גוגל איז אויך אינפעסטירט מיט פראגרעסיווסחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 20, 2026 1:21 am די פענטיגאן פירט געשפרעכן מיט גוגל איבער אנהייבן נוצן זייער דזשעמיניי AI פאר מיליטערישע באניץ, אנשטאט ענטראפיק וואס העגסעט האט פארבאטן.
דיינע צוויי צענט צו די נייעס
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
פרייז פאר וועם?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 20, 2026 10:45 am ניו יארק סיטי האט באשטימט צו העכערן די FDNY אמבולאנס פרייזן מיט %29.
צוליב אינפלאציע און העכערע גאז פרייזן
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1899
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 6572
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 28, 2026 3:51 pmס'גייט אזוי, בערך: מען לייגט ארויף שטייערן אויף צוקער, פשוט כדי אנצופילן די פינאנציעלן לאך - געשאפן דורך אלע סאציאליסטישע פראגראמען און עקאנאמיש-דערשטיקנדע געזעצן - אה, און אויך כדי איינצוציען צוקער באנוץ דורך עסן פירמעס.מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 28, 2026 1:07 pm די דייטשע רעגירונג אונטער קאנצלער פרידריך מערץ פלאנט איינצופירן א נייע "צוקער שטייער" אויף זיסע געטראנקען אינעם 2027 בודזשעט, אלס טייל פון א דראסטישע פלאן צו דעקן דעם ריזיגן לאך אין די רעגירונגס קאסע. צוליב די שוואכע עקאנאמיע און די נויט צו העכערן די מיליטערישע אויסגאבן צוליב די געפארן פון רוסלאנד, ערווארטעט בערלין צו בארגן די אסטראנאמישע סומע פון 110 ביליאן יורא אין יענעם יאר. די שטייער, וואס ענליכע שריט זענען שוין איינגעפירט געווארן אין ענגלאנד און פראנקרייך, זוכט צו ברענגען פרישע הכנסות פארן בודזשעט און גלייכצייטיג שטופן די פירמעס צו רעדוצירן די צוקער אין זייערע פראדוקטן.
נו שוין, די פירמעס זענען מקיים פסק און הערן אויף צו ניצן צוקער, און די נארוואס איינגעשטעלטע הכנסה ווערט אפגעטריקנט. צוקער פירמעס כאפן מכות און גייען ארויס פון ביזנעס, טא עקאנאמישע פראדוקציע טראסקעט נאכמער.
נו וואס טוט מען? אה, א פשוט'ע עצה: מען לייגט א ספעציעלן שטייער אויף דער נעקסטער זאך אויף דער ליסטע, פשוט אנצופילן די ליידיגע קאסעס, און פארשטייט זיך אויך צו באשיצן די בירגער פון אלדאס בייזן.
און אזוי פארט דער גלגל החוזר, ביז די עקאנאמישע קוועלער ווערן פולקאם אויסגעטריקנט און די בירגער פולקאם צעדריקט.
דעם דיקטאטורישן רוס איז אבער א מצוה גדולה צו באקעמפן.
א גוטע דוגמא איז די גאז שטייער אין ניו דזשערזי. צענדליגער יארן איז גאז געווען היבש ביליגער אין ניו דזשערזי ווי אין די שכנות'דיגע ניו יארק, פשוט וויבאלד ניו דזשערזי איז נישט געווען אזוי לינק און די שטייערן זענען געווען נידריגער. מיר אלע געדענקען נאך ווען עס איז געווען א נארמאלע זאך צו ווארטן מיט אנפילן דעם טאנק ביז מען פארט אריבער די בריק/טונעל קיין ניו דזשערזי וויבאלד עס איז געווען אזויפיל ביליגער.
