אזוי ווי עס איז שוין באריכטעט געווארן דא, האט הרה"ג ר' יואל העניך העלבראנץ שליט"א געבוירן א יונגל למזל-טוב.
אין די יעצטיגע תקופה געפינט זיך ר' יואל העניך דאהי. אויף זיין קרעדיט מוז צוגעלייגט ווערן פיל פון די הצלת נפשות, בשעת ער האט זוכה געווען ארויסצונעמען פון לב-טהור צענדליגע נשמות בישראל. זיין קהילה אין גואטאמאלא איז געווען א רעטונגס ברעט פאר פיל אידן וואס זענען ארויסגעקומען פון דארט, און געהאט וואו אראפצולייגן דעם קאפ. נאכמער; פיל אידן וואס זענען שטענדיג פארבליבן אין לב-טהור, האט געהאט וואו צו אנטלויפן אין א שווערע מינוט, בשעת מען איז געווען פארבינדן באהאלטענערהייט מיט ר' יואל העניך און באזוכט זיין קהילה מזמן לזמן, אונטער א באהאלטענעם שלייער.
פיל פון די יוצאי לב-טהור האבן צו פארדאנקען זייער אידישקייט, ר' יואל העניך און זיין קהילה, וויבאלד דער פלאץ האט זיי געהאלטן און געהאלפן אין פאל פון נויט, אז זיי זאלן חלילה נישט ארויספאלן אויף די גרויסע ברייטע גאס, אזוי ווי עס האט פאסירט מיט אנדערע אידן, נאך איידער די קהילה איז געשטאנען.
דאס אלעס איז פארבינדן מיט שווערע קאסטן, וואס ר' יואל העניך האט דערפאר געשנארעט און געבעטן פון נדיבים בעם, אז זיי זאלן דאס באשטייערן.
די הוצאות זענען נאכנישט געענדיגט, און עס פעלט אויס פיל געלט צו ראטעווען אידן פון דארט.
איך וויל בעטן א פערזענליכע בקשה פון אחינו בני-ישראל:
ווארפט אריין אפאר דאלער לכבוד די שמחה ביי ר' יואל העניך. די געלט גייט אויף גוטע פלעצער און עס ווערט גענוצט פאר הצלת נפשות ממש. העלפט דעם העלד, וועלכער האט געראטעוועט צענדליגע נפשות פון שמד ממש, און זיי אויפגעלויכטן בגשמיות און ברוחניות.
געדענקט:
הצדיק ר' יואל העניך שליט"א, האט געהאט מסירת-נפש פאר זיין אידישקייט. ער האט אפגעלאזט כבודו של עולם, און ער איז געגאנגען מקיים זיין כפשוטו דעם פסוק, "האומר לאביו ולאמו לא ראיתיו ואת אחיו לא הכיר" - ער האט אויפגעזוכט דעם באשעפער מיט אן אמת, און אויף דעם וועג פראבירט ער צו מקרב זיין אידישע קינדער און זיי ראטעווען פון שקר.
אין דעם זכות פון שטיצן אזא איד און געבן פאר אזעלכע הייליגע צוועקן צו ראטעווען אידישע קינדער, וועט איר זוכה זיין צו גוטע קינדער, קינדער וואס וועלן גיין אין ערליכע הייליגע דרכים, אויסגעטראטן על דרך אבותינו ורבותינו מדור דור.