ווען דארף מען ענדיגן א חתונה? (אנקעטע)

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא

ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

בעפאר 12:00
17
18%
12:00
7
8%
12:30
15
16%
1:00
29
32%
1:30
14
15%
2:00
5
5%
2:30
2
2%
3:00
0
No votes
3:30
2
2%
4:00
0
No votes
שפעטער
1
1%
 
Total votes: 92

שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1543
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1639

ווען דארף מען ענדיגן א חתונה? (אנקעטע)

פאוסט דורך שבת קודש »

לכו''ע איז ענדיגן שפעט חתונות א געפערליכע פראבלעם פאר מענטשען בפרט ווען א טאג שפעטער דארף מען געהעריג גיין צום ארבעט,

איז וואס האלט דער עולם ווען איז די ריכטיגע צייט צו ענדיגען א חתונה, ווען וואלסטו געוואלט אהיימגיין ווען דיין ברודער/שוואגער מאכט חתונה?
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 301

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

איך טריי צו כאפן פארוואס האסטיך אפגעשטעלט ביי פירע...
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 190

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך אני-הק' »

11:30,
אזוי אז 12:00 זאל מען זיך שוין קענען זיין המפיל'ט...
און צו-פון ברוקלין זאל מען שוין קענען זיין אונטערן מלאך החלומות 1:00

אבער אנפאנגען דארף מען אויך פריער.
אולי איז ענדערש אהיימגיין פון די ארבעט א שעה צוויי פריער, ווי די קומענדיגע גאנצע טאג ארבעט זאל אראפגיין פון די רעסלען...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1543
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1639

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך שבת קודש »

לענ''ד, בענטשען 10:30 ענדיגן די מצוה טאנץ 12:00

די לאנגע מצוה טאנץ גראמען האט זיך אנגעהויבען אין די מ' יארן פאר דעם איז נערמאל געווען צו ענדיגן חתונות ארום 12:00 אזייגער

אין א אינטערוויא מיט ר' יקיר ברוין האט ער געזאגט אז ער האט אריינגעברענגט די לאנגע היספידים
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4657

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך וואוילער »

כ'גיי ענטפערן ווי אן אויבער חכם, אבער כ'מיין עס ערענסט, און כ'האב אפילו עטליכע מעשה רב צו באשטעטיגן...

יעדער מעג ענדיגן ווען ער וויל, און איך קען אהיים גיין ווען איך (און מיין ווייב) וויל.
יעך טייל אים נישט איין וואס צו טוהן, און פונקט אזוי טוה איך וויאזוי ס'קומט מיר אויס גוט.

נעוואדע, מ'דארף זיך צושטעלן צו די משפחה שמחות, אבער נאר ווילאנג ער שטעלט זיך צו צו מיר.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4657

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך וואוילער »

און בנוגע אנפאנגען, איז לכאורה בעסער צו אנפאנגען פריער, נישט נאר חתונות נאר אויך שבע ברכות און בר מצוות, און יארצייט סעודות.

וואס איז די פשט פון עסן א נאכטמאל סעודה פון 9:30 ביז 10:00 ביי א בר מצוה? יעדע נאכט עס איך 7:00
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 120

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך פישל שווארץ »

וויפעל א זייגער ענדיגט הרב רוטה שליט"א די חתונות ביי אים אין זיין ביהמ"ד? יענס ברויך זיין די נארם.
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 250

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך באשיינפערליך »

פישל שווארץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:11 am וויפעל א זייגער ענדיגט הרב רוטה שליט"א די חתונות ביי אים אין זיין ביהמ"ד? יענס ברויך זיין די נארם.
דאכצעך ביי עלעווע זענען שוין חתן כלה אינדערהיים.

פארוואס די נארם? ער זאגט אליין אז ער איז מער עקסטרעם ווי די נארם.
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 277

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

כ'האב געוואוט 1:00, אבער די בעסטע איז ווען יעדער גייט אהיים ווען ער וויל... (אויטאמאטיש וועט זיך עס ענדיגן פריער... ווייל קיינער וועט נישט בלייבן....)
אז מ'טויגט טויגט מען...
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 120

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך פישל שווארץ »

באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 2:14 am
פישל שווארץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:11 am וויפעל א זייגער ענדיגט הרב רוטה שליט"א די חתונות ביי אים אין זיין ביהמ"ד? יענס ברויך זיין די נארם.
דאכצעך ביי עלעווע זענען שוין חתן כלה אינדערהיים.

פארוואס די נארם? ער זאגט אליין אז ער איז מער עקסטרעם ווי די נארם.
ווייל אזוי האלט איך.
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 250

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך באשיינפערליך »

פישל שווארץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 8:00 am

סאו דו דערקלערסט וואס די נארם איז?
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1160

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך נפתלי »

ביטע אויסקלארן מיט אדער אן מצוה טאנץ?
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 786

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך מאטאווירט »

געוואוט 12:30, דעמאלס ”מוז” מען שוין ענדיגן.

