בלאט 3 פון 4
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:50 pm
דורך המברך יתברך
מ'גייט קיינמאל נישט וויסן קיין ענטפער אויף דער פראגע צי ס'איז אויסגעהאלטן אדער נישט, פונקט ווי מ'גייט קיינמאל נישט וויסן פאר זיכער ווער ס'האט די איינציגסטע אמת'ע דעת תורה אויף יעדע זאך.
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:32 pm
דורך פעפסי
די ישיבות טענה'ן די סעים נאר ארומגעדרימט די קעפל.
"חתנים לאזן נישט ווערן ישיבה אינמיטן זמן"
אבער דאס איז געגאנגן קלאר קעגן א אפנע גמרא שמונה עשרה לחופה. מילא איינער פאר זיך וויל ווארטן נו שוין אבער אפציעל אזא תקנה. כ'רע שויניש פון דעם וואס מ'קעניש וויסן וואס די עתיד מיט די בחור גייט זיין.
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:38 pm
דורך בן תורה
פעפסי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:32 pm
די ישיבות טענה'ן די סעים נאר ארומגעדרימט די קעפל.
"חתנים לאזן נישט ווערן ישיבה אינמיטן זמן"
אבער דאס איז געגאנגן קלאר קעגן א אפנע גמרא שמונה עשרה לחופה. מילא איינער פאר זיך וויל ווארטן נו שוין אבער אפציעל אזא תקנה. כ'רע שויניש פון דעם וואס מ'קעניש וויסן וואס די עתיד מיט די בחור גייט זיין.
ווי שוין געשמועסט דא, מטוט יא שידוכים נאר בסוד. דאס מיינט אז מאיז נישט עובר אויפן בן שמונה עשרה לחופה און די זעלבע צייט שטערט עס נישט פאר די ישיבה
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:42 pm
דורך פעפסי
בן תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:38 pm

ס'הייסט בסוד דעיס העלפט נישט פארן פראבלעם אז א קהילה אדער ישיבה קומט ארויס קעגן א גמרא.
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:52 pm
דורך בן תורה
פעפסי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:42 pm

פארוואס נישט? אין די גמרא שטייט בן שמונה עשרה לחופה בפרהסי'?
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:56 pm
דורך פעפסי
בן תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:52 pm
פעפסי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:42 pm
בן תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:38 pm
ווי שוין געשמועסט דא, מטוט יא שידוכים נאר בסוד. דאס מיינט אז מאיז נישט עובר אויפן בן שמונה עשרה לחופה און די זעלבע צייט שטערט עס נישט פאר די ישיבה
ס'הייסט בסוד דעיס העלפט נישט פארן פראבלעם אז א קהילה אדער ישיבה קומט ארויס קעגן א גמרא.
פארוואס
נישט? אין די גמרא שטייט בן שמונה עשרה לחופה בפרהסי'?
ניין אבער דעיס פון וואס מ'זעט אז די פראבלעם ביי די יונים איז געווען אז מ'האט נישט געמעגט דעמאלטס פאלגן די רבנן אפן. לערנט מען ארויס אז מ'דארף פאלגן די רבנן אפן און זיכער נישט זעך קעגנשטעלן און נאר אונטער טיש מאכן שידוכים.
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:29 pm
דורך וואוילער
ס'דא אסאך - לכאורה רוב ציבור - פאלגט יא די תקנה.
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:24 am
דורך גראז
צום קעפל.
איז עס אויסגעהאלטן?! ניין, נישט אויסגעהאלטן.
זענען זיי טעקניקלי אין פאוער יא צו מאכן אזא תקנה?! יא, זיי זענען.
זענען זיי נאכאלץ ראנג אפילו זיי זענען אין פאוער?! יא, זיי זענען.
וואט עלס?!
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:20 am
דורך הארציגע מוח
אין ישיבת 'חכמי לובלין' אין בני ברק האט מען איינגעפירט דעם תקנה, אזוי ווי אסאך חסידישע ישיבות אין א"י.
