בלאט 3 פון 11

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:24 pm
דורך תינוק הבורח
פלעשלייט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:10 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 9:23 pm הנה שלך לפניך.

ובעצם למה לי קרא סברא הוא!

אויב וואסער אין די שאוער גייט עס נישט אראפנעמען, פארוואס זאל עס די וואסער אין מקוה אראפנעמען?
איך זאל דיר פונקליך מסביר זיין וואס יענער טוט אין בור?
Whatever ער טוט, זאל ער עס נישט טון נישט קיין חילוק צו ער איז געווען אין שאוער אדער נישט.

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:27 pm
דורך פישל שווארץ
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 9:23 pm הנה שלך לפניך.

ובעצם למה לי קרא סברא הוא!

אויב וואסער אין די שאוער גייט עס נישט אראפנעמען, פארוואס זאל עס די וואסער אין מקוה אראפנעמען?
וואס דעמאלטס האבן זיי אזוי פארפירט ביי קאוויד אז מען דארף זיך וואשן מיט זייף? אפשר געווען א קאנספיראציע פון די זייף פירמע...

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:29 pm
דורך תינוק הבורח
פישל שווארץ האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:27 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 9:23 pm הנה שלך לפניך.

ובעצם למה לי קרא סברא הוא!

אויב וואסער אין די שאוער גייט עס נישט אראפנעמען, פארוואס זאל עס די וואסער אין מקוה אראפנעמען?
וואס דעמאלטס האבן זיי אזוי פארפירט ביי קאוויד אז מען דארף זיך וואשן מיט זייף? אפשר געווען א קאנספיראציע פון די זייף פירמע...
באקטעריע.

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:28 pm
דורך פלעשלייט
די סאטמאר רבי בעל ברך משה, האט אמאל געהייסן דעם שמש אין ראדני, נישט צו פארלעשן די שויערס אין די ניין טעג, אזוי ווי די פלעצער וואס זוכן א גאנצע טאג צו קאָנטראָלירן מענטשן טוען, צוליב א מענטש גייט אמאל ארויס בעפארן מקוה, זאל ער זיך קענען געבן א וואש אפ.

וואס וויל איך מיט די מעשה יעצט?
איך ווילסט אנהייבן כאפן, אז א מענטש איז נישט אלעמאל אינגאנצן זויבער, און ווען מ' וואשט זיך אפ מיט וואסער -אפילו אן זייף- קומט עס אראפ.

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:47 pm
דורך תינוק הבורח
פלעשלייט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:28 pm די סאטמאר רבי בעל ברך משה, האט אמאל געהייסן דעם שמש אין ראדני, נישט צו פארלעשן די שויערס אין די ניין טעג, אזוי ווי די פלעצער וואס זוכן א גאנצע טאג צו קאָנטראָלירן מענטשן טוען, צוליב א מענטש גייט אמאל ארויס בעפארן מקוה, זאל ער זיך קענען געבן א וואש אפ.

וואס וויל איך מיט די מעשה יעצט?
איך ווילסט אנהייבן כאפן, אז א מענטש איז נישט אלעמאל אינגאנצן זויבער, און ווען מ' וואשט זיך אפ מיט וואסער -אפילו אן זייף- קומט עס אראפ.
וואס איז דער היתר צו גיין בפרהסיא אין שאוער אין די ניין טעג?

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:31 pm
דורך פלעשלייט
תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:47 pm

מיין ציל פון ברענגען די מעשה, איז נישט געווען צו דיסקוסירן צו מ' מעג יא אדער נישט גיין אין שויער בפרהסיא אין די ניין טעג.
פארשטייסט? אַיאָ?

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:32 pm
דורך דער תהלים איד
ס'א קראנטע מעשה? אז דער ברך משה האט געהייסן לאזן אפן?

ס'ערשטע מאל איך הער דאס.

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:52 pm
דורך נקודות טובות
פלעשלייט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:31 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:47 pm
פלעשלייט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:28 pm די סאטמאר רבי בעל ברך משה, האט אמאל געהייסן דעם שמש אין ראדני, נישט צו פארלעשן די שויערס אין די ניין טעג, אזוי ווי די פלעצער וואס זוכן א גאנצע טאג צו קאָנטראָלירן מענטשן טוען, צוליב א מענטש גייט אמאל ארויס בעפארן מקוה, זאל ער זיך קענען געבן א וואש אפ.

