בלאט 161 פון 321
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:09 pm
דורך מיילעך פריילעך
דאנערשטאג פרשת שלח:
=קול רנה וישועה באהלי צדיקים=
היינט אויפדערנאכט אום 9:30 קומט פאר שמחת התנאים פאר נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב ביהמ"ד ישמח משה שליט"א בן כ"ק גאב"ד סיגעיט זצ"ל, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' יואל הלברשטאם שליט"א - רב ביהמ"ד בית שמואל דקהלתינו הק' ק"י בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל חתן כ"ק גאב"ד קהילתינו ב"פ שליט"א,
עס קומט פאר אין ביהמ"ד בית שמואל דקהלתינו הק' בשכונת דברי חיים ק"י, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~שישו ושמחו בשמחת רבינו~
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:11 pm
דורך מיילעך פריילעך
~

שב"ק במדבר בצל הקודש

~
► Show Spoiler
ליל שב"ק אום 9:00 איז מרן רבינו אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו תפלת מנחה אנהויבנדיג מיט א ברען 'הודו לה' כי טוב'.
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א. מ'האט געענדיגט דאווענען בשעה 10:30, און דער ציבור איז אריבער זאגן 'גוט שבת'.
שולחן הטהור
בשעה 11:00 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צום 'שולחן הטהור' אין היכל השולחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' מיט אן אש להבה. מיט 'אשת חיל' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הרב ישראל דושינסקיא ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א חדב"ן. מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א.
מיט'ן זמר 'כל מקדש' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר יעקב אליעזר כהנא הי"ו, און מיט'ן זמר 'מנוחה ושמחה' הרה"ג רבי יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו.
דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן שילוב פון סוף סדר ויקרא צו סדר במדבר, און אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון "מצוה הבאה בעבירה".
מיטן זמר 'י-ה אכסוף' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א, מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הרב יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו וומסב"ג שליט"א.
עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון אור שבעת הימים מרן הבעשטה"ק זי"ע וואס זיין יארצייט איז אויסגעפאלן יו"ט שבועות.
מיטן זמר י-ה רבון עלם האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
ביי די פירות זענען די חתנים אריבער נעמען שיריים. מיטן זמר אז ביום השביעי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, מ'האט געענדיגט דעם טיש אום 1:30.
וביום השבת קודש
שב"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אום 9:40, מיט פסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן הר"ר שרגא גאנדל הי"ו, מרן רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית כנהוג.
מיט הוצאה והכנסה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיצער הי"ופון וומסב"ג, און מיט פסוקי שמע ישראל הר"ר איתמר טובי' קויפמאן שליט"א.
עליות
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו; לוי: הר"ר יונה צבי האפמאן הי"ו; שלישי: הבה"ח יוסף אליעזר ני"ו בן הרה"ח ר' מענדל יאנקלאוויטש הי"ו - באווארפן; רביעי: הרה"ח ר' שמואל דוד פעקעטע הי"ו; חמישי: הרה"ח ר' יואל משה לאנדא הי"ו; שישי: מרן רבינו שליט"א, דער רבי שליט"א האט קורא שם געווען לבתו הנולדה למז"ט למו"ה ר' משה פריעד הי"ו, פאר בתו הנולדה למז"ט למו"ה ר' אהרן יואל קעסלער הי"ו, און פאר בתו הנולדה למז"ט למו"ה ר' חיים יעקב דוב ניימאן הי"ו; שביעי: מו"ה ר' יוסף הערשקאוויטש הי"ו, דער רבי שליט"א האט קורא שם געווען לבתו הנולדה למז"ט; הוספה: מו"ה ר' ליפא קויפמאן הי"ו, דער רבי שליט"א האט קורא שם געווען לבתו הנולדה למז"ט; אחרון: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו; הגבה: הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו; גלילה: הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו.
מוסף: מרן רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מוסף לקראת הילולת זקינו הרה"ק מוואלאווע זצ"ל ביום ג' סיון, מיט פתיחת הארון פאר אנעים זמירות איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו, מ'האט געענדיגט בשעה 12:35.
רעווא דרעווין
אום 8:55 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה ושל"ס, עס איז נתכבד געווארן צו דאווענען פאר'ן עמוד מו"ה ר' יעקב יחזקי' גאנדעל הי"ו, מיט הוצאה והכנסה איז נתכבד געווארן הר"ר אברהם שמחה גא-טליעב הי"ו; כהן: הר"ר משה כ"ץ הי"ו; לוי: הרה"ג ר' פרץ טובי' דייטש שליט"א; שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א חדב"ן; גלילה: מו"ה ר' ראובן גלאנץ הי"ו.
מיט'ן זמר 'אודה' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' נח גפן שליט"א, און מיט 'שיר המעלות' הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש "מה ראו להתקרב יותר מן האומות", און ארויסגעברענגט אז דורכן מקבל זיין מסירות נפש במחשבה ווערט מען ניצול פון יסורים און מיתה, און דאס איז די ריכטיגע הכנה צו יו"ט שבועות.
מיטן זמר ידיד נפש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו פון וומסב"ג, און מיט'ן זמר קל מסתתר האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיצער הי"ו פון וומסב"ג.
מרן רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מעריב לרגל הילולת זקינו הרה"ק מוואלאווע זי"ע. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוטע וואך, מ'האט געענדיגט אום 11:05.
במוצאי יום גילה
נאך הבדלה איז מרן רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו וואו ס'איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות אינעם ס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן צומארגנס זונטאג בהיכל הישיבה גדולה סניף קדושת יואל. דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן אינעם ס"ת, און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס זכרונות מימי קדם פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין בעל הארבער. דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן בעל שמחה ובני משפחתו.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו, וואו ס'איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות אינעם ס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן צומארגנס זונטאג בבית מדרשינו ברך משה. דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן אינעם ס"ת, דערנאך האט זיך פארצויגן א הערליכר שמועס איבער די בראשית יארן בצל מרן רביה"ק הדברי יואל זי"ע, און איבער הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל וואס זיין יארצייט איז אויסגעפאלן שב"ק ב' סיון.
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות פארן נייעם אוצר הספרים אין בנין מבצר הכוללים, און א זכות נכבד בביהמד הגדול אין קרית יואל וואס הרבני הנגיד ר' וואלף הי"ו האט מנדב געווען. דער רבי שליט"א האט אונטערגע'חתמ'ט ביידע שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, און דערנאך געוואונטשן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן בעל שמחה ובני משפחתו.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען ספעציעלע זמני כניסה פאר עטליכע מנינים חאלאקע קינדער פון די פארגאנגענע ספירה וואכן. דער רבי שליט"א האט געשוירן די האר און פארטיילט ממתקים און געוואונטשן ברכת קדשו פאר די קינדער.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג יוני 28, 2024 8:56 am
דורך פרייזן

