מיינע הויכפונקטן פונעם נעכטיגן מעמד:
*סאיז מיר געוען א סורפרייז אז די קהילה האט דאסמאל באמת צוגעשטעלט א שיינע מעמד, און איך רעד בגשמיות, איך האב נישט ערווארטעט מער ווי לקח און סעלצער אויף ווייסע טישטוכער סערווירט דורך פרחי העסקנים, למעשה איז געווען געהעריג צו עסן, שיינע טישטוכער און באקוועמע בענקלעך, סערווירט דורך גויאישע סארווערס וואס האבן אויך אראפגערוימט אגאנצן צייט(חבל אויף מיין טעלער קוגל וואס האט פריצייטיג אפגענדיגט זיין תפקיד, ביים ערל) אויף דעם פלעגט מיין מגי"ש זאגן"אז דו קענסט יא...".
*די דרשות און פאנעלן זענען מיר געווען קצת לאנגווייליג, האב איך אויס גענוצט די צייט צו לערנען א אידיש ווארט און אויך געכאפט א מעריב(גראדע געווען זייער גוט אויסגעשטעלט די מנינים), איך האב יא געהערט די דרשה פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א וואס האט גערעדט איבער די בית הוראה און די פארשידענע וועדים וואס ער איז געווען די קאפ אונטער דעם, בין הדברים האט ער געמאלדן אז מ'ארבעט צו אויפשטעלן א וועד פיקוח וואס וועט פארפיגן אויף די פרויען ארבעטס פלעצער, צו פארזיכערן די כשרות אין די אפיסעס, א גוטע און נויטיגע געדאנק, מיין איך.
*דער וויליאמסבורגער רב שליט"א האט גערעדט זייער שיין, ארויסברענגענדיג די מעלה פון וואוינען אין א תורה'דיג-געפירטע שטאט, ער האט אויך ארויסגעברענגט זיינע הרגשים ווען מ'דערמאנט זיך את כל התלאה אשר מצאתם, ווי מ'האט זיך געמוטשעט אנהייב פונעם וועג ארויפצוברענגען די כח התורה וההנהגה, ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט אז " סאיז אמאל נישט געווען קיין כבוד צו זיין אין די משפחה", און ב"ה ווען מ'קוקט זיך ארום היינט און מ'זעהט ווי מ'איז בליע"הר אנגעקומען צו מרים זיין דעם שטאט אין אלע הינזיכטן, כה יתן ה' וכה יוסיף.
*אין מיינע אויגן איז דאס באערן הרה"ח ר' אברהם ווידער שליט"א געווען איינע פון די הויכפונקטן, מ'רעדט פון א איד וואס פון "דעי וואן" האט ער געגעבן זיין לעבן פאר די קהילה, און געארבעט מיט בלוט און בזיונות ארויפצוברענגען די קהילה אויף אלע פראנטן, ובדין הוא שיטול שכרו, ווען ער איז ארויפגעקומען נעמען זיין פלעג פונעם רבי'ן.
*די סאמע הויכפונקט פון די נאכט איז פארשטייט זיך געווען די רבי'ס דרשה, די רבי האט ארומגערעדט פון די הרחבת גבולי הקדושה און געבעטן דעם עולם זיך צו משתתף זיין ברוח נדיבה, די רבי האט דערמאנט דעם דיין שליט"א וואס איז זקוק לרחמי שמים, אין מיט א קול חנוק מתפלל געווען אז ר' שלום אליקים געצל בן דבורה חנה זאל האבן א רפואה שלימה במהרה, דערנאך האט די רבי גאר שארף ארויסגעטרעטן איבער די גזירת החינוך און אלע וואס ווילן מפשר זיין, זאגנדיג אז 'מיד עשו' גייט ארויף אויף יאפעד בעת 'מיד אחי' רעדט פון די פערלס ארגעניזאציע וואס זוכן אריינצוברענגען שינוים אין די הייליגע חינוך המסורה לנו, היל"ת, דערנאך האט די רבי גערעדט איבער די דירות קריזיס וואס פלאגט דעם שטעטל, און געזאגט אז מ'ארבעט צו קענען בויען דירות פאר ביליג אבער ס'איז א שווערע און קאמפליצירטע פראיעקט צו קענען פארזיכען אז סיי די אינוועסטארס זאלן ארויסגיין מיט ריווח, און מצד שני זאל עס זיין עפארדעבל און צוגענגליך פאר יעדעם(נאך אלס נישט קלאר פון וואס מ'רעדט, אויב איינער ווייסט זאל אריינקומען מיט פרטים),די רבי האט געזאגט אז ס'גייט נעמען מינומים דריי יאהר, און פארופן א אסיפה אויף היינט צו טרעפן א קורצטערמיניגע לעזונג ("ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק").
*ר' אברהם יהושע גלאנץ איז ארויפגעקומען מעלדן די פלענער פארן נייע ביהמ"ד וואס וועט פארטאפלען די ביז יעצטיגע שטח, בעת וואס מ'האט אויגעטיילט א בראשור וואס צייגט די(רויע) פלענער וויאזוי עס גייט אויסקוקן, ער האט געזאגט אז ס'גייט נעמען כאטש א יאר צו פארענדיגן די ארכיטעקטשור און דעזיין פאר מ'הייבט בכלל אן צו בויען, קודם האט ער א יאר צו אטעמען רואיג...
