א פרישע שיסעריי אויסטויש מיט די פאליציי היינט אין דאגעסטאן.
טעראר אטאקע אין רוסלאנד
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4395
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 12817
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4395
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 12817
Re: טעראר אטאקע אין רוסלאנד
דער גאווערנאר פונעם דאגוסטאן ראיאן ווי עס איז פארגעקומען צוויי טעראר אטאקעס פאריגן חודש באשטעטיגט אז די פאראנטווארטליכע זענען אינטערנאציאנאלע טעראר גרופעס.
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4173
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12833
Re: טעראר אטאקע אין רוסלאנד
דאגאסטאן - שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג ווען אידן טרויערן אויף דעם וואס אפוסטומוס האט פארברענט א ספר תורה האבן די אידן פון דערבענט געטרויערט אויף זייער אייגענע ספרי תורה וואס זענען פארברענט געווארן דורך איסלאמישע טעראריסטן ביים שוידערליכע טעראר אטאקע אויף זייער שוהל א חודש צוריק, די אידן האבן געדאוונט אין די חצר פון ביהמ"ד און שפעטער ארויסגעפארן צום אלטן בית החיים אין שטאט וואו עס איז פארגעקומען די לויה פאר די 10 פארברענטע ספרי תורה.
א ספעציעלע משלחת פון רבנים איז אראפגעשיקט געווארן פון מאסקווע דורכן הויפט רב פון רוסלאנד הרב בערל לאזאר שליט"א וואס האט אויך אויסגעשטעלט די ספעציעלע תפילות צו זאגן ביים לויה, מיט טרערן אין די אויגן האט מען אריינגעלייגט די איבערבלייבענישן פון די ספרי תורה און אנדערע תשמישי קדושה אין די קבר און דערנאך געזאגט קדיש און די סליחה פון שאלי שרופה באש.