קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 145
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 137

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

פאוסט דורך פנים חדשות »

און יעצט בריווען פון הגר"נ קארעליץ זצ"ל, און הגר"ד לאנדא שליט"א.
רבי ניסים קרליץ.jpg
רבי ניסים קרליץ.jpg (51.07 KiB) געזען געווארן 325 מאל
רבי דוב לאנדא.jpg
רבי דוב לאנדא.jpg (211.92 KiB) געזען געווארן 325 מאל
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 271

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

פאוסט דורך מהודר »

יישר כח @פנים חדשות
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:31 pm מ'קען דאך פרעגן זיין תלמיד הגאון ר' אליקים שליט"א

@פנים חדשות מ'איבערצייגט זיך איבער און איבער אז מ'בויט אויף לופט, אין די טעמע אליין טרעף ווי מ'בויט אויף געפיל און ס'איז שוין ''ברור כשמש'', אז ס'איז געווען אסיפות און בירורים און אז דער סטייפלער האט אוודאי געהערט פונעם חזון איש.........

און מ'זאגט שוין איבער מיט א דביקות אז דער הייליגער חזון איש האט געהאלטן בלא בלא בלא
זיין תלמיד רבי אליקים? וויפיל אנדערע תלמידים האט ער געהאט וואס כולם פה אחד אז גיין צו די בחירות איז א חוב קדוש? רבי אליקים איז דעת אחד יחיד ומיוחד בזה. (ואולי יש עוד אחרים, ואין להאריך)

קיינער האט נישט געזאגט אז עס איז געווען אסיפות איבער דעם, איך האב בסך הכל געזאגט אז עס איז ברור כשמש אז ווען דער טשעבינער רב האט מורה געווען צו גיין צו די בחירות, האט ער דאס דן געווען בכובד ראש! דער טשעבינער רב האט זיך נישט געווארפען מיט פסקים ארויס פון ארבעל אן דן זיין בכובד ראש. און דער טשעבינער רב זעלבסט איז אליינס געגאנגען, אנדערש ווי רוב גדולי ישראל וואס האבן נאר געהייסען גיין.

און בדרך אגב, ווי @פנים חדשות ברענגט די בריוו פון קריינא דאיגרתא וואס כמדומה אז איך האב עס שוין אמאל געברענגט דא אויפן פארום. קיינער האט נישט געהאט די קירבא ביים חזון איש, ווי דער סטייפלער. קיינער. ווען ער זאגט אז דער חזון איש האט געהאלטען אז מען דארף גיין צו די בחירות, האט דער חזון איש אזוי געהאלטען. ביי אים איז די חזון איש געווען דער קודש הקדשים, און ער האט זיך נישט גערירט פון חזון איש כמלא נימא.

אגב, @פנים חדשות נישט מישען צווישען בחירות לערייה צו די אנדערע בחירות. בחירות לערייה איז לית מאן דפליג אז דער חזון איש האט געהייסען גיין, און ער איז געשטאנען בראש המערכה ביי די בחירות אין בני ברק. און אפי' סאטמאר רבי האט אויך געהאלטען אז מען מעג גיין. נאר וויבאלד געוויסע אין די עדה האבן געהאלטען אז נישט משום טעמים אחרים, האט ער נישט געוואלט קריגען.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 651

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

פאוסט דורך וואלף »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:36 pm
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:31 pm מ'קען דאך פרעגן זיין תלמיד הגאון ר' אליקים שליט"א

@פנים חדשות מ'איבערצייגט זיך איבער און איבער אז מ'בויט אויף לופט, אין די טעמע אליין טרעף ווי מ'בויט אויף געפיל און ס'איז שוין ''ברור כשמש'', אז ס'איז געווען אסיפות און בירורים און אז דער סטייפלער האט אוודאי געהערט פונעם חזון איש.........

