בלאט 16 פון 23

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 6:26 pm
דורך לייבל פריש
איד האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:43 am גארנישט
קהלא נעמט די אנדערע זייט פון די פאליטיק
תולדות אהרן און דושינסקי און רוב פון תולדות אברהם יצחק רוב פון משכנות הרועים און גרויס חלק חסידי ירושלים זענען מיט קהלא
נטורי קרתא און פרושים און נאך וואס האבן מיט עדה קיינמאל געהאט זענען אויף די אנדערע זייט

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: זונטאג מאי 19, 2024 7:05 pm
דורך איד
לייבל פריש האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 6:26 pm
איד האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:43 am גארנישט
קהלא נעמט די אנדערע זייט פון די פאליטיק
תולדות אהרן און דושינסקי און רוב פון תולדות אברהם יצחק רוב פון משכנות הרועים און גרויס חלק חסידי ירושלים זענען מיט קהלא
נטורי קרתא און פרושים און נאך וואס האבן מיט עדה קיינמאל געהאט זענען אויף די אנדערע זייט
אקעי, איך האב מיך גענוג געדרייט אין ירושלים, און ניין! נישט רוב פון אנשי עדה החרידית זענען מיט קהלא !

(און נישט קיין רוב פון חסידי ירושלים מיט רוב תולדות אברהם יצחק און משכנות הרועים זענען מיט קהלא, קאם אן)

העדה, איז לכו''ע פון די עדה החרידית, ס'איז די אפציעלע בלעטל ווי זיי לייגן אריין זייערע מודעות, אזוי ווי זיי האבן שוין געמאלדן

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: זונטאג מאי 26, 2024 6:35 pm
דורך דבוק אין צדיק
לג בעומר תשפ”ד

שטארקע בריוו פון בי”ד הגדול שבירושלים
בדיץ.png
בדיץ.png (303.78 KiB) געזען געווארן 1955 מאל

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 10:14 am
דורך געמיטליך
הלוואי זאל מען קענען ברענגען צו גערעכטיגקייט די אלע וואס האבן אזעלכע ביטערליכע מכות געטיילט מיטן תירוץ פן סעיפטי

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 5:29 pm
דורך צווייזייטיג
געמיטליך האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:14 am הלוואי זאל מען קענען ברענגען צו גערעכטיגקייט די אלע וואס האבן אזעלכע ביטערליכע מכות געטיילט מיטן תירוץ פן סעיפטי
אין די מדינה של גיהנם? שוואכע האפענונגען...

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:29 pm
דורך פרוק ית ענך
הרה"ח ר' אפרים שטערן און הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו חברי הנהלה העדה החרדית אויף א באזוך ביי ראב"ד ירושלים שליט"א

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג יוני 07, 2024 12:12 am
דורך שמח
פרוק ית ענך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:29 pm הרה"ח ר' אפרים שטערן און הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו חברי הנהלה העדה החרדית אויף א באזוך ביי ראב"ד ירושלים שליט"א
דא א ווידעא
http://ahblicklive.com/post.php?u_id=dm ... unRWHxavQG

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג יוני 07, 2024 3:40 am
דורך totty2024
ראשי הנהלת העדה הרה"ח ר' פרץ לעפקאוויטש און הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אפרים שטערן און אויף אסיפה ביי כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א איבערצישמועסן פלענער פאר א עצרת קעגן גזירת הגיוס

און דער ירושלימער רב האט געגעבן א ווארימע דרשה איבער די כח פון די עדה החרדית וואס אויב ביי אונז וועט מען זיין שטארק קעגן די רשעים וועט די גזירה בטיל ווערן

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=d ... unRWHxavQG

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג יוני 07, 2024 9:25 am
דורך שמח
מראות מכינוס ראשי הנהלת העדה החרדית במעונו של פאר ופוסק הדור כ''ק מרן גאב''ד ירושלים שליט"א

וכן כינוס ראשי ''מרכז עזרה וייעוץ'' במעונו של מרן שליט''א

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג יוני 07, 2024 1:19 pm
דורך וואלף
דברים שנאמרו השבוע על גזירת הגיוס לקראת עצרת ’העדה החרדית‘ ע"י כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א