וואויל פאר מחותנים וואס לאזן זייערע געשוויסטער און ידידים שלאפן ביינאכט און ענדיגן די חתונה נאך פריער.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 120

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך פישל שווארץ »

באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 10:57 am
פישל שווארץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 8:00 am
באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 2:14 am

דאכצעך ביי עלעווע זענען שוין חתן כלה אינדערהיים.

פארוואס די נארם? ער זאגט אליין אז ער איז מער עקסטרעם ווי די נארם.
ווייל אזוי האלט איך.
סאו דו דערקלערסט וואס די נארם איז?
דעס איז וואס די אנקעטע דא אין דע אשכול פרעגט. און יא, איך האלט אז צו האלטן 11 אזייגער נאך אלעמען איז נארמאל און אזוי דארף עס צו זיין.
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 250

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך באשיינפערליך »

פישל שווארץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:49 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 10:57 am
פישל שווארץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 8:00 am

ווייל אזוי האלט איך.
סאו דו דערקלערסט וואס די נארם איז?
דעס איז וואס די אנקעטע דא אין דע אשכול פרעגט. און יא, איך האלט אז צו האלטן 11 אזייגער נאך אלעמען איז נארמאל און אזוי דארף עס צו זיין.
לענ״ד איז עס אביסל צו פריה פאר חתן כלה אהיימצוגיין.
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 120

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך פישל שווארץ »

באשיינפערליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 9:10 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:49 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 10:57 am

סאו דו דערקלערסט וואס די נארם איז?
דעס איז וואס די אנקעטע דא אין דע אשכול פרעגט. און יא, איך האלט אז צו האלטן 11 אזייגער נאך אלעמען איז נארמאל און אזוי דארף עס צו זיין.
לענ״ד איז עס אביסל צו פריה פאר חתן כלה אהיימצוגיין.
צו פרי אלץ וואס אויס? אין מיין אויגן ווילן חתן כלה אהיימצוגיין ווי פריער און אנהייבן די לעיבן.
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 250

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך באשיינפערליך »

פישל שווארץ האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 11:26 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 9:10 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:49 pm

דעס איז וואס די אנקעטע דא אין דע אשכול פרעגט. און יא, איך האלט אז צו האלטן 11 אזייגער נאך אלעמען איז נארמאל און אזוי דארף עס צו זיין.
לענ״ד איז עס אביסל צו פריה פאר חתן כלה אהיימצוגיין.
צו פרי אלץ וואס אויס? אין מיין אויגן ווילן חתן כלה אהיימצוגיין ווי פריער און אנהייבן די לעיבן.
די לעבן הייבט מען אן נאך די לעצטע שבע ברכות…
זיי גייען סייווי נישט גיין שלאפן צו פריה, סאו פארוואס זאל מען זיי איינשפארן נאך דריי שעה צוזאמען?
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 319

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך Programming »

וואס מען נעמט אפטמאל נישט אין אכט איז אז ענדיגן פרי באדייט אנהייבן פריער אויך, עפעס וואס איז בכלל נישט אזוי אנגענעם פאר רוב באטייליגטע - עכ"פ די וואס זענען גענוג נאנט אז זיי דארפן שוין זיין ביים חופה (און קבלת פנים ביי די פרויען) - וואס זענען געווענליך די וואס דארפן בלייבן צו מצוה טאנץ.

ביי די פרויען באדייט דאס צו ענדיגן אפנעמען אלע קינדער פון חדר / שולע, זיך אויסרישן און ערלעדיגן בעיביסיטינג אין א פריע שטונדע, און דאס זעלבע ביי די ארבעטער - עכ"פ ווען די חתונה איז אין א אנדערע שטאט ווי די ארבעט - צו אנקומען פריה אין אווענט צו א חופה איז לאו דוקא גרינגער ווי דאס אריין גיין שפעטער דעם קומענדיגן צופרי.