וואס וויל איך מיט די מעשה יעצט?
איך ווילסט אנהייבן כאפן, אז א מענטש איז נישט אלעמאל אינגאנצן זויבער, און ווען מ' וואשט זיך אפ מיט וואסער -אפילו אן זייף- קומט עס אראפ.
וואס איז דער היתר צו גיין בפרהסיא אין שאוער אין די ניין טעג?
מיין ציל פון ברענגען די מעשה, איז נישט געווען צו דיסקוסירן צו מ' מעג יא אדער נישט גיין אין שויער בפרהסיא אין די ניין טעג.
פארשטייסט? אַיאָ?
איך פארשטיי אז נישט דאס איז געווען די ציל, אבער עס איז פארט א מעשה רב וואס פארלאנגט א ביאור.

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:06 pm
דורך צווייטער
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:52 pm
פלעשלייט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:31 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:47 pm

וואס איז דער היתר צו גיין בפרהסיא אין שאוער אין די ניין טעג?
מיין ציל פון ברענגען די מעשה, איז נישט געווען צו דיסקוסירן צו מ' מעג יא אדער נישט גיין אין שויער בפרהסיא אין די ניין טעג.
פארשטייסט? אַיאָ?
איך פארשטיי אז נישט דאס איז געווען די ציל, אבער עס איז פארט א מעשה רב וואס פארלאנגט א ביאור.
זיך אפוואשן פון שמוץ איז לכו''ע מותר אין די ניין טעג, אפילו ת''ב מותר

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:19 pm
דורך פלעשלייט
@צווייטער @דער תהלים איד @תינוק הבורח @נקודות טובות מ' קען פירן דעם שמועס איבער זיך שויערן אין די ניין טעג, אין דעם אשכול.

viewtopic.php?p=936#p936

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:22 pm
דורך נקודות טובות
@צווייטער און @פלעשלייט איך האב נישט געזאגט קיין מיינונג איבער שויער אין די 9 טעג. איך האב בסך הכל בארעכטיגט @תינוק הבורח פארן פרעגן...

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 10:15 pm
דורך תינוק הבורח
פלעשלייט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:31 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:47 pm
פלעשלייט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:28 pm די סאטמאר רבי בעל ברך משה, האט אמאל געהייסן דעם שמש אין ראדני, נישט צו פארלעשן די שויערס אין די ניין טעג, אזוי ווי די פלעצער וואס זוכן א גאנצע טאג צו קאָנטראָלירן מענטשן טוען, צוליב א מענטש גייט אמאל ארויס בעפארן מקוה, זאל ער זיך קענען געבן א וואש אפ.

וואס וויל איך מיט די מעשה יעצט?
איך ווילסט אנהייבן כאפן, אז א מענטש איז נישט אלעמאל אינגאנצן זויבער, און ווען מ' וואשט זיך אפ מיט וואסער -אפילו אן זייף- קומט עס אראפ.
וואס איז דער היתר צו גיין בפרהסיא אין שאוער אין די ניין טעג?
מיין ציל פון ברענגען די מעשה, איז נישט געווען צו דיסקוסירן צו מ' מעג יא אדער נישט גיין אין שויער בפרהסיא אין די ניין טעג.
פארשטייסט? אַיאָ?
און מיין ציל איז געווען צו זאגן אז דאס איז א מעשה שלא היה

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 10:28 pm
דורך פלעשלייט
תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 10:15 pm
פלעשלייט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:31 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:47 pm

וואס איז דער היתר צו גיין בפרהסיא אין שאוער אין די ניין טעג?
מיין ציל פון ברענגען די מעשה, איז נישט געווען צו דיסקוסירן צו מ' מעג יא אדער נישט גיין אין שויער בפרהסיא אין די ניין טעג.
פארשטייסט? אַיאָ?
און מיין ציל איז געווען צו זאגן אז דאס איז א מעשה שלא היה
viewtopic.php?p=51891#p51891

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 01, 2024 6:15 pm
דורך דער ידען
ווי איך געדענק שטייט אין ספר הקדוש יסוד שורש העבודה - אז ערב שבת זאל מען קודם גיין אין מקוה און נאכדעם זיך וואשן לכבוד שבת, ווייל גיין אין מקוה איז נאר א מנהג קדוש, משא"כ זיך וואשן פאר שבת, ריין מאכן לכבוד שבת קודש שטייט אין שו"ע הל' שבת.