- image (52).png (637.37 KiB) געזען געווארן 2146 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג יוני 28, 2024 12:17 pm
דורך סאטמאר אפדעיטס
סאטמאר מהר"א: אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול והחדש "קהל יטב לב ד'סאטמאר לינדען" שפאנט פאראויס; גרויסע האלץ שיפמענט אנגעקומען אויפן שטח הבניה פאראויס צו גיין מיט די בוי ארבעט
באריכט/ בילדער

- DJI_0874.JPG (295.08 KiB) געזען געווארן 2051 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג יוני 28, 2024 1:44 pm
דורך סאטמאר אפדעיטס
סאטמאר מהר"א: געהויבענע שמחת התנאים פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן אויפדערנאכט אין ביהמ"ד בית שמואל דקהל יטב לב
באריכט/ בילדער

- 2024-06-28 (8).jpg (160.34 KiB) געזען געווארן 1974 מאל
Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי
געפאוסט: מוצש"ק יוני 29, 2024 11:05 pm
דורך סאטמאר מאנסי
סאטמאר מאנסי 
שטייענדיג נאכן סוקסעספולען "להעמידם" קאמפיין ווערט געמאלדן די פריילעכע בשורה פון הנהלת מוסדותינו הקדושים אז עס איז אונטערגעיאגט געווארן די פלענער פארן בנין הבית רחל בנין אליהו ניישטאדט און וועט כי"ה זיין גרייט צום אנהייב פונעם שולע יאר בחודש אלול הבעל"ט
ווי אויך ווערט געמאלדן אז הנהלת מוסדותינו איז בסייתא דשמיא אריינגעשפרינגען אינעם פראיעקט צו פארענדיגן די פראכטפולע שמחה זאלן אינעם בנין דוד ניישטאדט פאר קלענערע שמחות ווי בר מצות וכדו.
"בורא עולם בקנין השלם זה הבנין"
Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 10:26 am
דורך סאטמאר מאנסי
סאטמאר מאנסי 
היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן קומט פאר די מעמד חומש סעודה פאר די קרוב צו הונדערט ילדי כיתה א' דמוסדותינו הק'
די גרויסער מעמד קומט פאר אין די זאלן פון עטרת טשארנא בהשתתפות פון די עלטערן און זיידעס ובראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס וועט משמיע זיין דברות קודש לרגל המעמד
"יבואו טהורים ויתעסקו בטהרות"
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 1:37 pm
דורך נייעס ליבהאבער
סאטמאר מהר"א: הערליכער באזוך פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א ביי הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א
בילדער