(חלק מהדברים נאמרו בעת כינוס משלחת ראשי הנהלת העדה החרדית במעונו של מרן שליט“א, וחלק נוסף בעת כינוס ראשי ’מרכז עזרה וייעוץ‘ במעונו של מרן שליט“א)

בכל העניין של גיוס בני הישיבות הם מכוונים רק כוונה אחת - לעקור את הדת רח“ל. הם עושים הרבה פעולות אבל כוונתם בכל הפעולות היא למטרה אחת: לעקור את הכל. ובאמת מרן הגרי“ז מבריסק זצ“ל כבר אמר דבר זה בשעת הקמת המדינה, שכל מטרתם בהקמת המדינה היא רק לעקור הדת, ואמר מרן הגרי“ז זצ“ל שאמנם הציבור אז ברובם אינם מכירים בזה, אבל בסוף כולם יכירו את האמת שזהו כוונתם.

וידוע שאבי הציונים הוזה מדינתם שר“י רצה שהיהודים ימירו דתם ח“ו לנוצרים ויהיה הלאום יהודי והדת נוצרית, ובזמנו לא כולם הכירו את טומאתו עד שאפילו אנשים חשובים מאוד נתפסו ברשתו ל“ע, ולקח זמן עד שלבסוף נודע גודל טומאתו. וכך גם בעניין זה, אמנם לא כולם הכירו בכך שתכליתם הוא כדי לעקור הדת, אבל יבוא זמן שכולם יכירו בזה.

הם יודעים היטב שהציבור החרדי אינם מתאימים לצבא שלהם, ולהפך, הם הרי מזלזלים בבני הישיבות הק‘ כאילו הם בטלנים, ובאותו הזמן גם דורשים את גיוס בני הישיבות, ואין זה אלא כי כוונתם להזיק לנו, ומחפשים דרכים היאך להתחבר איתנו ולשבור את המחיצות המפרידות בינינו, וחובתינו לעשות כל מה שביכולתינו להציל מגזירה נוראה זו שהיא גזירת שמד.

ובעיקר להסביר לציבור את המציאות, ובפרט בשעה זו שהם מספרים שהם מעמידים מסלולים לחרדים המותאמים לציבור החרדי, צריך להודיע ולפרסם שהם מזיקים מתוך כוונה ומחשבה על מנת להזיק יותר.

ובעוה“ר לפני ביאת משיח הקב“ה נתן כח חזק לס“מ – לשטן, להפריע לנו בגזירות נגד התורה רח“ל, ועלינו לעמוד על המשמר בתוקף כנגדם וזה יבטל את הגזירה, שאם אנחנו נעשה חובותינו כלפי שמיא ונעמוד חזקים כנגדם בעוז ובתעצומות, אז נזכה לסייעתא דשמיא והקב“ה יעזור לנו כשם שעזר לנו בכל הדורות להינצל מאויבי ישראל, ולכן אנחנו נודיע לשלטונות באופן ברור: ”איננו מבקשים ממכם כלום רק תנו לנו לחיות. שהתורה הק‘ היא חיינו, ובלא התורה הק‘ אין החיים שלנו נחשבים חיים אלא מיתה. ואם אינכם רוצים לתת לנו לחיות אנחנו מסכימים גם למות - והעיקר שלא נוותר ב‘כי הוא זה' על התורה הקדושה“.

ובאמת הם עצמם יודעים שהכל תלוי בנו, והם גם יודעים שיש לנו כח להילחם בהם ולהרעיש את כל העולם שהם רודפים את דת ישראל, ועלינו לעמוד כנגדם כחומה בצורה, והקב“ה יעזור שנזכה לעמוד על המשמר, והקב“ה יאמר לצרותינו די ויחיש ביאת משיח צדקינו במהרה.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 5:05 pm
דורך איד
א פרישע מכתב פון מרן הגאון ראב''ד ירושלים שליט''א ובית דינו איבער די גזירות הגיוס
בילד

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 5:08 pm
דורך שמח
איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 5:05 pm א פרישע מכתב
בילד
קוקט אויפן דאטום, ס'איז נישט פריש, שוין אפאר וואכן צוריק.