האב איך געהערט פון א חשוב'ער רב וואס איז געזעצן ביים אסיפה בבית מרן בעל שבט הלוי זצ"ל איבער'ן תקנה, האט ער געפרעגט דעם פוסק הדור צי מעג מען מאכן אזא תקנה, קען מען דען אפשטופן יענעמס באשערטע שידוך, 'שמא יקדמנו אחר'?
האט הרב וואזנער געענטפערט מיט א שארפקייט: נישטא קיין שום חשש! כ'קען זאגן קלאר אז רוב פראבלעמען שלום בית קומט ארויס פון די אלע וועלכע האבן חתונה אין א גאר יונגן עלטער, אזא תקנה איז חשוב און וויכטיג!
(און איך גלייב אז נאך ישיבות האבן געפרעגט דעם פשוט'ן שאלה פאר רבנים ופוסקים...)
איי אונזער דעת בעלי בתים פארשטייט נישט אזעלכע סארט פסקים, איז צייט זיך צו לערנען און אנערקענען אז א דעת תורה איז היפך דעת בעלי בתים...
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 8:03 am
דורך הייסע גרעיפ דזשוס
המברך יתברך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:30 pm
נישט מיר דארפן ענטפערן אזא שאלה. עס באלאנגט צו די גדולי הדור.
ס'קומט נישט אריין קיין פסק ווען ס'דא א קלארע הלכה אויף דעם
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:36 am
דורך וואוילער
הארציגע מוח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:20 am
האט הרב וואזנער געענטפערט מיט א שארפקייט: נישטא קיין שום חשש! כ'קען זאגן קלאר אז רוב פראבלעמען שלום בית קומט ארויס פון די אלע וועלכע האבן חתונה אין א גאר יונגן עלטער, אזא תקנה איז חשוב און וויכטיג!
די נקודה איז אן אלטע מחלוקת צווישן די חסידישע און ליטווישע קרייזן.
ביי די ליטווישע פירט מען זיך ״ילמוד תורה ואחר כך ישא אשה״ און ביי די חסידים האט מעו מקפיד געוועהן אויף בן שמו״ע לחופה אויב ס'באשערט.
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:00 am
דורך בן תורה
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:36 am
הארציגע מוח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:20 am
האט הרב וואזנער געענטפערט מיט א שארפקייט: נישטא קיין שום חשש! כ'קען זאגן קלאר אז רוב פראבלעמען שלום בית קומט ארויס פון די אלע וועלכע האבן חתונה אין א גאר יונגן עלטער, אזא תקנה איז חשוב און וויכטיג!
די נקודה איז אן אלטע מחלוקת צווישן די חסידישע און ליטווישע קרייזן.
ביי די ליטווישע פירט מען זיך ״ילמוד תורה ואחר כך ישא אשה״ און ביי די חסידים האט מעו מקפיד געוועהן אויף בן שמו״ע לחופה אויב ס'באשערט.
ווי ווייט איך ווייס איז הרב וואזנער נישט געווען קיין ליטווישער
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:01 am
דורך המברך יתברך
אבער יא א יעקישער און אויך אונטער די השפעה פון חזון איש זצ"ל וכל הליטווישער קרייז אין אסאך ענינים.
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:51 am
דורך הארציגע מוח
הייסע גרעיפ דזשוס האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 8:03 am
המברך יתברך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:30 pm
נישט מיר דארפן ענטפערן אזא שאלה. עס באלאנגט צו די גדולי הדור.
ס'קומט נישט אריין קיין פסק ווען ס'דא א קלארע הלכה אויף דעם
ס'קומט נישט אריין קיין וואוט? א קלארע הלכה? וואו איז די הלכה פונקט?
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:55 am
דורך הארציגע מוח
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:36 am
הארציגע מוח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:20 am
האט הרב וואזנער געענטפערט מיט א שארפקייט: נישטא קיין שום חשש! כ'קען זאגן קלאר אז רוב פראבלעמען שלום בית קומט ארויס פון די אלע וועלכע האבן חתונה אין א גאר יונגן עלטער, אזא תקנה איז חשוב און וויכטיג!
די נקודה איז אן אלטע מחלוקת צווישן די חסידישע און ליטווישע קרייזן.
