בלאט 179 פון 214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 4:11 pm
דורך שינאווער
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 4:08 pm
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 3:51 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 3:48 pm

נישט ריכטיגע אינפארמעישן
וואס יא?
איך וויל שרייבן
אבער נאר זאכן וואס איך ווייס בידיעה ברורה 100 פראצענט
איך בין נישט געווען דארט בשעת מעשה
די ארטיגע פאליציי האט כסדר געשאסן אומקראנטע אינפארמאציע
ממילא דארף איך צוקומען צו אינפארמעישן פון די וועלעכע זענען דארט געווען
און עס נעמט צייט....
סיי אני הק' און סיי זיי דארפן זיין עוועיליבל אין די זעלבע צייט, און מיר זענען אלע שטארק פארנומען ב''ה
ב''ה היינט האט א גאנצע משפחה אנגעהויבן חדר
בשעת איך שרייב די שורות זענען מיר אין א מיטינג מיט א ישיבה אריינצונעמען צוויי בחורים
פריער זענען מיר געווען אין א מיטינג וועגן עסן אין די שעלטערס
חזק ואמץ!!! אשריכם!! ואשרי חלקכם!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 4:39 pm
דורך מנהיג
מנהיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 4:28 pm הייליגע אידישע ברודערלעך!

איך שטיי און איך קוק מיך צו די לעצטע שטיק צייט, וואס כלל ישראל בכלל, ותושבי אידטיש בפרט, זיצן און קוקן ארויס אויף פרייליכע נייעס, ווייטאגן אויף די נשמות וואס ליידן נאך ליידער, פרייען זיך באמת מיט, מיט די יוצאי חשך וצלמות, און זענען מחזק די ידי עושי מצוה, די הייליגע עסקנים צו קענען אנגיין בישר שאת ועז.

ובפרט, שרייט זיך ארויס דער מי כעמך ישראל, אין די לעצטע 2 וואכן האבן הונדערטער אידן מקיים געווען דעם נתון תתן און זיך איינמאל און נאכאמאל משתתף געווען בסכומים הגונים סיי ביים ג' אייר קאמפיין און סיי יעצט ביים עידן חדוותא ביי הרב יואל העניך שליט''א.

אשר על כן, טייערע אחים לדעה, איך זעה און פיהל אז עס איז דא מיט וועם צו רעדן דא, איז נעמט אייך די פאר מינוט און לאמיר רעדן תכלית......

ב''ה, דער בורא עולם האט מיר מזכה געווען מיט קרוב צו א יאר צוריק, זיך צו באקענען מיט א איד, א נשמה קדושה וואס ס'איז מיר שווער אראפצולייגן מיט ווערטער וואס ער נעמט אלס אריין אין זיך, הלה הוא הרב הצדיק ר' יעקב יצחק מלכא שליט''א,
געבוירן און אויפגעוואקסן איז ער אין ל''ט, וואו ער איז דורכגעגאנגען דאס וואס עס איז פאר קיינעם דא קיין סוד, ער האט געהאט א ווייב און 8 לעכטיגע קינדערלעך, וואס זענען אויך דורך עינוים קשים עד למאוד רח''ל, ביז ווען ר' יעקב יצחק האט מחליט געווען אז גענוג איז גענוג, און מיט די הילף פון ר' אהרן יו''ט ז''ל האט ער אנגעהויבן טראכטן פון פארלאזן דעם מקום טמא 'מיט זיין גאנצע פאמיליע'.
נישט גרינג איז אים געווען די ארבעט פון איבערגעבן זיינע מחשבות פאר זיינע פאמיליע מיטגלידער, אבער נאך א לענגערע תקופה פון קלוגע פעולות איז אים געלונגען צו האבן זיין משפחה אויף דעם זעלבן בלעטל ווי אים, מיט דעם איינעם ציל, זיך ארויסצוזעהן פון דעם גיהנם ווי אמשנעלסטן.
נישט קיין לאנגע צייט איז אריבער, און דער געלעגנהייט איז אינטערגעקומען, די הנהלה האט אים איין שיינעם טאג געלאזט וויסן אז זיין עלטסטע טאכטער וועט א כלה וערן אין בלויזן עלטער פון 13 יאר, אבער, אין קעגנזאץ צו דעם מנהג המקום, האט ר' יעקב יצחק גענומען די קוראזש און זיך קאטעגאריש קעגנגעשטעלט צו דעם באפעל, די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט און ער איז געוואר געווארן אז די הנהלה גרייט זיך צו מאכן א תנאים פאר זיין טאכטער און באותו זמן אים ארויסווארפן אז ער זאל נישט קענען שטערן זייערע מעשי רשע.

