און יעצט בריווען פון הגר"נ קארעליץ זצ"ל, און הגר"ד לאנדא שליט"א.
קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 163
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 222
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
יישר כח @פנים חדשות
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
זיין תלמיד רבי אליקים? וויפיל אנדערע תלמידים האט ער געהאט וואס כולם פה אחד אז גיין צו די בחירות איז א חוב קדוש? רבי אליקים איז דעת אחד יחיד ומיוחד בזה. (ואולי יש עוד אחרים, ואין להאריך)וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:31 pm מ'קען דאך פרעגן זיין תלמיד הגאון ר' אליקים שליט"א
@פנים חדשות מ'איבערצייגט זיך איבער און איבער אז מ'בויט אויף לופט, אין די טעמע אליין טרעף ווי מ'בויט אויף געפיל און ס'איז שוין ''ברור כשמש'', אז ס'איז געווען אסיפות און בירורים און אז דער סטייפלער האט אוודאי געהערט פונעם חזון איש.........
און מ'זאגט שוין איבער מיט א דביקות אז דער הייליגער חזון איש האט געהאלטן בלא בלא בלא
קיינער האט נישט געזאגט אז עס איז געווען אסיפות איבער דעם, איך האב בסך הכל געזאגט אז עס איז ברור כשמש אז ווען דער טשעבינער רב האט מורה געווען צו גיין צו די בחירות, האט ער דאס דן געווען בכובד ראש! דער טשעבינער רב האט זיך נישט געווארפען מיט פסקים ארויס פון ארבעל אן דן זיין בכובד ראש. און דער טשעבינער רב זעלבסט איז אליינס געגאנגען, אנדערש ווי רוב גדולי ישראל וואס האבן נאר געהייסען גיין.
און בדרך אגב, ווי @פנים חדשות ברענגט די בריוו פון קריינא דאיגרתא וואס כמדומה אז איך האב עס שוין אמאל געברענגט דא אויפן פארום. קיינער האט נישט געהאט די קירבא ביים חזון איש, ווי דער סטייפלער. קיינער. ווען ער זאגט אז דער חזון איש האט געהאלטען אז מען דארף גיין צו די בחירות, האט דער חזון איש אזוי געהאלטען. ביי אים איז די חזון איש געווען דער קודש הקדשים, און ער האט זיך נישט גערירט פון חזון איש כמלא נימא.
אגב, @פנים חדשות נישט מישען צווישען בחירות לערייה צו די אנדערע בחירות. בחירות לערייה איז לית מאן דפליג אז דער חזון איש האט געהייסען גיין, און ער איז געשטאנען בראש המערכה ביי די בחירות אין בני ברק. און אפי' סאטמאר רבי האט אויך געהאלטען אז מען מעג גיין. נאר וויבאלד געוויסע אין די עדה האבן געהאלטען אז נישט משום טעמים אחרים, האט ער נישט געוואלט קריגען.
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
זיין איידעם האט געזאגט פארן רבי'ן ז"ל בעל דברי יואל אז ער האט עס נישט מברר געוועןנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:36 pmקיינער האט נישט געזאגט אז עס איז געווען אסיפות איבער דעם, איך האב בסך הכל געזאגט אז עס איז ברור כשמש אז ווען דער טשעבינער רב האט מורה געווען צו גיין צו די בחירות, האט ער דאס דן געווען בכובד ראש! דער טשעבינער רב האט זיך נישט געווארפען מיט פסקים ארויס פון ארבעל אן דן זיין בכובד ראש. און דער טשעבינער רב זעלבסט איז אליינס געגאנגען, אנדערש ווי רוב גדולי ישראל וואס האבן נאר געהייסען גיין.וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:31 pm מ'קען דאך פרעגן זיין תלמיד הגאון ר' אליקים שליט"א
@פנים חדשות מ'איבערצייגט זיך איבער און איבער אז מ'בויט אויף לופט, אין די טעמע אליין טרעף ווי מ'בויט אויף געפיל און ס'איז שוין ''ברור כשמש'', אז ס'איז געווען אסיפות און בירורים און אז דער סטייפלער האט אוודאי געהערט פונעם חזון איש.........
און מ'זאגט שוין איבער מיט א דביקות אז דער הייליגער חזון איש האט געהאלטן בלא בלא בלא
זייער ריכטיג, דאס איז א גרויס חלק אין די מישמאשנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:36 pm אגב, @פנים חדשות נישט מישען צווישען בחירות לערייה צו די אנדערע בחירות. בחירות לערייה איז לית מאן דפליג אז דער חזון איש האט געהייסען גיין, און ער איז געשטאנען בראש המערכה ביי די בחירות אין בני ברק. און אפי' סאטמאר רבי האט אויך געהאלטען אז מען מעג גיין. נאר וויבאלד געוויסע אין די עדה האבן געהאלטען אז נישט משום טעמים אחרים, האט ער נישט געוואלט קריגען.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10879
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10879
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10879
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10879
Re: קרן עולם התורה - היסטארישע מסע הצלה
פרישע מסע הקודש וועט אונטערגענומען
נאך די פארלאפענע געלונגענע נסיעות קיין אמעריקע אין ענגלאנד וואו די ראשי ישיבות און אדמורי"ם האבן אפגערייזט אין די לעצטערע חדשים צו אויפטרייבן שטיצע פאר די נייע 'קרן עולם התורה', צו ראטעווען די עולם הישיבות אין ארץ ישראל וואס ווי באקאנט האט די מדינת ישראל רעגירונג אפגעהאקט די פינאנציעלע שטיצע פאר די ישיבות און כוללים, ווילאנג די תלמידים שטעלן זיך נישט אין מיליטער לויט זייער פארלאנג, איז אצינד געקומען די צייט פאר די אידן אין די דרום אמעריקאנער לענדער צו זוכה זיין צו אויפנעמען די ראשי ישיבות שליט"א און נעמען אנטייל אין שטיצן די קרן.
עס וועלן קומען צופארן די ראשי ישיבות הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ר"י סלבאדאקא, הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א ר"י מאור התורה, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ר"י המקובלים אהבת שלום, המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, הגה"צ רבי שמעון גלאי שליט"א און הגאון ר' מלכיאל קאטלער ר"י ישיבה ביהמ"ד גבוה אין לעיקוואוד.
די דעלעגאציע וועט זיך ארויסלאזן דעם קומענדיגע מוצאי שבת צוערשט קיין בראזיל וואו עס וועלן דארט פארקומען א רייע רייכע באנקעטן און ספעציעלע מסיבות, דורכאויס די נאכפאלגענדע טעג וועלן די גדולי ראשי הישיבות אויך אפרייזן קיין מעקסיקע און פאנאנמא צו דארטן אויפטרייבן ריזיגע געלטער פארן קרן, און וועלן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל אום פרייטאג אינדערפרי.