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:46 am
דורך שמשון הגיבור
און של׳׳ה הקדוש שטייט אז מ׳זאל דוקא זיך וואשען נאכן מקוה כדי צו ווייזען אז עס איז נאר א תוספות קדושה.
ער מיינט לכאורה טבילת ע. לכאורה אויך.
און ס׳שטייט נישט און קיין איין הלכה ספר אז מ׳טאר נישט.
און יסוד שורש עבודה ׳׳ערב שבת׳׳ ׳׳אחר הטבילה דייקא ילך למרחץ׳׳
ובכתבי האר׳׳י שהמקוה היא הכנה למרחץ של ערב שבת דמרחץ בער׳׳ש הוא דבר גדול.
ובשו׳׳ע מצוה מן המובחר ׳׳מיט זייף׳׳
[דער איסור איז ביי טבילת נ. גזירה שמה יאמרו המרחץ מטהר ולא המקוה]

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:54 am
דורך שמשון הגיבור
מ׳זאגט בשם ר׳ מאיר פרימעשלאנער זי׳׳ע און ר׳ נתן מברסלב זי׳׳ע
אז מקוה איז תקוה.
און אז מ׳גייט און מקוה יעדן טאג וועט מען האבן א תקוה און נישט שטארבן אן א תשובה.
״לענינינו״
פיל אידן גייען נישט און מקוה ווייל די מגידי שיעורים האבען אונז פארקויפט אז אויב מ׳גייט און שויער נאכען מקוה איז עס גארנישט ווערד , דארף מען וויסען אז ס׳איז נישט אזוי.

אגב שטייט און חיד׳׳א בשם ספר פרי האדמה אז מ׳מעיג זיך וואשען דערנאך לכתכילה.

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:27 pm
דורך יום טוב
איך בין זיך נוהג צו נעמען א שויער יעדע צווייטע טאג , מיינע זיידעס האבן לכאורה גענומען איינמאל א וואך און אמאל האט רוב עולם אזוי געטון און ווייל אפאר אידן האבן מחליט געווען אז ממוז אזוי טון פלאן איך נישט צו טוישן, און פאר די יודען וואס זאגן אז זיי עקלן זיך וויל איך פרעגן צו שבת עקלן זיי זיך אויך ווען קיינער נעמט נישט קיין שויער און יום טוב איז צוויי טעג און צומאל דריי

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:27 pm
דורך שמייכלדיג
שמשון הגיבור האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:46 am און של׳׳ה הקדוש שטייט אז מ׳זאל דוקא זיך וואשען נאכן מקוה כדי צו ווייזען אז עס איז נאר א תוספות קדושה.
ער מיינט לכאורה טבילת ע. לכאורה אויך.
און ס׳שטייט נישט און קיין איין הלכה ספר אז מ׳טאר נישט.
און יסוד שורש עבודה ׳׳ערב שבת׳׳ ׳׳אחר הטבילה דייקא ילך למרחץ׳׳
ובכתבי האר׳׳י שהמקוה היא הכנה למרחץ של ערב שבת דמרחץ בער׳׳ש הוא דבר גדול.
ובשו׳׳ע מצוה מן המובחר ׳׳מיט זייף׳׳
[דער איסור איז ביי טבילת נ. גזירה שמה יאמרו המרחץ מטהר ולא המקוה]
אז איר ווילט יוצא זיין דעם ענין פון גיין נאך די מקוה אין שויער, קענט איר מאכן: שויער - מקוה - שויער, האט איר יוצא געווען ביידע, סיי די ענין פון גיין אין שויער נאך די מקוה, און סיי די מצות עשה דאורייתא פון ואהבת לרעך כמוך, בל תשקצו, ועוד כמה מצות.