אין דעם טאג וואס דאס אלעס איז געווען געפלאנט, האט ר' יעקב יצחק גענומען די לייצעס אין די האנט אריין, און מיט אויסערגעווענליכע סיעתא דשמיא, האט ער באוויזן דאס אומגלויבליכע, און ער מיט זיין גאנצע פאמיליע האבן זיך ב''ה געטראפן אויף די פריי!!

פריי האבעך געזאגט? יא, פריי , אבער בעירום ובחוסר כל, אן קיין קרוב או גואל, אן קיין מינימאלע געברויכן ווי וואוינונג, עסן, קליידונג, וכדו'.
ב''ה, מיט די הילף פון נאך געציילטע יוצאים, און מיט די שטיצע פון גוטע אידן נדיבי עם, האט ער געשפילט א אינטעגראלער טייל אין אוועקשטעלן דעם מקום הצלה 'כנישתא חדא' און פון דארט האט ער אנגעהויבן צו מזכה זיין נאך פילע אנדערע מיט דעם מתנה פון פרייהייט, באווייזנדיג ארויסצוברענגען נאך אידן פון ל''ט ובתוכם טאקע הרב יואל העניך שליט''א ועוד, ווי אויך איז זיין הויז דארט געווען פתוח לרווחה פאר די נשמה'לעך וואס לב טהור האט ארויסגעווארפן במשך הזמן וגם לרבות ביי די זריקה ביום הו''ר והדברים ידועים.

אבער, דאס לעבן דארף זיך אמאל אנהייבן, און ר' יעקב יצחק האט געוואוסט אז ער קען נישט בלייבן אין גוואטעמאלע און דארט איבערמישן דאס בלעטל, האט ער אנגעהויבן אריינקוקן אין פלענער ווי זיך צו גיין באזעצן, ער האט זיך אבער אנגעשטויסן אין אומצאליגע שוועריגקייטן, זינט ער מיט זיין ב''ב זענען ארץ ישראל'דיגע געבוירענע, און קיין פאספארטן דארט האבן זיי נישט געהאט (אן אריכות פאר זיך) די קינדער זיינע זענען א חלק קאנאדישע און א חלק געבוירן אין גוואטעמאלע-אומדאקומענטירט, נאכ'ן דאס איבערגיין מיט לעגאלע עקספערטן, איז געבליבן אז די בעסטע אפציע וועט זיין צו פרובירן גיין קיין קאנאדע, האט מען אנגעהויבן ארבעטן אויף וויזעס און פאספארטן פאר די גאנצע פאמיליע, און דאס איז ווען איך בין ב''ה אריינגעקומען אין בילד, מיר האבן צוזאמגעשטעלט געלט פאר די לעגאלע אויסגאבן און אראנדזשירט זיצונגען מיט די לאקאלע קאנאדישע עסקנים און דעת תורה וויאזוי זיך אומצוגיין ווען ער קומט אן, וכו' וכו'.

ווען די שטורמישע איבערפאל האט האט פאסירט, און עס איז אונטערגעקומען א פתח צו ראטעווען אידן פון דעם טריפה'נעם קולט, האט ער גענצליך אוועקגעלייגט זיינע אייגענע פלענער און זיך געשטעלט אין די פראנט ליניעס מיט די עסקנים, און קענענדיג די מוחות פון די אידן דארט און די מהלכים וויאזוי צו רעדן צו די גייסטיש ארעסטירטע מענטשן, האט ער געהאט א גרויסע ראלע אין ארויסזעהן און פלאצירן אין כנישתא חדא א שיינע פאר געראטעוועטע, און אין די צייט וואס ער האט געהאלפן אנדערע ארויסגיין פון לאנד איז ער געבליבן דארט, אן קיין וועג ארויס.

