א שטיקל איבערבליק אויפן סדר היום פון היינט ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א.
ארום 1:00 איז די רבי ארויסגעפארן קיין מאנסי.
דער רבי איז ארויסגעקומען ארום 1:30 באגלייטן די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל ביים בנין ישיבת אור ודעת אין מאנסי, עס איז אויך אנוועזנד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ובניו הרבנים.
~

~
ארום 2:00 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאל פון עטרת טשארנא צום חומש סעודה פאר די תלמידי הת"ת פון מאנסי.
~

~
נאך די חומש סעודה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטריות, אין א זייטיגע שטיבל, ארום 2:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל פון עטרת טשארנא נאכ'ן חתימת שטרות.
~

~
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הר"ר יודא לייב ניימאן שליט"א פאר א חתימת שטרות. ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די תלמידי הת"ת וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פאר די מוסדות דעם פארלאפענעם פורים העעלל"ט.
~

~
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ישראל יעקב קאסירער הי"ו אויף א ביקור תנחומין, וועלכע זענען געזיצן שבעה ע"פ אשתו ע"ה.
~

~
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים וויזנפעלד הי"ו פאר א חתימת שטרות.
~

~
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם בנין פון די גאלדען טעיסט פירמע אינטער די אייגנטום פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק מאנסי.
~

~
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה שיעור ג' - סניף עסק התורה וואו דער רבי האט געדאווענט תפילת מנחה. און דערנאך געמאכט א לחיים.
~

~
א גוטן טאג.