ביי די ליטווישע פירט מען זיך ״ילמוד תורה ואחר כך ישא אשה״ און ביי די חסידים האט מעו מקפיד געוועהן אויף בן שמו״ע לחופה אויב ס'באשערט.
די עולם האט זייער, ממש זייער, געוואלט וויסן עפעס א פסק הלכה, און אז אלע ישיבות זענען נישט ממש אפגעפארן, איא? נישט פון ענינים און קפידות, נאר טרוקענע הלכה פון 'שמא יקדמנו אחר', האב איך ב"ה געברענגט א פסק פונעם גרויסן פוסק. וואס איז יעצט?
מ'רעדט נישט פון חסידישע ענינים, וואס אויף דעם איז סאך גרינגער צו משנה זיין - טאמער א רבי און מנהיג זעט אזוי, כאטש מיר פארשטייען נישט. די עולם דא איז פשוט געווען שטארק באזארגט אז ס'קעגן א הלכה. ברענגט איך שוין א דבר הלכה, טרעפט מען אונטערערדישע געדאנקען אז די טענות אויף די ישיבות און אייגענע געפילן זאלן בלייבן.
יעצט צו דיין טענה, מ'רעדט נישט פון חתונה האבן אין די ליטווישע עידזש, ביי הרב וואזנער איז די תקנה געווען ווי אין רוב ישיבות, נישט ווערן גלייך ביי די 17, נאר ביז אינמיטן שיעור ג', 18.5 בערך.
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:58 am
דורך הארציגע מוח
המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:01 am
אבער יא א יעקישער און אויך אונטער די השפעה פון חזון איש זצ"ל וכל הליטווישער קרייז אין אסאך ענינים.
ער איז געווען אויסגעקאכט אין אלע חסידישע ספרים, א אונגארישער חסידישער רב מיט אלע פיטישווקעס, אויסער פארענטשעס און סטראקעס.
כ'ווייס נישט פארוואס ס'ברענט אזוי צו זאגן אז ער איז געווען אונטער השפעה פון ליטווישע קרייזן.
אדרבה, גייט ארום און פרעגט חסידישע פוסקים פון קרייזן וועלכע האבן די תקנות, אויב וויל מען דא באמת הערן פון ריינע הלכה און השקפה...
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:45 am
דורך סטעישאן וועעגן
הארציגע מוח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:20 am
אין ישיבת 'חכמי לובלין' אין בני ברק האט מען איינגעפירט דעם תקנה, אזוי ווי אסאך חסידישע ישיבות אין א"י.
האב איך געהערט פון א חשוב'ער רב וואס איז געזעצן ביים אסיפה בבית מרן בעל שבט הלוי זצ"ל איבער'ן תקנה, האט ער געפרעגט דעם פוסק הדור צי מעג מען מאכן אזא תקנה, קען מען דען אפשטופן יענעמס באשערטע שידוך, 'שמא יקדמנו אחר'?
האט הרב וואזנער געענטפערט מיט א שארפקייט: נישטא קיין שום חשש! כ'קען זאגן קלאר אז רוב פראבלעמען שלום בית קומט ארויס פון די אלע וועלכע האבן חתונה אין א גאר יונגן עלטער, אזא תקנה איז חשוב און וויכטיג!
(און איך גלייב אז נאך ישיבות האבן געפרעגט דעם פשוט'ן שאלה פאר רבנים ופוסקים...)
איי אונזער דעת בעלי בתים פארשטייט נישט אזעלכע סארט פסקים, איז צייט זיך צו לערנען און אנערקענען אז א דעת תורה איז היפך דעת בעלי בתים...
Wow
געטוישט מיין בליק אויף די תקנה...
כ'בין נאר נאר נייגעריג אויף ביז וועלעכע עידזש איז געווען די תקנה ביי הרב וואזנער.
אויב איינער קען ביטע אריין קומען מיט א קלארע ידיעה (נישט בלויז השערה)
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:47 pm
דורך הארציגע מוח
ווי כ'געדענק איז עס געווען א תקנה צווישן פילע חסידישע ישיבות אין א"י ביז ערגעצוואו אינמיטן שיעור ג', אדער אפי' שיעור סוף שיעור ב'. כ'וועל אי"ה פרובירן פרעגן די פונקטליכע פרטים.