דאס האט אלעס געדארפט קומען צו אן ענדע ווען די גוואטעמאלע געריכט האט אים געגעבן א באפעל ארויסצוגיין פון לאנד נישט שפעטער ווי מערץ 18, דא האט מען זיך צוריק אריינגעווארפן אין די קעיס און מיט א פאראייניגטע כח פון עסקנים ואישי ציבור אין ארה''ב וקאנאדע האט מען פרובירט צו באקומען רשות פאר אים צו קומען קיין קאנאדע זיך באזעצן.
ב''ה קורצליך בעפאר פורים האט ער באקומען פאספארטן פאר זיך און זיין פאמיליע, אבער ווען עס איז געקומען צו וויזעס האט מען געטאפט א וואנט, און דער און דער דעדליין האט זיך גערוקט נענטער און נענטער, בלית ברירה האט ער זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן פליגער און אפגעפארן קיין מעקסיקא וואו ער האט געקענט אריינגיין אומגעשטערט ב''ה
'וכאן המקום להודות פאר הרבני הנכבד רודצ''ח ר' אברהם גרינהוט הי''ו וואס האט זיך אוועקגעגעבן במסירות נפלאה זיכער צו מאכן אז ער קען רואיג פארן און האט אויסגעצאלט די הוצאות הנסיעה מיט אלע אימיגראציע קאסטן ארום און ארום ישלם ה' פעלו הטוב.'
אנקומענדיג קיין מעקסיקא איז ער אריבערגעגאנגען שבעה מדורי גיהנם זיך וואלגערנדיג פון איין דירה צום צווייטן אן קיין געהעריגע עסן מיט א שטוב מיט וויינענדיגע קינדער אזש דאס הארץ האט געקענט אויסגיין פאר רחמנות.

אבער מיט די אלע שוועריגקייטן האט ער זיך נישט פארלוירן, און אנגעגאנגען מיט זיין מיסיע פון הצלת נפשות, פארנדיג מיט מסירות נפש ממש אהין און צוריק קיין גוואטעמאלע צו זיצן ביי קאורט הירינגס פון הבחור הצדיק שלו' שכנא הורוויץ וואס ר' יעקב יצחק האט לכתחילה גענומען קאסטעדי אויף אים, און ער האט געדארפט ערלויבעניש אים צו קענען ארויסנעמען פון לאנד מיט זיך.

אזוי ווי די עסקנים האבן געזעהן אז דארט בלייבן איז נישט קיין תכלית, און פסח קומט צו גיין, האט מען אנגעוואנדן כל מיני השתדלות אים צו ברענגען למקום נושבת, און ב''ה נאך פיל אינטעווענץ און גרויסע געלטער פאר לעגאלע עקספערטן איז געווארן אוועקגעשטעלט א מהלך וויאזוי ער קען פארן קיין א''י.

אין די פארנומענע ערב פסח טעג ממש פאר יו''ט האט ר' יעקב יצחק ב''ה געלאנדעט אויפן באדן פון ארה''ק, פול מיט פרייד פון איין זייט אבער אן די מינדעסטע באקאנטשאפט אדער געברויכן פון די אנדערע זייט, גוטע אידן האבן אים מסדר געווען א דירה'לע אין בני ברק און עטליכע עסקנים וגם אני בתוכם האבן נאכאנאנד געשיקט געלטער אים און די פאמיליע אויסצושטאפירן און זיכער מאכן אז ער האט די צרכי החג וצרכי יום יום בריווח.
במשך די ימי החג האט ער געטראפן עטליכע גוטע אידן דארט וואס האבן אים שיין אויפגענומען און מקרב געווען, און ערגעצוואו איז אים אויסגעקומען אנצוקניפן מיט עמיצן וואס האט אים געברענגט א געוואלדיגע המצאה, נעמליך, ער זאל מאכן א אפיציעלע 'עליה' און דערפאר באקומען געוויסע פאנדן פון די רעגירונג, ווי אויך פארמאגט די רעגירונג געוויסע פראגראמען זיך אפצוגעבן מיט מענטשן וואס קומען ארויס פון קולט'ס, וכו' וכו' בסך הכל איז דאס א שיינע פאר טויזנט דאלאר א חודש וואס ער קען באקומען.

