טעראר אטאקע אין רוסלאנד

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5668
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20094

Re: טעראר אטאקע אין רוסלאנד

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א פרישע שיסעריי אויסטויש מיט די פאליציי היינט אין דאגעסטאן.

אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3537
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4268

Re: טעראר אטאקע אין רוסלאנד

פאוסט דורך אנדערער »

ניקל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:04 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:34 am פעלט א ריזיגע שטיק פון די מעשה

וואס איז געווארן מיט די משכונות? וויפיל טעראריסטן זענען געווען?
זיי באפרייט
יישר כח פאר די באריכט
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5668
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20094

Re: טעראר אטאקע אין רוסלאנד

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער גאווערנאר פונעם דאגוסטאן ראיאן ווי עס איז פארגעקומען צוויי טעראר אטאקעס פאריגן חודש באשטעטיגט אז די פאראנטווארטליכע זענען אינטערנאציאנאלע טעראר גרופעס.
פיילס
unnamed (99).jpg
unnamed (99).jpg (238.33 KiB) געזען געווארן 107 מאל
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4441
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13775

Re: טעראר אטאקע אין רוסלאנד

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

דאגאסטאן - שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג ווען אידן טרויערן אויף דעם וואס אפוסטומוס האט פארברענט א ספר תורה האבן די אידן פון דערבענט געטרויערט אויף זייער אייגענע ספרי תורה וואס זענען פארברענט געווארן דורך איסלאמישע טעראריסטן ביים שוידערליכע טעראר אטאקע אויף זייער שוהל א חודש צוריק, די אידן האבן געדאוונט אין די חצר פון ביהמ"ד און שפעטער ארויסגעפארן צום אלטן בית החיים אין שטאט וואו עס איז פארגעקומען די לויה פאר די 10 פארברענטע ספרי תורה.

א ספעציעלע משלחת פון רבנים איז אראפגעשיקט געווארן פון מאסקווע דורכן הויפט רב פון רוסלאנד הרב בערל לאזאר שליט"א וואס האט אויך אויסגעשטעלט די ספעציעלע תפילות צו זאגן ביים לויה, מיט טרערן אין די אויגן האט מען אריינגעלייגט די איבערבלייבענישן פון די ספרי תורה און אנדערע תשמישי קדושה אין די קבר און דערנאך געזאגט קדיש און די סליחה פון שאלי שרופה באש.
שרייב פאוסט