בלאט 3 פון 3
Re: ווען דארף מען ענדיגן א חתונה? (אנקעטע)
געפאוסט: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:04 pm
דורך אלטער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 12:32 pm
מחדש האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 12:10 am
3) קיינער פון די קרובים דארפן נישט בלייבן צום מצווה טאנץ, פילט פריי אהיים צו גיין שוין פון נאך די חופה און ווייטער.
האסט נאכנישט חתונה געמאכט. אמת?...
אמאל ביי א משפחה חתונה האב איך געזען ווי א שוואגער זעקלט זיך אהיים ווי נאר מ’האט אנגעהויבן דעם מצוה טאנץ. יענער איז דאן געווען ממש בעפארן אריין גיין אין שידוכים יארן, געב איך אים א פרעג צי ער וואלט געוואלט אז ווער ער מאכט חתונה זאל זיך די גאנצע משפחה אויף שטעלן אנהייב מצוה טאנץ, און זיך גיין צו ליינען צו זיין אויס געריט פאר די נעקסטע טאג?!
ער האט מיר גארנישט געענטפערט, אבער פון דאמאלטס איז ער געבליבן ביי יעדע חתונה ביז נאך חתן כלה’ס מצוה טאנץ...
Re: ווען דארף מען ענדיגן א חתונה? (אנקעטע)
געפאוסט: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:41 pm
דורך אני-הק'
אלטער האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 1:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 12:32 pm
מחדש האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 03, 2024 12:10 am
3) קיינער פון די קרובים דארפן נישט בלייבן צום מצווה טאנץ, פילט פריי אהיים צו גיין שוין פון נאך די חופה און ווייטער.
האסט נאכנישט חתונה געמאכט. אמת?...
אמאל ביי א משפחה חתונה האב איך געזען ווי א שוואגער זעקלט זיך אהיים ווי נאר מ’האט אנגעהויבן דעם מצוה טאנץ. יענער איז דאן געווען ממש בעפארן אריין גיין אין שידוכים יארן, געב איך אים א פרעג צי ער וואלט געוואלט אז ווער ער מאכט חתונה זאל זיך די גאנצע משפחה אויף שטעלן אנהייב מצוה טאנץ, און זיך גיין צו ליינען צו זיין אויס געריט פאר די נעקסטע טאג?!
ער האט מיר גארנישט געענטפערט, אבער פון דאמאלטס איז ער געבליבן ביי יעדע חתונה ביז נאך חתן כלה’ס מצוה טאנץ...
איך וואלט אים געענטפערט יא! אבער נישט אז יעדער זאל זיך אויפשטעלן אנהייב מצוה טאנץ, נאר יעדער זאל זיך אויפשטעלן דרעלעווף (...) אזייגער און אהיימפיצן...
איך וואלט פארשטייט זיך פרובירט נישט פעניענען און נישט שלעפן די חופה סעודה טאנצן און בענטשן ביז דרעלעוופע, אבער איך וואלט איך געווען געבינדן און ס'וואלט געשעהן וואלט איך זיך געפריידט אז די עולם איז מקיים פסק, אבער טאקע די גאנצע עולם... די זאל זאל בלייבן ליידיג.
ווען דאס גייט פאסירן, גייט געשעהן צוויי זאכן, יענע מינוט גייט די וואס העלפט שלעפן, אויפהערן פעניענען... און אויך גייט צוביסלעך געשעהן א קייט ריעקשן, אנדערע חתונות וועלן אויך צוביסלעך אנפאנגען אזוי אויסזעהן, און די חתונות וועלן זיך צוריקרוקן אין די צייט....
Re: ווען דארף מען ענדיגן א חתונה? (אנקעטע)
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:54 pm
דורך שבת קודש
ס'איז דא וואס זאגן אז מען זאל אינגאנצען מבטל זיין די אויסרופן נאר מ'זאל סתם אויסרופן 'יעמוד יעמוד', דאס מיין איך איז שוין איבערגעטריבן און נישט ריכטיג
Re: ווען דארף מען ענדיגן א חתונה? (אנקעטע)
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:11 pm
דורך א פשוט'ער אידל
מען דארף ענדיגען ווי פריער. בפרט בזמנינו וואס חתונה זענען שוין נישט אזא זעלטענע ערשיינונג ווי פאר 30 יאר צוריק.