זייענדיג שטארק מקושר מיט זיין דעת תורה, האט ער אנגעפרעגט דערוועגן, און נאך פילע ריסוירטש איז געבליבן אז בלויז א מיעוטא דמיעוטא פון דאס געלט קען מען נעמען אן צו מורא האבן פון אריינמישאכצער וכדו', וואס ווי טרויעריג באקאנט טוט די מדינה דווקא צילן אויף אזוינע אידן וואס האבן נישט געהעריג וואו צו באלאנגען, זיי איבערצוצייגן צו נעמען די געלטער און אזוי ארום זיך גענצליך אונטערצוווארפן אונטער זייערע לאפעס און אט די חברה פאלן אריין אין מיליטער ליידער און ווערן גענצליך פארשוועמט אינעם שמעלץ טאפ רח''ל.
שטייט יעצט ר' יעקב יצחק אין א גרויסע דילעמא, מצד אחד שטטיט ער אויס שטארקע דרוק פון זיינע ארומיגע דארט, ווי אויך דער אומדערטרעגליכער מצב אין שטוב טרייבט אים טעגליך, זיך צו ברעכן און נעמען ס'געלט, מאידך גיסא זאגט אים דער דעת תורה ווי אויך זיין אידישע אינסטינקט אז ער מוז זיך שטארקן און ביישטיין דעם ברענענדיגן נסיון.

נישט קענענדיג צוזעהן זיינע אומגעהויערע וואקלענישן און גאר שווערע פינאנציעלע צושטאנד, האט הגה''צ ר' יהושע לערנער שליט''א דומ''ץ סאטמאר מאנטרעאל, וואס איז געווען בעובי הקורה פון אנפאנג אן, פאררופן א דרינגענדע אסיפת עסקנים צו מטכס עצה זיין וואס מען קען טוהן צו ראטעווען דעם מצב, נאכ,ן דן זיין א לענגערע צייט איז געבליבן אז א גרויס חלק פון די אידן וואס האבן זיך באטייליגט ביי דעם אסיפה, האבן גענומען אויף זיך א התחייבות צו שאפן און אריינברענגען חודש'ליך געלט און אזוי ארום זאל ר' יעקב יצחק האבן די רואיגקייט זיך אוועקצושטעלן אויף די פיס, זיך אויסשטאפירן ווי עס פאסט, קענען געבן ברויט פאר די קינדערלעך, און קענען זיך געהעריג אריינלייגן אין זיין עתיד, וואס דאס נעמט אריין מוסדות פאר די קינדערלעך און טרעפן א פרנסה זיך אליין צו קענען שפייזן, אן צו דארפן צוקומען צו מתנת בשר ודם, און חלילה נישט אריינפאלן אין דעם רשעות'דיגן נעץ וואס די עוברי הדת שפרייטן אויס פאר אים.

אשר על כן, טייערע אידן אחים לדעה, די וואך איז געשיקט געווארן די ערשטע חודש'ליכע תמיכה פון דעם אסטראנאמישע סומע פון זיבן טויזנט דאלאר וואס איז געווארן אויפגעטריבן דורך די פאר עסקנים, און מיר האבן נישט קיין סך צייט געבליבן ביז די קומענדיגע דארף נאכקומען.. פאר ווער עס ווייסט וואס מיינט א לעבן אין ארץ הקודש וויפיל דאס קאסט, ובפרט ווען מדארף אנהייבן פון פריש ווי א קטן שנולד אן די מינדעסטע קרוב או גואל, איז דאס ריזיגע געלטער, וואס מיר אליין קענען נישט, און ר' יעקב יצחק מוז דאס האבן צו קענען ראטעווען זיין משפחה ברוחניות ובגשמיות במלוא מובן המילה.