לעומת זה די טענה וועגן שפעטע בר מצוות / תנאים / שבע ברכות איז א ריכטיגע, ביי די טיים מען סערווירט די פלייש קען מען שוין אפטמאל עסן נאך א מאלצייט נאך די געווענליכע נאכטמאל, און עס איז נישטא קיין שום סיבה עס זאל זיין אזוי. עס איז מיר פונקט לעצטנס אויסגעקומען צו מיטהאלטן עטליכע אזאלכע פארשלעפטע שמחות און כ'האף אז דאס באדייט נישט אז די סטאנדארט צייט רוקט זיך אפיציעל אויף נאך און נאך שפעטער. עס איז פשוט א דיזעסטער ווען מען יאגט זיך אהיים צו א אנדערע שטאט ווי די בעיביסיטער ווארט שוין קוים אהיים צו גיין שלאפן, און מען דארף ווארטן אויף ליינען די תנאים ביז אזוי שפעט ווי 11:00.
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 120

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך פישל שווארץ »

באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:11 am
פישל שווארץ האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 11:26 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 9:10 pm

לענ״ד איז עס אביסל צו פריה פאר חתן כלה אהיימצוגיין.
צו פרי אלץ וואס אויס? אין מיין אויגן ווילן חתן כלה אהיימצוגיין ווי פריער און אנהייבן די לעיבן.
די לעבן הייבט מען אן נאך די לעצטע שבע ברכות…
זיי גייען סייווי נישט גיין שלאפן צו פריה, סאו פארוואס זאל מען זיי איינשפארן נאך דריי שעה צוזאמען?
איך פארשטיי נישט וואס איינשפארן צוזאמען מיינט. וואס קען זיין בעסער פון זיין מיט די כלה אליינס, מען ווארט שוין אויף די מאמענט פאר אזא לאנגע צייט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4657

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך וואוילער »

ווען דארף מען ענדיגן... דעם שמועס?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 250

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך באשיינפערליך »

פישל שווארץ האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:58 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:11 am
פישל שווארץ האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 11:26 pm

צו פרי אלץ וואס אויס? אין מיין אויגן ווילן חתן כלה אהיימצוגיין ווי פריער און אנהייבן די לעיבן.
די לעבן הייבט מען אן נאך די לעצטע שבע ברכות…
זיי גייען סייווי נישט גיין שלאפן צו פריה, סאו פארוואס זאל מען זיי איינשפארן נאך דריי שעה צוזאמען?
איך פארשטיי נישט וואס איינשפארן צוזאמען מיינט. וואס קען זיין בעסער פון זיין מיט די כלה אליינס, מען ווארט שוין אויף די מאמענט פאר אזא לאנגע צייט.
אז דו פארשטייסט נישט, איז נישט!
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 301

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

פישל שווארץ האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:58 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:11 am
פישל שווארץ האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 11:26 pm

צו פרי אלץ וואס אויס? אין מיין אויגן ווילן חתן כלה אהיימצוגיין ווי פריער און אנהייבן די לעיבן.
די לעבן הייבט מען אן נאך די לעצטע שבע ברכות…
זיי גייען סייווי נישט גיין שלאפן צו פריה, סאו פארוואס זאל מען זיי איינשפארן נאך דריי שעה צוזאמען?
איך פארשטיי נישט וואס איינשפארן צוזאמען מיינט. וואס קען זיין בעסער פון זיין מיט די כלה אליינס, מען ווארט שוין אויף די מאמענט פאר אזא לאנגע צייט.
זעט אויס ער רעדט פון עקספריענס...
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: ווען דארף מען ענדיגן א חתונה? (אנקעטע)

פאוסט דורך גראז »

קודם פרעג ווען מ'זאל אנהייבן די חתונה וועט מען קענען ענטפערן ווען מ'זאל ענדיגן.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
קישטא קאי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 281
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 5:50 pm
x 221

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך קישטא קאי »

באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:11 am
פישל שווארץ האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 11:26 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 9:10 pm

לענ״ד איז עס אביסל צו פריה פאר חתן כלה אהיימצוגיין.
צו פרי אלץ וואס אויס? אין מיין אויגן ווילן חתן כלה אהיימצוגיין ווי פריער און אנהייבן די לעיבן.
די לעבן הייבט מען אן נאך די לעצטע שבע ברכות…
זיי גייען סייווי נישט גיין שלאפן צו פריה, סאו פארוואס זאל מען זיי איינשפארן נאך דריי שעה צוזאמען?
איינשפארן????????????????????????????????????????
שקר אין לו רגלים: ווי לאנג די אמת טוט זיך אן די זאקן פליהט שוין די שקר ארום די גאנצע וועלט (קרעדיט: מעלות)
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 250

Re: ווען דארף מען ענדיגען א חתונה?

פאוסט דורך באשיינפערליך »

קישטא קאי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 2:33 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 1:11 am
פישל שווארץ האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 11:26 pm

צו פרי אלץ וואס אויס? אין מיין אויגן ווילן חתן כלה אהיימצוגיין ווי פריער און אנהייבן די לעיבן.
די לעבן הייבט מען אן נאך די לעצטע שבע ברכות…
זיי גייען סייווי נישט גיין שלאפן צו פריה, סאו פארוואס זאל מען זיי איינשפארן נאך דריי שעה צוזאמען?
איינשפארן????????????????????????????????????????
כן!

שרייב פאוסט