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:31 pm
דורך שמייכלדיג
@יום טוב איך פלעג אויך נישט מקפיד זיין צו גיין, ביז כ'האב געזען מעלדונגען וואס בעטן אויף דעם, האב איך פארשטאנען פון דעם אז ס'דא מענשטן וואס ס'באדערט זיי, און אז א איד זאגט אז ס'שטערט אים, פארוואס זאל איך עס נישט טוען פאר אים?

הריני מקבל עלי מצות עשה של ואהבת לרעך כמוך איז נישט א לחש.. (הרה"ק ר' יענקעלע מ'פשעווארסק)

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:39 pm
דורך יום טוב
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:31 pm @יום טוב איך פלעג אויך נישט מקפיד זיין צו גיין, ביז כ'האב געזען מעלדונגען וואס בעטן אויף דעם, האב איך פארשטאנען פון דעם אז ס'דא מענשטן וואס ס'באדערט זיי, און אז א איד זאגט אז ס'שטערט אים, פארוואס זאל איך עס נישט טוען פאר אים?

איך בין נישט מסכים ווייל דאס שמעקט פון מאדענעריזם און אמעריקאנער לופט און אויב יענער וועט פארלאנגען אז איך זאל נוצן פערפיום וועל איך דאס אויך נישט נאכגעבן ,כאניאקישקייט איז זייער א שטארקע זאך ביי חסידישע אידן

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:39 pm
דורך שמייכלדיג
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:27 pm און פאר די יודען וואס זאגן אז זיי עקלן זיך וויל איך פרעגן צו שבת עקלן זיי זיך אויך ווען קיינער נעמט נישט קיין שויער און יום טוב איז צוויי טעג און צומאל דריי
שבת איז שבת, און שיירים איז שיירים..

ביי אידישקייט זאכן איז מען געטרעינט אז ס'עקעלט נישט..

כל כהן שאינו מודה בעבודה אף במגונה שבהן אין לו חלק בכהונה

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:41 pm
דורך שמייכלדיג
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:39 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:31 pm @יום טוב איך פלעג אויך נישט מקפיד זיין צו גיין, ביז כ'האב געזען מעלדונגען וואס בעטן אויף דעם, האב איך פארשטאנען פון דעם אז ס'דא מענשטן וואס ס'באדערט זיי, און אז א איד זאגט אז ס'שטערט אים, פארוואס זאל איך עס נישט טוען פאר אים?

הריני מקבל עלי מצות עשה של ואהבת לרעך כמוך איז נישט א לחש.. (הרה"ק ר' יענקעלע מ'פשעווארסק)
איך בין נישט מסכים ווייל דאס שמעקט פון מאדענעריזם און אמעריקאנער לופט און אויב יענער וועט פארלאנגען אז איך זאל נוצן פערפיום וועל איך דאס אויך נישט נאכגעבן ,כאניאקישקייט איז זייער א שטארקע זאך ביי חסידישע אידן
אויב אזוי זאלסטו מוחל זיין און גיין מיט בלאטיגע שטיוול און זיך וואשן פעמיים ביובל

ר' איד זאכן האבן זיך געטוישט און מ'דארף זיין א מענטש לפי המקום והזמן, לעולם יהא אדם ואח"כ ירא שמים, און נישט מגנה זיין בני תורה בעיני הבריות, דאס מיינט נישט חאניאקיש, א חאניאק מיינט פאר זיך נישט אויף יענעמ'ס חשבון.

ס'געווען צדיקים וואס האבן זיך אפי' געלאזט פאטאגראפירן רח"ל ווייל א איד האט געוואלט מאכן פרנסה, כ"ש אז ס'איז דא אידן וואס ס'שטערט זיי מעג מען זיך צושטעלן, מ'ווערט נישט אויס חאניאק.

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:47 pm
דורך יום טוב
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:41 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:39 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:31 pm @יום טוב איך פלעג אויך נישט מקפיד זיין צו גיין, ביז כ'האב געזען מעלדונגען וואס בעטן אויף דעם, האב איך פארשטאנען פון דעם אז ס'דא מענשטן וואס ס'באדערט זיי, און אז א איד זאגט אז ס'שטערט אים, פארוואס זאל איך עס נישט טוען פאר אים?