ווי אויך איז עס שוין געווען דא
viewtopic.php?p=96955#p96955

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 11:46 pm
דורך שמח
1000222776.jpg
1000222776.jpg (75.59 KiB) געזען געווארן 1107 מאל
אידישע נייעס | צאו והפגינו: רבבות וועלן אפשרייען ביטערע גזירת הגיוס ביי "מחאה אדירה" בחוצות ירושלים פאררופן דורכן עדה החרדית:

א פייער פון קנאת ה' צבאות נעמט ארום הררי ציון וירושלים זיך גרייטנדיג מיט אן אש דקדושה צום עצרת מחאה אדירה וואס ווערט פאררופן אויפ'ן קומענדיגן מיטוואך שלח על פני ככר השבת, אפצושרייען די ביטערע גזירת הגיוס וואס די ציוניסטישע ממשלת השמד האט ליידער גוזר געווען אויף אלע לומדי תורה אין ארץ ישראל.
די מחאה ווערט פאררופן דורכ'ן בי"ד הגדול שבירושלים "עדה החרדית", על פי קריאת הקודש פון כ''ק מרן גאב''ד ירושלים און די שרי התורה הרבנים הגאונים והצדיקים שליט"א חברי הביד"ץ וועלכע טוען אין א פייערדיגע קול קורא רופן גאנצן חרד'ישן ציבור פאר חוב קדוש ארויסצוגיין בחוצות קרי' און מכריז זיין קבלת עם ועולם אז דער יהדות החרדית וועט שטיין פעלזנפעסט מיט מסירת נפש קעגן די גזירה האיומה, און מ'וועט זיך ח"ו נישט לאזן פון די שענדליכע פשרות און וויתורים וואס ווערן ליידער געמאכט נאכצוגעבן רח"ל פאר די רעגירונג למחצה ולשליש ולרביע, היה לא תהיה.

דער עצרת מחאה אדירה וועט אפגעהאלטן ווערן מיטוואך שלח, אינעם יום תענית צדיקים כ' סיון, 7:00 אין אווענט, אויפ'ן שטח האדיר על פני ככר זופניק און ארומיגע גאסן, וואו עס ווערט ערווארט א היסטארישע צונויפגיס פון צענדליגער טויזנטער חרדים לדבר ה', וועלכע וועלן אויסשרייען די געמיינזאמע קול זעקה קעגן די שרעקליכע גזירה און די שוועבנדע סכנה עצומה דורך די מפשרים וואס פירן אן א משא ומתן מיט די רעגירונג נאכצוגעבן ח"ו אויפ'ן חשבון פונעם יהדות החרדית.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 11:33 am
דורך אפשר נישט
שמח האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:46 pm

למעשה וועט די עצרת פארקומען קומעדיגע יום א' אויף כיכר השבת

32.png
32.png (96.78 KiB) געזען געווארן 1011 מאל

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 12:07 pm
דורך dev
@דער תהלים איד וואס איז די מעשה מיט די עצרת אז מ'האלט און איין שטופען?

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 2:13 pm
דורך טיפע טאשן
אפשר נישט האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:33 am
שמח האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:46 pm
1000222776.jpg

אידישע נייעס | צאו והפגינו: רבבות וועלן אפשרייען ביטערע גזירת הגיוס ביי "מחאה אדירה" בחוצות ירושלים פאררופן דורכן עדה החרדית:

א פייער פון קנאת ה' צבאות נעמט ארום הררי ציון וירושלים זיך גרייטנדיג מיט אן אש דקדושה צום עצרת מחאה אדירה וואס ווערט פאררופן אויפ'ן קומענדיגן מיטוואך שלח על פני ככר השבת, אפצושרייען די ביטערע גזירת הגיוס וואס די ציוניסטישע ממשלת השמד האט ליידער גוזר געווען אויף אלע לומדי תורה אין ארץ ישראל.
די מחאה ווערט פאררופן דורכ'ן בי"ד הגדול שבירושלים "עדה החרדית", על פי קריאת הקודש פון כ''ק מרן גאב''ד ירושלים און די שרי התורה הרבנים הגאונים והצדיקים שליט"א חברי הביד"ץ וועלכע טוען אין א פייערדיגע קול קורא רופן גאנצן חרד'ישן ציבור פאר חוב קדוש ארויסצוגיין בחוצות קרי' און מכריז זיין קבלת עם ועולם אז דער יהדות החרדית וועט שטיין פעלזנפעסט מיט מסירת נפש קעגן די גזירה האיומה, און מ'וועט זיך ח"ו נישט לאזן פון די שענדליכע פשרות און וויתורים וואס ווערן ליידער געמאכט נאכצוגעבן רח"ל פאר די רעגירונג למחצה ולשליש ולרביע, היה לא תהיה.

