dev האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:28 pm
@דער תהלים איד
איך בין נייגעריג צו די ביסט באקאנט, איך האב שוין די קשיא געהערט פון אסאך אינגעלייט,
וואס פשט אז סאטמאר מהר''א האלט אין איין שרייען אז פערלס טויג אויף כפרות זיי פארלירן איין געריכט נאכן צווייטן, און מ'האלט און איין זאגן אז מ'וואלט געדארפט האבן א ברייטערע טיעם פון לויערס פראפעשינעל חברה וכו'
נא, פארוואס טוט מען נישט צו די זאך?
פארוואס נעמט מען נישט אויף א ברייטע טיעם פון לויערס און מ'עפענט אויף א פעסטע קעיס אין קארט וואס וועט האבן שטארקע און בעסערע שאנסן צו געווינען,
(קען זיין אז מ'ווארט פערלס זאל אנקומען אין סופרים קארט דעמאלטס גייט מען זוך אריינרוקען אינעם קעיס? אויב יא פארוואס?)
אויב די וויסט א תירוץ וואס די די מהלך דא איז וואלט איך געווען דאנקבאר
דער ענטפער איז אז אויף די גיידליינס איז שוין דא א קלאגע, דורך פערלס.
מאכן א פרישע קלאגע יעצט קען מען נישט. ס'איז שוין צו שפעט. אנהויב ווען מען האט נאך יא געקענט, האט דער רבי מהר"א טאקע געוואלט צוזאמשטעלן א "אפסטעיט" ארגאניזאציע, זינט פערלס איז סוכ"ס געעפנט געווארן פאר די סיטי אישוס.
כמדומה כ'האב שוין דערציילט דא אז דער רבי איז דעמאלס שטילערהייט אליינס אראפגעפארן קיין סקווירא צו סקווירא רבי'ן, און קיין מאנסי צו וויזניץ מאנסי רבי'ן, און ביידע האבן געגעבן א פולע הסכמה. א טאג דערויף איז געקומען פרעשור אויף די 2 רבי'ס, בעיקר וויזניץ, ואכמ"ל, און ס'איז בטל געווארן.
קען זיין אז ווען מען וואלט דעמאלס געוויסט אלעס וואס מען ווייסט יעצט, וואלט מען געמאכט א אייגענע קלאגע פון סאטמאר מהר"א אליינס, וואס איז נאך אלעם די גרעסטע היימישע מוסדות אין ניו יארק.