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:43 am
דורך טובי' שרייבער
הארציגע מוח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:20 am
האט הרב וואזנער געענטפערט מיט א שארפקייט: נישטא קיין שום חשש! כ'קען זאגן קלאר אז רוב פראבלעמען שלום בית קומט ארויס פון די אלע וועלכע האבן חתונה אין א גאר יונגן עלטער, אזא תקנה איז חשוב און וויכטיג!
אויב אזוי דארף איך א הסבר אויף "בן שמונה עשרה לחופה".
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 8:20 am
דורך תינוק הבורח
טובי' שרייבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:43 am
הארציגע מוח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:20 am
האט הרב וואזנער געענטפערט מיט א שארפקייט: נישטא קיין שום חשש! כ'קען זאגן קלאר אז רוב פראבלעמען שלום בית קומט ארויס פון די אלע וועלכע האבן חתונה אין א גאר יונגן עלטער, אזא תקנה איז חשוב און וויכטיג!
אויב אזוי דארף איך א הסבר אויף "בן שמונה עשרה לחופה".
אויף בן חמש למקרא וכו' האסטו שוין א הסבר?
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:50 pm
דורך טובי' שרייבער
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 8:20 am
טובי' שרייבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:43 am
הארציגע מוח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:20 am
האט הרב וואזנער געענטפערט מיט א שארפקייט: נישטא קיין שום חשש! כ'קען זאגן קלאר אז רוב פראבלעמען שלום בית קומט ארויס פון די אלע וועלכע האבן חתונה אין א גאר יונגן עלטער, אזא תקנה איז חשוב און וויכטיג!
אויב אזוי דארף איך א הסבר אויף "בן שמונה עשרה לחופה".
אויף בן חמש למקרא וכו' האסטו שוין א הסבר?
בן חמש למקרא איז א זאך וואס איז אסאך שווערער ווי בן שמונה עשרה לחופה.. (וואס געשעהנט זייער אפט!)
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:37 pm
דורך ענותן
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 8:20 am
טובי' שרייבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:43 am
הארציגע מוח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:20 am
האט הרב וואזנער געענטפערט מיט א שארפקייט: נישטא קיין שום חשש! כ'קען זאגן קלאר אז רוב פראבלעמען שלום בית קומט ארויס פון די אלע וועלכע האבן חתונה אין א גאר יונגן עלטער, אזא תקנה איז חשוב און וויכטיג!
אויב אזוי דארף איך א הסבר אויף "בן שמונה עשרה לחופה".
אויף בן חמש למקרא וכו' האסטו שוין א הסבר?
עי' בכמה מפוסקים ,שוע"ה ועוד , אפשר א צווייטע מאל העל איך ארויפקומען מיט מראי מקומות
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:40 pm
דורך דאפלטער
ווי ווייט איך ווייס איז דא איין ישיבה אין ניו יורק וואס האט אזא תקנה, און די ראש ישיבה דארט האט א פעסטע דעת תורה,
ער זאגט סך הכל, אין מיין ישיבה לערנען נישט קיין חתנים, אז איינער ווערט א חתן וועט ער זיין זייער פרייליך און וואונטשן כל טוב מעומקו דלבו, אבער אין ישיבה וועט ער אים נישט צוריק לאזן
און ווער עס ווייסט פון וועלכע ישיבה די רעדע איז ווייסט אויך אז די ראש ישיבה איז ווייט נישט קיין קטלא קניא נאר א ערנסטער דעת תורה מיט אלע מפרשים
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 9:44 am
דורך מאדערן ארט
אפסעלאטלי נאט, ס'דאך א בפרוש'ע פסוק לא תהו ישבת יצרה, און משיח וועטעך נאר קומען נאכן אויסליידיגן אלע נשמות..
Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 9:51 am
דורך תינוק הבורח
מאדערן ארט האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 9:44 am
אפסעלאטלי נאט, ס'דאך א בפרוש'ע פסוק לא תהו ישבת יצרה, און משיח וועטעך נאר קומען נאכן אויסליידיגן אלע נשמות..
וואס האט דער פסוק מיט חתנים אינמיטן זמן?