הייליגע אידן, אל נא תעמודו מרחוק, ר' יעקב יצחק האט זיך צופליקט פאר אנדערע אידן בעבר, בהוה, ובעתיד, לאמיר אים נישט לאזן פאלן!!! לאמיר אים ווייזן אז ער איז נישט אליין!!!! לאמיר אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''

לייגטס אריין אייער הארציגע נדבה דורכ'ן ניצן דעם לינק, און זייטס א בונה ומקים פון א הערליכע משפחה ביי כלל ישראל!! ובשכר זאת וועט איר אוודאי זוכה זיין צום הבטחה פון ''כל המשמח את שלי אני משמח את שלך'' תזכו למצוות!!
https://www.dryveup.com/mission/511798
הייליגע אידן!!!
יעצט ווען גאנץ כלל ישראל קוקט ארויס צו הערן גוטע נייעס פון גוואטעמאלע, לאמיר נישט פארגעסן פון די נחשונים לדבר מצוה!!!
לאמיר אויסשרייען פאר הצדיק ר' יעקב יצחק ''גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא''!!!!

לייגטס אריין אייער הארציגע נדבה דורכ'ן ניצן דעם לינק, און זייטס א בונה ומקים פון א הערליכע משפחה ביי כלל ישראל!! ובשכר זאת וועט איר אוודאי זוכה זיין צום הבטחה פון ''כל המשמח את שלי אני משמח את שלך'' תזכו למצוות!!
https://www.dryveup.com/mission/511798

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 4:43 pm
דורך מנהיג
א הארציגן ייש''כ פאר הרב יוסף לויפער הי''ו
פאר'ן אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''
און מנדב זיין די הערליכן סכום פון
$25

ישלם השם פעלך ויתן לך מטל השמים ומשמני הארץ!!!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 4:44 pm
דורך מנהיג
א הארציגן ייש''כ פאר הרב יוסף שטערן הי''ו
פאר'ן אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''
און מנדב זיין די הערליכן סכום פון
$10

ישלם השם פעלך ויתן לך מטל השמים ומשמני הארץ!!!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 4:46 pm
דורך מנהיג
א הארציגן ייש''כ פאר א חשוב'ע ליינער הי''ו
פאר'ן אויסשרייען ''ר' יעקב יצחק, גענוג שוין צרות געליטן, מיר שרייען רחם נא!!!''
און מנדב זיין די הערליכן סכום פון
$26

ישלם השם פעלך ויתן לך מטל השמים ומשמני הארץ!!!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 5:11 pm
דורך שמואל פוקס
אה, ווי אזוי ברענגט מען בכלל ארויס דאס מהות פון אזא טייערער איידעלער איד ווי ר' יעקב יצחק... נישטא קיין ווערטער דערצו!

איך קען ר' יעקב יצחק פונדערנאנט. צענדליגע שעות פארברענגט מיט אים צוזאמען אין כנישתא חדא, און שפעטער שוין זייענדיג אין ארץ-ישראל. איך האב א וועלט צו שרייבן ארום אים, אבער איך בין מסופק צי איך וועל אלעס קענען ארויסברענגען אין די פאר קורצע שורות.

דער אמת איז, אז אויסער זיינע פילע לייסטונגען און טוהן אין כנישתא חדא, פארמאג איך פאר אים א פערזענליכע הכרת הטוב: ווער האט מיר געמאכט די עסן יעדן טאג, זייענדיג דארט?! - איך האב בכלל נישט געוואוסט אז מיט אזא לב-טהור דיעטע, קען מען געניסן פון אזעלכע פיינע עסנווארג און רעצעפטן... איך האב זיך ממש מחיה געווען דערמיט! - ווער האט געוואשן מיינע וועש זייענדיג דארט? - ווער האט מיר אינזינען געהאט אויף יעדן טריט און שריט, נאך אסאך מער פון וואס עס האט זיך פארלאנגט פון אים? - בעסער געפרעגט, ווער האט אינזינען געהאט אלע יושבים, די בחורים אין כנישתא חדא, אויף יעדע זאך וואס זיי האבן געדארפט האבן? - מען האט נישט געדארפט מער ווי אים ווינקען מיט די אויג, און ער האט שוין אלעס אינזינען געהאט, על צד היותר טוב.