- 20781.jpeg (67.52 KiB) געזען געווארן 1588 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 8:22 pm
דורך מיילעך פריילעך
מוצש"ק שלח:
נעכטן מוצאי שבת איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף צאנז א כתיבת האותיות אין די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם ווייס הי"ו, און וועט אריינגעגעבן ווערן דעם קומענדיגן דאנערשטאג קרח אין ביהמ"ד בית ברוך אין ק"י,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן און די גאנצע משפחה.
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 8:32 pm
דורך מיילעך פריילעך
א שטיקל איבערבליק אויפן סדר היום פון היינט ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א.
ארום 1:00 איז די רבי ארויסגעפארן קיין מאנסי.
דער רבי איז ארויסגעקומען ארום 1:30 באגלייטן די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל ביים בנין ישיבת אור ודעת אין מאנסי, עס איז אויך אנוועזנד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ובניו הרבנים.
~

~
ארום 2:00 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאל פון עטרת טשארנא צום חומש סעודה פאר די תלמידי הת"ת פון מאנסי.
~

~
נאך די חומש סעודה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטריות, אין א זייטיגע שטיבל, ארום 2:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל פון עטרת טשארנא נאכ'ן חתימת שטרות.
~

~
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הר"ר יודא לייב ניימאן שליט"א פאר א חתימת שטרות. ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די תלמידי הת"ת וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פאר די מוסדות דעם פארלאפענעם פורים העעלל"ט.
~

~
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ישראל יעקב קאסירער הי"ו אויף א ביקור תנחומין, וועלכע זענען געזיצן שבעה ע"פ אשתו ע"ה.
~

~
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים וויזנפעלד הי"ו פאר א חתימת שטרות.
~

~
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם בנין פון די גאלדען טעיסט פירמע אינטער די אייגנטום פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק מאנסי.
~

~
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה שיעור ג' - סניף עסק התורה וואו דער רבי האט געדאווענט תפילת מנחה. און דערנאך געמאכט א לחיים.
~

~
א גוטן טאג.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 8:32 pm
דורך מיילעך פריילעך

בצל הקודש

=פרייטאג שלח=
► Show Spoiler
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
א גוט שבת.
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 10:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
זונטאג קרח:
היינט בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון מרכז עזרה ויועץ, לרגל די מגבית לטובת המרכז וואס קומט פאר אין די טעג,
דער רבי האט געהערט א באריכט אלעס אינערהאלב דעם מרכז, עקסטער האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט ביי די עסקנים איבער די עצרת מחאה וועלכע איז היינט פארגעקומען אין א"י בראשות כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א וחברי הביד"ץ שליט"א, און דער רבי האט ווארעם געוואונטשן פאר די עסקנים הצלחה פארן קאמפיין.
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 11:28 pm
דורך לא ימושו מפיך
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 10:58 pm
זונטאג קרח:
היינט בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון מרכז עזרה ויועץ, לרגל די מגבית לטובת המרכז וואס קומט פאר אין די טעג,
דער רבי האט געהערט א באריכט אלעס אינערהאלב דעם מרכז, עקסטער האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט ביי די עסקנים איבער די עצרת מחאה וועלכע איז היינט פארגעקומען אין א"י בראשות כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א וחברי הביד"ץ שליט"א, און דער רבי האט ווארעם געוואונטשן פאר די עסקנים הצלחה פארן קאמפיין.
~