דער עצרת מחאה אדירה וועט אפגעהאלטן ווערן מיטוואך שלח, אינעם יום תענית צדיקים כ' סיון, 7:00 אין אווענט, אויפ'ן שטח האדיר על פני ככר זופניק און ארומיגע גאסן, וואו עס ווערט ערווארט א היסטארישע צונויפגיס פון צענדליגער טויזנטער חרדים לדבר ה', וועלכע וועלן אויסשרייען די געמיינזאמע קול זעקה קעגן די שרעקליכע גזירה און די שוועבנדע סכנה עצומה דורך די מפשרים וואס פירן אן א משא ומתן מיט די רעגירונג נאכצוגעבן ח"ו אויפ'ן חשבון פונעם יהדות החרדית.

למעשה וועט די עצרת פארקומען קומעדיגע יום א' אויף כיכר השבת

32.png
ביזדערווייל נאך נישט געזען קיין צעטל פון הנהלת העדה אדער פון בי''ד אז עס איז זונטאג.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 4:04 pm
דורך צווייזייטיג
dev האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:07 pm @דער תהלים איד וואס איז די מעשה מיט די עצרת אז מ'האלט און איין שטופען?
עפעס א אייניקל לאזט נישט זיין זיידע קומען, נאר אויב מגייט אים אויסרופן מיט עפעס א טיטל, וואס א ראש ישיבה האט אים געגעבן.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 4:08 pm
דורך דער תהלים איד
dev האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:07 pm @דער תהלים איד וואס איז די מעשה מיט די עצרת אז מ'האלט און איין שטופען?
אין קורצן וויפיל איך ווייס, כ'וועל פרובירן צו שרייבן נאר פאקטן און ריין פון וכו', לאמיר זען צו ס'איז שייך:

צוערשט איז געווען א פלאן פון אן עצרת מיט אלע קרייזן. דער פלאן האט געפירט ר' אפרים שטערן, און דערפאר איז ער געווען ביים גאב"ד. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אנדערע קרייזן ווילן נישט קומען, עכ"פ זיכער נישט די מער צענטראלע פון די בני תורה (בראשות הרב אשר דויטש), און אויך הג"ר צבי מאיר זילבערבער שליט"א האט נאר געוואלט גיין מיט רשות פון גור'ע רבי וואס מ'האט אויך נישט געקענט באקומען.

דאן האט ר' אפרים מבטל געווען זיין פלאן.

האבן די עסקני העדה אין שפיץ פון די ועד הפעולה ארגאניזירט אז די עדה אליינס זאל - ווי אלע יארן - מאכן אן עצרת רבתי אויף ככר זופניק פאר אלע חברי העדה החרדית, צו מוחה זיין קעגן די גזירה און אויסרופן אונזער אנטריסונג פון סיי וועלכע פשרה אויפ'ן חשבון פון חרדי'שע בחורים. ס'איז ארויס א מודעה פון בי"ד, און שבת האט מען אויסגערופן אין אלע קהילות העדה אויפ'ן עצרת דעם מיטוואך.

דא האבן די אנדערע אנגעהויבן פארלאנגען מ'זאל עס אפשטיפן (לכאורה ווייל זיי ווילן עס אנפירן, און זיי ווילן עס זאל נישט זיין קיין דרשות מחמת טעמים שלהם הידועים ואכמ"ל). נעכטן זענען זיי געקומען אין בי"ד צו די חברי ביד"ץ אין נאמען פון ר' שמעון ווייס אז ער האט געהייסן אפשטיפן, האט בי"ד געזאגט "נו, וויאזוי די הנהלה באשליסט"... איז מען געגאנגען באקלעבן די גאסן מיט די צעטלעך אז ס'איז נדחה, און אז זונטאג קומט א "תהלוכת מחאה"....