הריני מקבל עלי מצות עשה של ואהבת לרעך כמוך איז נישט א לחש.. (הרה"ק ר' יענקעלע מ'פשעווארסק)
איך בין נישט מסכים ווייל דאס שמעקט פון מאדענעריזם און אמעריקאנער לופט און אויב יענער וועט פארלאנגען אז איך זאל נוצן פערפיום וועל איך דאס אויך נישט נאכגעבן ,כאניאקישקייט איז זייער א שטארקע זאך ביי חסידישע אידן
אויב אזוי זאלסטו מוחל זיין און גיין מיט בלאטיגע שטיוול און זיך וואשן פעמיים ביובל

ר' איד זאכן האבן זיך געטוישט און מ'דארף זיין א מענטש לפי המקום והזמן, לעולם יהא אדם ואח"כ ירא שמים, און נישט מגנה זיין בני תורה בעיני הבריות, דאס מיינט נישט חאניאקיש
איך הער אייער מיינונג אבער גיין יעדן צוויטן טאג איז אין מיינע אויגן נארמאל לפי המקום והזמן ס"ה זענען דא מגושמים וואס זיי ברענגען אריין אזא עדיטוט און איך האלט נישט ביים זיך צושטעלן, והא ראיה שבת זעהט ער נישט קיין פראבלעם

אגב שוין כמה פעמים געהערט פון מיין רבין שליט"א ביי של"ס איבער די גרויסקייט פון מקוה לייגט ער צו אבער גיין אין מקוה לא כאותן וואס גייען אין מרחץ דאס האט נישט קיין שום פשט
ממעג האלטן אנדערש אבער כנלפע"ד

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:56 pm
דורך שמייכלדיג
@יום טוב טעות, דאס איז נישט א מגושמים עדיטוט.

שוין מחלק געווען וועגן שבת.

און לגבי וואס דיין רבי רעדט, רעדט ער נישט פון א שווענק אפ, נאר פון רחיצה מיט תמרוקים

אבער אז דו האסט שוין פארמאכט דיין מיינונג איז נישט.

Re: גיין אין שויער פאר'ן מקוה

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:58 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:47 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:41 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:39 pm

איך בין נישט מסכים ווייל דאס שמעקט פון מאדענעריזם און אמעריקאנער לופט און אויב יענער וועט פארלאנגען אז איך זאל נוצן פערפיום וועל איך דאס אויך נישט נאכגעבן ,כאניאקישקייט איז זייער א שטארקע זאך ביי חסידישע אידן
אויב אזוי זאלסטו מוחל זיין און גיין מיט בלאטיגע שטיוול און זיך וואשן פעמיים ביובל

ר' איד זאכן האבן זיך געטוישט און מ'דארף זיין א מענטש לפי המקום והזמן, לעולם יהא אדם ואח"כ ירא שמים, און נישט מגנה זיין בני תורה בעיני הבריות, דאס מיינט נישט חאניאקיש
איך הער אייער מיינונג אבער גיין יעדן צוויטן טאג איז אין מיינע אויגן נארמאל לפי המקום והזמן ס"ה זענען דא מגושמים וואס זיי ברענגען אריין אזא עדיטוט און איך האלט נישט ביים זיך צושטעלן, והא ראיה שבת זעהט ער נישט קיין פראבלעם

אגב שוין כמה פעמים געהערט פון מיין רבין שליט"א ביי של"ס איבער די גרויסקייט פון מקוה לייגט ער צו אבער גיין אין מקוה לא כאותן וואס גייען אין מרחץ דאס האט נישט קיין שום פשט
ממעג האלטן אנדערש אבער כנלפע"ד
מ' רעדט נישט דווקא אז מ' זאל זיך וואשן פאר צען מינוט מיט כל מיני זייפן, מ' רעדט ס"ה זיך צו געבן א שווענק אפ מיט וואסער, אזאך וואס נעמט צווישן 10 און 30 סעקונדעס, איז דאס א סתירה מיט חאניאקישקייט??
האקט..

די בור הטבילה באלאנגט פארן רבים, עס איז נישט קיינעם'ס פרייוואטע חפץ, אויב האסטו א פרייוואטע מקוה, דאן טוה דארט וואס דו ווילסט, אבער א מקוה וואס באלאנגט פארן רבים, קען מען נישט זאגן אז איך רעכן מיר נישט מיט אנדערע