ר' יעקב יצחק איז געווען דער רוח החיים אין כנישתא חדא. מען קען זאגן מיט רעכט, אז כנישתא חדא אן ר' יעקב יצחק, איז נישט די זעלבע כנישתא חדא מיט ר' יעקב יצחק, ס'פעלט א שטיק חיות, א שטיק נשמה. יעדן בחור איז געווארן נאכגעקוקט און קער גענומען אלע זיינע געברויכן. זייענדיג פון די ראשוני המייסדים פאר דעם פלאץ, האט ער געזארגט אויף יעדן קלייניגקייט אין שטעטל, און זיכער געמאכט אז עס פעלט נישט קיינעם בגשמיות און ברוחניות.

אבער וואס דארפן מיר רעדן פון זיינע פעולות, ווען מיר קענען רעדן איבער אים אליין?

במשך די צייט וואס איך האב זיך באפריינדעט מיט ר' יעקב יצחק, האב איך געקענט לערנען אן איידעלער איד, א ירא שמים מרובים, א צדיק במלוא המובן, א איד וואס נעמט אלעס אן פאזעטיוו און מיט שמחה. זיין שטענדיגער שמייכל און גוטמוטיגקייט באגלייט מיר אלעמאל ביזן היינטיגן טאג, אפילו ווען איך זעה אים שוין נישט טעגליך. אלעמאל בשמחה, אלעמאל גוט אויפגעלייגט, באקלאגט זיך קיינמאל נישט און איז מקבל אלעס מיט אהבה און מיט שמחה. ר' יעקב יצחק איז א דמות פון אן אמת'ער ירא-שמים, וואס זוכט צו טון די בעסטע וואס עס איז שייך אין יעדע געלעגנהייט.

איך פארמאג אסאך גוטע זכרונות מיט ר' יעקב יצחק, זייענדיג אין גואטאמאלא. נישט אלעס קען איך ארויסשרייבן. איין זאך וועל איך נאר דערמאנען, אז איך האב דורכגעבראכן ביי ר' יעקב יצחק א זאך וואס אנדערע האבן נישט געקענט. ר' יעקב יצחק האט קיינמאל נישט געוואלט צוגיין צום עמוד (טראצדעם וואס ער איז גאנץ א שיינער בעל-תפילה). אין א געלעגנהייט, ווען איך האב אים שטארק מפציר געווען אויף א תפילת מוסף (אדער שמו"ע פון שחרית - איך געדענק שוין נישט), האט ער באוויליגט, זאגנדיג אז ער טוט עס בלויז צוליב מיר.. דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס כנישתא חדא האט זוכה געווען צו הערן זיין קול אלס בעל-תפילה, און דער עולם האט הנאה געהאט פון אים....

בכל-אופן, איך קען פערזענליך די מצב פון ר' יעקב יצחק. איך רעד מיט אים כסדר טעלעפאניש און איך בין אויך פארבינדן מיט די עסקנים וואס העלפן אים (היינט אליין האב איך צוויי מאל גערעדט מיט איינע פון די הויפט עסקנים אין בני-ברק). איך קען מעיד זיין בנאמנות, אז יעדע פרוטה וואס מען גיבט פאר ר' יעקב יצחק, איז צדקה אויף די העכסטע קוואליטעט וואס עס קען נאר זיין. דער מענטש איז אנגעקומען בעירום ובחוסר כל, מיט א משפחה פון אכט קינדערליך קיין בני-ברק, עטליכע טעג פאר פסח, נישט פארמאגנדיג גארנישט. איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט.

דוכט זיך אז היינט זענען זיינע קינדער די ערשטע מאל געגאנגען אין חדר (נישט זיכער). איך האב געהערט א גרוס אז דער מנהל האט זיי געמאכט אן עוועליועישן, און ער איז נתפעל געווארן פון זיי, כמובן אז זיי דארפן האבן אביסל הילף, משלים צו זיין את החסר, אבער בע"ה וועלן זיי זיך קענען מיטכאפן און זיין געהעריגע קינדער אין די מוסד, און שפעטער געהעריגע מעין-סטרימט בחורים. כפי השמועה האט האדמו"ר מסאטמאר שליט"א שטארק גע'שתדל'ט פאר זיי און אויפגעפאדערט די מוסדות זיי אנצונעמען. עס האט זיך געפאדערט דערפאר א גרויסער סומע געלט, וואס די עסקנים האבן געזאלט איינלייגן דערפאר, און דערויף ארבעט מען אצינד דאס צוזאמענצושטעלן.

