלגל החוזר, ביז די עקאנאמישע קוועלער ווערן פולקאם אויסגעטריקנט און די בירגער פולקאם צעדריקט.
דעם דיקטאטורישן רוס איז אבער א מצוה גדולה צו באקעמפן.
א גוטע דוגמא איז די גאז שטייער אין ניו דזשערזי. צענדליגער יארן איז גאז געווען היבש ביליגער אין ניו דזשערזי ווי אין די שכנות'דיגע ניו יארק, פשוט וויבאלד ניו דזשערזי איז נישט געווען אזוי לינק און די שטייערן זענען געווען נידריגער. מיר אלע געדענקען נאך ווען עס איז געווען א נארמאלע זאך צו ווארטן מיט אנפילן דעם טאנק ביז מען פארט אריבער די בריק/טונעל קיין ניו דזשערזי וויבאלד עס איז געווען אזויפיל ביליגער.
האט זיך אבער ניו דזשערזי גערוקט לינקס, און אין 2016 האבן זיי שטארק ארויפגערוקט די שטייער אויף גאז. האבן מאנכע גע'טענה'ט אז נישט נאר די גאז סטאנציעס וועלן דערלייגן, נאר אפילו די רעגירונג וועט אריינבאקומען ווייניגער געלט ווייל צוליב די העכערע שטייערן וועלן מענטשן מער נישט קומען קיין ניו דזשערזי קויפן גאז. איז הערט וויאזוי די חכמים להרע האבן זיך באווארנט: אין די געזעץ וואס מען האט דורכגעפירט צו העכערן די שטייערן האט מען אריינגעשטעלט א מינימום רעוועניו וואס די שטייער דארף אריינברענגען, און אויב קומט נישט אריין די נויטיגע סומע ווערן די שטייערן אויטאמאטיש געהעכערט די קומענדיגע יאר! איי, דאס וועט דאך מאכן אז די קומענדיגע יאר וועלן נאך ווייניגער מענטשן איינקויפן געז אין ניו דזשערזי, וואס וועט מאכן אז די שטייער איינקונפט וועט ווייטער פאלן? וועט זיך עס אויטאמאטיש נאכמער העכערן די יאר דערויף! וחוזק חלילה.
און אזוי דרייט זיך די שדים-ראד שוין צען יאר, ווען די קאמוניסטישע רעגירונג מאכט זיכער אז אירע טאשן זאלן בלייבן פול בעת וואס די בעה"ב פון די גאז סטאנציעס בלוטיגן וואס א יאר מער.