האט זיך אבער ניו דזשערזי גערוקט לינקס, און אין 2016 האבן זיי שטארק ארויפגערוקט די שטייער אויף גאז. האבן מאנכע גע'טענה'ט אז נישט נאר די גאז סטאנציעס וועלן דערלייגן, נאר אפילו די רעגירונג וועט אריינבאקומען ווייניגער געלט ווייל צוליב די העכערע שטייערן וועלן מענטשן מער נישט קומען קיין ניו דזשערזי קויפן גאז. איז הערט וויאזוי די חכמים להרע האבן זיך באווארנט: אין די געזעץ וואס מען האט דורכגעפירט צו העכערן די שטייערן האט מען אריינגעשטעלט א מינימום רעוועניו וואס די שטייער דארף אריינברענגען, און אויב קומט נישט אריין די נויטיגע סומע ווערן די שטייערן אויטאמאטיש געהעכערט די קומענדיגע יאר! איי, דאס וועט דאך מאכן אז די קומענדיגע יאר וועלן נאך ווייניגער מענטשן איינקויפן געז אין ניו דזשערזי, וואס וועט מאכן אז די שטייער איינקונפט וועט ווייטער פאלן? וועט זיך עס אויטאמאטיש נאכמער העכערן די יאר דערויף! וחוזק חלילה.
און אזוי דרייט זיך די שדים-ראד שוין צען יאר, ווען די קאמוניסטישע רעגירונג מאכט זיכער אז אירע טאשן זאלן בלייבן פול בעת וואס די בעה"ב פון די גאז סטאנציעס בלוטיגן וואס א יאר מער.
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
האמיר דעם חכם
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1899
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 6572
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
און אויב יענער וואלט גענוצט גוגל מעפס אנצוקומען צום פלאץ וואלט ער געקלאגט גוגל? און אויב וואלט ער גענוצט א געדרוקטע מאפע וואלט ער געקלאגט דעם דרוקער?
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
איי געס..Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:02 am
און אויב יענער וואלט גענוצט גוגל מעפס אנצוקומען צום פלאץ וואלט ער געקלאגט גוגל? און אויב וואלט ער גענוצט א געדרוקטע מאפע וואלט ער געקלאגט דעם דרוקער?
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1899
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 6572
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
ס'איז זיכער אז רוביא האט עס נישט אנגעטון בטעות, אבער ס'איז כדאי צו געדענקען אז די קליידער וואס מאדורא גייט אין דעם באקאנטן בילד האט ער באקומען פון די אמעריקאנער קאמאנדאס נאך וואס זיינע אריגינעלע פידזשאמעס זענען געווארן אומבא'טעמ'ט צו טראגן... (אין אנדערע ווערטער, ער איז נישט געגאנגען יעצט צו א געשעפט אין ווענעזועלא זוכן וואס מאדורא איז געגאנגען, ווייל מאדורא איז געגאנגען קליידער וואס די אמעריקאנער רעגירונג/מיליטער האט אין סטאק.)
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
ס'איז מיר גוט...Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:27 am
ס'איז זיכער אז רוביא האט עס נישט אנגעטון בטעות, אבער ס'איז כדאי צו געדענקען אז די קליידער וואס מאדורא גייט אין דעם באקאנטן בילד האט ער באקומען פון די אמעריקאנער קאמאנדאס נאך וואס זיינע אריגינעלע פידזשאמעס זענען געווארן אומבא'טעמ'ט צו טראגן... (אין אנדערע ווערטער, ער איז נישט געגאנגען יעצט צו א געשעפט אין ווענעזועלא זוכן וואס מאדורא איז געגאנגען, ווייל מאדורא איז געגאנגען קליידער וואס די אמעריקאנער רעגירונג/מיליטער האט אין סטאק.)
פארוואס האט רוביאו געדארפט באקומען פון די פארשטעלאכטס וואס זיי האבן אין סטאק?... תיקו
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1899
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 6572
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:29 amס'איז מיר גוט...Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:27 am
ס'איז זיכער אז רוביא האט עס נישט אנגעטון בטעות, אבער ס'איז כדאי צו געדענקען אז די קליידער וואס מאדורא גייט אין דעם באקאנטן בילד האט ער באקומען פון די אמעריקאנער קאמאנדאס נאך וואס זיינע אריגינעלע פידזשאמעס זענען געווארן אומבא'טעמ'ט צו טראגן... (אין אנדערע ווערטער, ער איז נישט געגאנגען יעצט צו א געשעפט אין ווענעזועלא זוכן וואס מאדורא איז געגאנגען, ווייל מאדורא איז געגאנגען קליידער וואס די אמעריקאנער רעגירונג/מיליטער האט אין סטאק.)