דא רעדט זיך אצינד פון א חשוב'ע נצרך, און א נצרך לכל דבר. איך ווייס נישט צי עס איז פארהאן אזא דרגה אין עניות ווי אונזער פאל - אן עני מהודר לכל הדעות, אבער א חשוב'ער עני, א צדיק פון א איד.

עס איז דער חוב אויף יעדן איינעם זיך משתתף צו זיין, אפילו מיט עפעס.

איך בעט פערזענליך יעדן איינעם, אריינצולייגן געלט לכבוד ידידי ורעי, ידיד כל בית ישראל, וואס האט געהאט א חלק אין הצלת נפשות ממש, און געהאלטן די בחורים אין כנישתא חדא. שטיצט אים ביד רחבה וברוח נדיבה, אז ער זאל קענען אנגיין און אנהויבן א געהעריגע לעבן, מיט א געשמאק און טעם.

נ.ב. ר' יעקב יצחק איז א יונגערמאן מיט די קאפ אויף די פלייצע. ער וועט אי"ה נישט בלייבן קיין מארטגעדזש אויף כלל-ישראל. האפנטליך אז גאר בקרוב וועט ער טרעפן א דזשאב און זיך מסדר זיין אין לעבן. מען דארף אים בלויז יעצט אוועקשטעלן איינמאל פאר אלעמאל, אז ער זאל נישט בלייבן אויפן וואסער.

די לינק אריינצולייגן געלט (מאכט זיכער אז עס איז גרויסע סכומים):
https://www.dryveup.com/mission/511798

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 5:27 pm
דורך מסתמא
אוי מענדי לעווי'ס וואויס נאוטס רייסט ביים הארץ, ער זאגט אז די לאקאלע אוטאריטעטן פלאנען צו אויסגרובן אלע קברים

ער בלעימד לב טמא פארן באהאלטן די 8-9 מיידלעך, לויט אים זענען די אוטאריטעטן חושד אז מהאט זיי געהארגעט במילה זוכן זיי אלע קברים, בנוסף צו וואס זיי זוכן באווייז אויף די אלע רציחות.

מענדי טענה'ט אז די גואטאמאלער פארשטייען נישט כבוד המת און זאכן דארפן ווערן געטון צו אפראטעווען די עצמות אז עס זאל אלעס געטון ווערן כדת וכדין. לויט אים פלאנען זיי צו קומען נעקסטע וואך מיט טרעקטערס אפענדיגן די ארבעט. ער זוכט ווער עס קען העלפן מפנה זיין זיין טאטע ע"ה און קאזין וכו' :cry: :cry: :cry:

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 5:42 pm
דורך שמואל פוקס
קען איינער אריינשיקן אהער די וואויסנאט פון מענדי לעווי?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 5:55 pm
דורך מסתמא
שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 5:42 pm קען איינער אריינשיקן אהער די וואויסנאט פון מענדי לעווי?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 6:02 pm
דורך שמואל פוקס
ייש"כ.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 6:16 pm
דורך שמועות טובות
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 5:55 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 5:42 pm קען איינער אריינשיקן אהער די וואויסנאט פון מענדי לעווי?
נעטפרי ביטע

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 6:17 pm
דורך Headquarters

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 7:29 pm
דורך מסתמא
איך פארשטיי אז אמעריקע איז פארמישט אין די יעצטיגע איבערפאל
Screenshot_20250515_193015_Gallery.jpg
Screenshot_20250515_193015_Gallery.jpg (201.94 KiB) געזען געווארן 1400 מאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 7:30 pm
דורך שינאווער
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 7:29 pm איך פארשטיי אז אמעריקע איז פארמישט אין די יעצטיגע איבערפאל
ווער? אייס? טראמפ?...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 7:57 pm
דורך גארנישט
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 5:27 pm אוי מענדי לעווי'ס וואויס נאוטס רייסט ביים הארץ, ער זאגט אז די לאקאלע אוטאריטעטן פלאנען צו אויסגרובן אלע קברים

ער בלעימד לב טמא פארן באהאלטן די 8-9 מיידלעך, לויט אים זענען די אוטאריטעטן חושד אז מהאט זיי געהארגעט במילה זוכן זיי אלע קברים, בנוסף צו וואס זיי זוכן באווייז אויף די אלע רציחות.