אבער היינט איז ר' שמעון ווייס געקומען אין בי"ד און געזאגט אז ער האט גארנישט געהייסן, נאר ער האט ס"ה געזאגט מ'זאל גיין אין בי"ד פרעגן חוות דעתם. האט מען היינט פריש דן געווען (ווייל ר' שמעון ראטער איז געקומען פאדערן מ'זאל אפשטיפן וכו'). ס'איז געבליבן למעשה אז בי"ד זאגט גארנישט וועגן טוישן נאר אויב די הנהלה וויל קענען זיי טוישן, און ר' שמעון ווייס האט געזאגט אז ס'בלייבט מיטוואך.

אבער היות מ'שטייט שוין מאנטאג און מ'האט נישט צוגעגרייט גארנישט איז אויפ'ן מינוט נישט זיכער וועלכע טאג ס'וועט זיין.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 4:17 pm
דורך דער תהלים איד
הוספה: שפעטער היינט איז געבליבן אז מארגן וועט זיין א ישיבת בי"ד בהרכב מלא פון גאנץ בי"ד איבער די עצרת.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 11:43 am
דורך דער תהלים איד
יעצט איז פארענדיגט געווארן דער מושב בי"ד בהרכב מלא אין שפיץ פונעם גאב"ד שליט"א.

ס'איז געווארן מוחלט אז:

1) ס'וועט פארקומען א ריזיגער עצרת מחאה, מיט דרשות מאחה כרגיל אין שפיץ פון מרן הגאב"ד, אויף ככר זופניק.

2) צוליב די ענגע צייט, וועט מען עס טאקע יא אפשטיפן אויף זונטאג.

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 11:50 am
דורך דעת קדשי
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:43 am יעצט איז פארענדיגט געווארן דער מושב בי"ד בהרכב מלא אין שפיץ פונעם גאב"ד שליט"א.

ס'איז געווארן מוחלט אז:

1) ס'וועט פארקומען א ריזיגער עצרת מחאה, מיט דרשות מאחה כרגיל אין שפיץ פון מרן הגאב"ד, אויף ככר זופניק.

2) צוליב די ענגע צייט, וועט מען עס טאקע יא אפשטיפן אויף זונטאג.
מורא'דיג ווייל זינטאג קענען די אנדערע קהילות אויך קומען....

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 1:27 pm
דורך צווייזייטיג
פארוואס זאל מען נישט יעצט ווארטן אויף א ריזיגע עצרת מיליאן, נאך די פסק פון בג"ץ?

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 1:29 pm
דורך דעת קדשי
צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:27 pm פארוואס זאל מען נישט יעצט ווארטן אויף א ריזיגע עצרת מיליאן, נאך די פסק פון בג"ץ?
ווייל ס'דא היימישע(?) חברי כנסת אין די ממשלה משא''כ צען יאר צוריק

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 1:35 pm
דורך איד
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:43 am יעצט איז פארענדיגט געווארן דער מושב בי"ד בהרכב מלא אין שפיץ פונעם גאב"ד שליט"א.

ס'איז געווארן מוחלט אז:

1) ס'וועט פארקומען א ריזיגער עצרת מחאה, מיט דרשות מאחה כרגיל אין שפיץ פון מרן הגאב"ד, אויף ככר זופניק.

2) צוליב די ענגע צייט, וועט מען עס טאקע יא אפשטיפן אויף זונטאג.
ביסט זיכער אז די ראב''ד איז דארט געווען ?

געזעהן ערגץ אז ער איז געווען אויפן וועג אהין, אבער למעשה צירוק אהיים געגאנגען צוליב א שוואכקייט
► Show Spoiler

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 2:21 pm
דורך טיפע טאשן
photo_2024-06-25_14-20-04.jpg
photo_2024-06-25_14-20-04.jpg (154.93 KiB) געזען געווארן 1585 מאל