בלאט 145 פון 321
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:35 pm
דורך נפתלי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:18 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:15 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:11 pm
איי'ל רעפיעט מיין קוועסשאן:
דאס אז אויף 10 מינוט ענגליש דארף מען אין דעם פאל האבן מסירת נפש, זאגט ווער?
ס'איז עניוועי נישט נוגע...
די שאלה איז נאר פונקט ביי דעי חדר, טאר די טראנספארטעישן מענעזשער נישט באשליסן צו שיקן די באסעס פינף מינוט שפעטער, ווייל די מוציאי דיבה זיצן מיט שפאקטיוון און ווארטן אויף א שינוי...
כ'בין געווען נייגעריג צו וויסן וואס דא גייט פאר מיט די צוגעלייגטע ענגליש צייט.
האט געדויערט 20 תגובות ביז'ן הערן... אז דער באס האט פשוט געטוישט רוט, און דאס האט געמאכט געוויסע טאנצן.
זייער פארשטענדליך.
יאפס, די באס רוט האט פשוט צוגעלייגט אפאר מינוט, אינטערסאנט אז די מינוטן זענען צוגעפאלן צו די ענגליש לימודים, און נישט, צו די לימודי קודש....
נישטא ווער סזאל לאכן, נאכדערצי, ווען הרב שטערן האט שוין דאס אלעס פארגעברייט אז מען דארף נאר צולייגן א האלבע שעה, און מען קען אנקומען אלע סאבזשעקטס.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:37 pm
דורך פופציגער
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:23 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:12 pm
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 1:19 pm
כי אתא רב דימי אמר רבי יוחנן: לא שנו אלא שלא בשעת השמד, אבל בשעת השמד - אפילו מצווה קלה יהרג ואל יעבור, וכו'. מאי מצווה קלה - אמר רבא בר יצחק אמר רב: אפילו לשנויי ערקתא דמסאנא. (סנהדרין ע"ד.)
און ווער זאגט אז אין דעם פאל איז פון וואס מען רעדט?
דו זאגסט אזוי? זייער גוט, שרייב עס אפ.
שרייב אויך אפ וואס דיין ווייב האלט, פארשטייט זיך.
אנפארטשענעטלי, ווערט יענע מוסד געפירט דורך א רבי, א מנהיג, א דעת תורה, און זיי הארכן צו זיין דעת תורה.
נישט מיין מיינונג פשוט די מיינונג פון רבא בר רב יצחק בשם רב
יעדע רב קען זיך טועה זיין...נישט אזוי שטייט אין ויואל משה?
רייט. פארט וועלן זיי אויס - און מיט רעכט - צו פרעגן זייער מנהיג צי אין דעם פאל ברויך מען מסירת נפש.
פאר עפעס א סיבה איז דא אזא זאך ווי א דעת תורה. מ'קען דאך יעדע זאך קוקן אין גמרא און ציען שטריכן, ניין?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:39 pm
דורך Yankel
FYI מפלעגט אמאל לערנען 2 שעה ענגליש אין די צייטען פון רביה״ק זי״ע
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:40 pm
דורך דעת קדשי
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:37 pm
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:23 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:12 pm
און ווער זאגט אז אין דעם פאל איז פון וואס מען רעדט?
דו זאגסט אזוי? זייער גוט, שרייב עס אפ.
שרייב אויך אפ וואס דיין ווייב האלט, פארשטייט זיך.
אנפארטשענעטלי, ווערט יענע מוסד געפירט דורך א רבי, א מנהיג, א דעת תורה, און זיי הארכן צו זיין דעת תורה.
נישט מיין מיינונג פשוט די מיינונג פון רבא בר רב יצחק בשם רב
יעדע רב קען זיך טועה זיין...נישט אזוי שטייט אין ויואל משה?
רייט. פארט וועלן זיי אויס - און מיט רעכט - צו פרעגן זייער מנהיג צי אין דעם פאל ברויך מען מסירת נפש.
פאר עפעס א סיבה איז דא אזא זאך ווי א דעת תורה. מ'קען דאך יעדע זאך קוקן אין גמרא און ציען שטריכן, ניין?
גערעכט
אבער ביי גיוס האט מען עס יא גענוצט....