און מ'זאגט שוין איבער מיט א דביקות אז דער הייליגער חזון איש האט געהאלטן בלא בלא בלא
קיינער האט נישט געזאגט אז עס איז געווען אסיפות איבער דעם, איך האב בסך הכל געזאגט אז עס איז ברור כשמש אז ווען דער טשעבינער רב האט מורה געווען צו גיין צו די בחירות, האט ער דאס דן געווען בכובד ראש! דער טשעבינער רב האט זיך נישט געווארפען מיט פסקים ארויס פון ארבעל אן דן זיין בכובד ראש. און דער טשעבינער רב זעלבסט איז אליינס געגאנגען, אנדערש ווי רוב גדולי ישראל וואס האבן נאר געהייסען גיין.
זיין איידעם האט געזאגט פארן רבי'ן ז"ל בעל דברי יואל אז ער האט עס נישט מברר געווען
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:36 pm אגב, @פנים חדשות נישט מישען צווישען בחירות לערייה צו די אנדערע בחירות. בחירות לערייה איז לית מאן דפליג אז דער חזון איש האט געהייסען גיין, און ער איז געשטאנען בראש המערכה ביי די בחירות אין בני ברק. און אפי' סאטמאר רבי האט אויך געהאלטען אז מען מעג גיין. נאר וויבאלד געוויסע אין די עדה האבן געהאלטען אז נישט משום טעמים אחרים, האט ער נישט געוואלט קריגען.
זייער ריכטיג, דאס איז א גרויס חלק אין די מישמאש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

f50a57_c44c0b8c951f49cf8490f1184b3c93f4~mv2 (1).jpg.jpeg
f50a57_c44c0b8c951f49cf8490f1184b3c93f4~mv2 (1).jpg.jpeg (25.31 KiB) געזען געווארן 180 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אין לאנדאן.
unnamed - 2024-08-01T094720.534.jpg
unnamed - 2024-08-01T094720.534.jpg (88.93 KiB) געזען געווארן 118 מאל
unnamed - 2024-08-01T094723.815.jpg
unnamed - 2024-08-01T094723.815.jpg (128.92 KiB) געזען געווארן 118 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פרישע מסע הקודש וועט אונטערגענומען
נאך די פארלאפענע געלונגענע נסיעות קיין אמעריקע אין ענגלאנד וואו די ראשי ישיבות און אדמורי"ם האבן אפגערייזט אין די לעצטערע חדשים צו אויפטרייבן שטיצע פאר די נייע 'קרן עולם התורה', צו ראטעווען די עולם הישיבות אין ארץ ישראל וואס ווי באקאנט האט די מדינת ישראל רעגירונג אפגעהאקט די פינאנציעלע שטיצע פאר די ישיבות און כוללים, ווילאנג די תלמידים שטעלן זיך נישט אין מיליטער לויט זייער פארלאנג, איז אצינד געקומען די צייט פאר די אידן אין די דרום אמעריקאנער לענדער צו זוכה זיין צו אויפנעמען די ראשי ישיבות שליט"א און נעמען אנטייל אין שטיצן די קרן.

עס וועלן קומען צופארן די ראשי ישיבות הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ר"י סלבאדאקא, הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א ר"י מאור התורה, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ר"י המקובלים אהבת שלום, המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, הגה"צ רבי שמעון גלאי שליט"א און הגאון ר' מלכיאל קאטלער ר"י ישיבה ביהמ"ד גבוה אין לעיקוואוד.

די דעלעגאציע וועט זיך ארויסלאזן דעם קומענדיגע מוצאי שבת צוערשט קיין בראזיל וואו עס וועלן דארט פארקומען א רייע רייכע באנקעטן און ספעציעלע מסיבות, דורכאויס די נאכפאלגענדע טעג וועלן די גדולי ראשי הישיבות אויך אפרייזן קיין מעקסיקע און פאנאנמא צו דארטן אויפטרייבן ריזיגע געלטער פארן קרן, און וועלן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל אום פרייטאג אינדערפרי.
unnamed - 2024-09-03T140007.377.jpg
unnamed - 2024-09-03T140007.377.jpg (228.04 KiB) געזען געווארן 62 מאל
שרייב פאוסט