פארוואס האט רוביאו געדארפט באקומען פון די פארשטעלאכטס וואס זיי האבן אין סטאק?... תיקו
על פי פשט וואלט איך געזאגט אז דאס דארף צו זיין א מעסעדזש פאר אנדערע מענטשן וואס קענען בקרוב פארן אויפ'ן זעלבן סארט פלייט ווי מאדורא.
(ס'דא נאך פשטים על פי רמז דרוש און סוד, אבער כ'האב נישט קיין צייט אדער נערוון דערצו...)
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
האלטסט אז ס'איז א רמז פארן קובא'נער צו אנגרייטן א צווייטן פאר פעדזשאמעס ביי זיין בעט?Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:48 amבודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:29 amס'איז מיר גוט...Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:27 am
ס'איז זיכער אז רוביא האט עס נישט אנגעטון בטעות, אבער ס'איז כדאי צו געדענקען אז די קליידער וואס מאדורא גייט אין דעם באקאנטן בילד האט ער באקומען פון די אמעריקאנער קאמאנדאס נאך וואס זיינע אריגינעלע פידזשאמעס זענען געווארן אומבא'טעמ'ט צו טראגן... (אין אנדערע ווערטער, ער איז נישט געגאנגען יעצט צו א געשעפט אין ווענעזועלא זוכן וואס מאדורא איז געגאנגען, ווייל מאדורא איז געגאנגען קליידער וואס די אמעריקאנער רעגירונג/מיליטער האט אין סטאק.)
פארוואס האט רוביאו געדארפט באקומען פון די פארשטעלאכטס וואס זיי האבן אין סטאק?... תיקו
על פי פשט וואלט איך געזאגט אז דאס דארף צו זיין א מעסעדזש פאר אנדערע מענטשן וואס קענען בקרוב פארן אויפ'ן זעלבן סארט פלייט ווי מאדורא.
(ס'דא נאך פשטים על פי רמז דרוש און סוד, אבער כ'האב נישט קיין צייט אדער נערוון דערצו...)
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1899
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 6572
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:51 amהאלטסט אז ס'איז א רמז פארן קובא'נער צו אנגרייטן א צווייטן פאר פעדזשאמעס ביי זיין בעט?Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:48 am
על פי פשט וואלט איך געזאגט אז דאס דארף צו זיין א מעסעדזש פאר אנדערע מענטשן וואס קענען בקרוב פארן אויפ'ן זעלבן סארט פלייט ווי מאדורא.
(ס'דא נאך פשטים על פי רמז דרוש און סוד, אבער כ'האב נישט קיין צייט אדער נערוון דערצו...)
נעה, כ'גלייב נישט אז אמעריקע האט יעצט די ריכטיגע עסעטס (און גענוג דערפון) ארום קובא פאר אזא סארט אטאקע ווי אויך פאר די מעגליכקייט אז עס וועט גיין ראנג. איך וואלט עס אפגעלערנט אלס מעסעדזש פאר איראן.
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
אין איראן האט אמעריקע אבער נישט איין ספעציפישע מענטש וועם זיי צילן, סאוי כ'גלייב שווער.Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:59 am
נעה, כ'גלייב נישט אז אמעריקע האט יעצט די ריכטיגע עסעטס (און גענוג דערפון) ארום קובא פאר אזא סארט אטאקע ווי אויך פאר די מעגליכקייט אז עס וועט גיין ראנג. איך וואלט עס אפגעלערנט אלס מעסעדזש פאר איראן.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
-
קענדי קראש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 43
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:40 am
- x 62
Re: דיינע צוויי צענט צו די נייעס
פונקט פארקערט, ער וויל זאגן אז עס פעלט נישט אויס זינט אינז האמיר גענוג און אמעריקע וועט גערן געבן איינסבודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:51 amהאלטסט אז ס'איז א רמז פארן קובא'נער צו אנגרייטן א צווייטן פאר פעדזשאמעס ביי זיין בעט?Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 13, 2026 1:48 am