~
די באזוך איז געווען לרגל דאס עפענען די זיבעטע מרכז אפיס אין שטאט אשדוד.
אויך האט מען גערעדט פון די מגבית
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 11:32 pm
דורך לא ימושו מפיך
היינט נאכמיטאג איז כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אנגעקומען בבית הרה"ג רבי יהודא לייב ניימאן שליט"א מו"ץ בקהל ויואל משה מאנסי ווי משפחת הרה"ח ר' פנחס נחמן גלויבער ז"ל האבן אפגעקויפט זכות "שער" בבנין האדיר תלמוד תורה אין מאנסי פאר 360,000 דאלער.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 12:38 am
דורך לא ימושו מפיך
מאנסי מוסדות אפדעיט
ווי באריכטעט האט מען זיך גענומען בויען אויף צוויי פראיעקטן.
1. פארענדיגן די בית רחל החדש "בנין אלי' ניישטאדט" אויף טשערי לעין צי זיין פולקאם פארענדיגט כלול בהדרו אויפן קומענדיגע לערן יאר. די היי סקול בילדונג ענטהאלט 13 קלאסן און א שול צי דאווענען און שיעורים, אלע צרכים ארום ווי אפיסעס, נייען קלאסן וכו' אויפן שענסטע און בעסטע פארנעם מיטן מאקסימאלסטע באקוועמלעכקייט פאר די תלמידות.
2. צוויי שפאגל נייע הערליכע שמחה זאלן אינעם ערשטע שטאק פונעם פראכטפולן בית רחל "בנין דוד ניישטאדט" אויף טשערי לעין.
ווי נאר די פראיעקטן וועלן זיין פארפולקאמט ביז געציילטע וואכן בעז"ה - גייט מען מחיל אל חיל אויפצובויען די צווייטע פאזע פונעם תלמוד תורה "בנין משה חיים גאלדשטיין" וואס וועט ענטהאלטן פרישע 24 קלאס צימערן (אין צוגאב צי די יעצטיגע 39 קלאס צימערן) און צוויי חדרי אוכל, וואס וועט לויטן סקעדשול זיין פארענדיגט אינמיטן קומענדיגע יאר תשפ"ה.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 12:57 am
דורך איד
לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 11:32 pm
היינט נאכמיטאג איז כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אנגעקומען בבית הרה"ג רבי יהודא לייב ניימאן שליט"א מו"ץ בקהל ויואל משה מאנסי ווי משפחת הרה"ח ר' פנחס נחמן גלויבער ז"ל האבן אפגעקויפט זכות "שער" בבנין האדיר תלמוד תורה אין מאנסי פאר 360,000 דאלער.
אויף די בילדער פון בצל הקודש זעהט מען נישט די דיין ר' יודא לייב שליט''א
איז ער דארט געווען ?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 7:54 pm
דורך סאטמאר אפדעיטס
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 7:54 pm
דורך סאטמאר אפדעיטס
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 8:22 pm
דורך מיילעך פריילעך
רבינו שליט"א פארלאזט יעצט ביתו נאוה קודש אויפ'ן וועג קיין שיכון סקווירא, וואו דער רבי וועט זיך באטייליגן ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקל פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 11:23 pm
דורך שמאי הזקן
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 8:22 pm
רבינו שליט"א פארלאזט יעצט ביתו נאוה קודש אויפ'ן וועג קיין שיכון סקווירא, וואו דער רבי וועט זיך באטייליגן ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקל פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
~

~
די רבי איז נישט געווען ביי די חתונה?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 11:25 pm
דורך גרינגראז
שמאי הזקן האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 11:23 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 8:22 pm
רבינו שליט"א פארלאזט יעצט ביתו נאוה קודש אויפ'ן וועג קיין שיכון סקווירא, וואו דער רבי וועט זיך באטייליגן ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקל פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
~

~
די רבי איז נישט געווען ביי די חתונה?
די רבי גייט נישט צו אלע חתונות אין סקווירא...
ואכמ"ל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 11:26 pm
דורך שמאי הזקן
גרינגראז האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 11:25 pm
שמאי הזקן האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 11:23 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 8:22 pm
רבינו שליט"א פארלאזט יעצט ביתו נאוה קודש אויפ'ן וועג קיין שיכון סקווירא, וואו דער רבי וועט זיך באטייליגן ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקל פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
~

~
די רבי איז נישט געווען ביי די חתונה?
די רבי גייט נישט צו אלע חתונות אין סקווירא...
ואכמ"ל
אה. נישט געכאפט... אלעס שטימט
Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי
געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 6:12 pm
דורך סאטמאר מאנסי
סאטמאר מאנסי 
מעמד החומש סעודה פאר די קרוב צו הונדערט ילדי כיתה א' דמוסדותינו הק' פארגאנגענעם זונטאג אין די זאלן פון עטרת טשארנא בהשתתפות פון די עלטערן און זיידע'ס ובראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי
געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 6:13 pm
דורך סאטמאר מאנסי
סאטמאר מאנסי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 6:12 pm