מענדי טענה'ט אז די גואטאמאלער פארשטייען נישט כבוד המת און זאכן דארפן ווערן געטון צו אפראטעווען די עצמות אז עס זאל אלעס געטון ווערן כדת וכדין. לויט אים פלאנען זיי צו קומען נעקסטע וואך מיט טרעקטערס אפענדיגן די ארבעט. ער זוכט ווער עס קען העלפן מפנה זיין זיין טאטע ע"ה און קאזין וכו' :cry: :cry: :cry:
מען זעט פון זיינע ווערטער אז ער האט נישט קיין אינסייד אינפארמעישן ער זאגט וואס ער שטעלט זיך פאר
איז לאמיר האפן אז ער איז נישט גערעכט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 10:53 pm
דורך סענס אף יומער
IMG_20250515_222308.jpg
IMG_20250515_222308.jpg (209.35 KiB) געזען געווארן 776 מאל
IMG_20250515_225034.jpg
IMG_20250515_225034.jpg (193.76 KiB) געזען געווארן 776 מאל
IMG_20250515_222310.jpg
IMG_20250515_222310.jpg (118.49 KiB) געזען געווארן 776 מאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 10:53 pm
דורך סענס אף יומער
IMG_20250515_222314.jpg
IMG_20250515_222314.jpg (84.36 KiB) געזען געווארן 1037 מאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 11:56 pm
דורך גארנישט
נישט שייך צו לייקן אזאלעכע תגובות

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 12:40 am
דורך לעבער אייער
נאך אלעם וואס איז געבליבן מיט די אלע מענטשן וואס מען האט דארט ארעסטירט ?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 2:15 am
דורך פופציגער
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 10:53 pm IMG_20250515_222314.jpg
האט מען נישט געשמועסט דא אז די עסקנים ווייסן וואו זיי זענען?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 2:17 am
דורך הורקנוס
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2025 2:15 am
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 10:53 pm IMG_20250515_222314.jpg
האט מען נישט געשמועסט דא אז די עסקנים ווייסן וואו זיי זענען?
אזוי איז געווען משמע פון ר' אברהם יהושע העשיל ביי די חוה"מ שמועס

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 3:25 am
דורך הדסים
הורקנוס האט געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2025 2:17 am
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2025 2:15 am
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 10:53 pm IMG_20250515_222314.jpg
האט מען נישט געשמועסט דא אז די עסקנים ווייסן וואו זיי זענען?
אזוי איז געווען משמע פון ר' אברהם יהושע העשיל ביי די חוה"מ שמועס
געווארן באשטעטיגט דא אויף אידטיש אויך

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 4:34 am
דורך על פי תורה
הדסים האט געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2025 3:25 am
הורקנוס האט געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2025 2:17 am
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2025 2:15 am

האט מען נישט געשמועסט דא אז די עסקנים ווייסן וואו זיי זענען?
אזוי איז געווען משמע פון ר' אברהם יהושע העשיל ביי די חוה"מ שמועס
געווארן באשטעטיגט דא אויף אידטיש אויך
נישט אז מען ''ווייסט'' וואו זיי זענען
נאר אז מען וויל זיי טרעפן דורך אמעריקע און קאנאדע און נישט דורך גווטאמאלא

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 9:01 am
דורך לעבער אייער
איך פארשטיי נישט וואס איז די פראבלעם סיי די עסקנים אין סיי די רעגירונג ווייסט ווער עס באהאלט די קינדער און ווער עס ווייסט ווי מען באהאלט די קינדער נארמאל אין אזא פאל ארעסטירט מען יענעם און מען פארשט אים אויס ביז ווי לאנג ער זאגט אויס???????

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 16, 2025 9:15 am
דורך ווער
גיט מארגן
זאכן דא שטימען נישט ספעלט קלארקייט