מ'דארף ארויסקומען פאר יעדע גזירה און זאגן ווען מ'מעג עס יא ניצן און ווען נישט...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:41 pm
דורך פופציגער
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:40 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:37 pm
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:23 pm
נישט מיין מיינונג פשוט די מיינונג פון רבא בר רב יצחק בשם רב
יעדע רב קען זיך טועה זיין...נישט אזוי שטייט אין ויואל משה?
רייט. פארט וועלן זיי אויס - און מיט רעכט - צו פרעגן זייער מנהיג צי אין דעם פאל ברויך מען מסירת נפש.
פאר עפעס א סיבה איז דא אזא זאך ווי א דעת תורה. מ'קען דאך יעדע זאך קוקן אין גמרא און ציען שטריכן, ניין?
גערעכט
אבער ביי גיוס האט מען עס יא גענוצט....
מ'דארף ארויסקומען פאר יעדע גזירה און זאגן ווען מ'מעג עס יא ניצן און ווען נישט...
אדער קען מען ביי יעדע פרשה באזונדער גיין הערן וואס דער דעת תורה זאגט.
וכן נוהגים.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:15 pm
דורך צווייזייטיג
נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:35 pm
יאפס, די באס רוט האט פשוט צוגעלייגט אפאר מינוט, אינטערסאנט אז די מינוטן זענען צוגעפאלן צו די ענגליש לימודים, און נישט, צו די לימודי קודש....
נישטא ווער סזאל לאכן, נאכדערצי, ווען הרב שטערן האט שוין דאס אלעס פארגעברייט אז מען דארף נאר צולייגן א האלבע שעה, און מען קען אנקומען אלע סאבזשעקטס.
גראדע איז עס נישט ריכטיג. מען הייבט אן 5 מינוט שפעטער ענגליש...
אבער ס'גוט אזוי, כ'האב הנאה ווען מ'האט פון וואס צו רעדן.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:16 pm
דורך דער תהלים איד
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:40 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:37 pm
רייט. פארט וועלן זיי אויס - און מיט רעכט - צו פרעגן זייער מנהיג צי אין דעם פאל ברויך מען מסירת נפש.
פאר עפעס א סיבה איז דא אזא זאך ווי א דעת תורה. מ'קען דאך יעדע זאך קוקן אין גמרא און ציען שטריכן, ניין?
גערעכט
אבער ביי גיוס האט מען עס יא גענוצט....
איך מיין אז כו"ע מודי (כהיום) אז ביי גיוס איז עס געווען א סקעם.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:50 pm
דורך נפתלי
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 3:15 pm
נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:35 pm
יאפס, די באס רוט האט פשוט צוגעלייגט אפאר מינוט, אינטערסאנט אז די מינוטן זענען צוגעפאלן צו די ענגליש לימודים, און נישט, צו די לימודי קודש....
נישטא ווער סזאל לאכן, נאכדערצי, ווען הרב שטערן האט שוין דאס אלעס פארגעברייט אז מען דארף נאר צולייגן א האלבע שעה, און מען קען אנקומען אלע סאבזשעקטס.
גראדע איז עס נישט ריכטיג. מען הייבט אן 5 מינוט שפעטער ענגליש...
אבער ס'גוט אזוי, כ'האב הנאה ווען מ'האט פון וואס צו רעדן.
די ביסט א שקרן מילתא דעבידא לאיגלויי, די זאך איז הינדערט פראצענט קלאר, אז מען האט צוגעלייגט צו ענגליש, און דו ווייסט עס אויך.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:44 pm
דורך צווייזייטיג
סתם פאר נייגער, פון וואו קומט דיין 100% קלארקייט, האסט גערעדט צו א טיטשער אדער וואס?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:47 pm
דורך נפתלי
צו איינעם וואס האט גערעדט צו א מנהל פון דארט, באשטעטיגט 100 פראצענט אז מען האט צוגעלייגט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:57 pm
דורך צווייזייטיג
איש מפי פיש מפי הודו מפי כוש ביז דעם ערשטן שקרן...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 5:19 pm
דורך אנעקדאט
יעצט אויב מעג איך דיר פרעגן, פון וואו נעמסטו אז מ'האט מוסיף געווען אויף לימודי קודש?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 5:50 pm
דורך צווייזייטיג
געהערט פון די איינגעשטעלטע.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:04 pm
דורך לייבל פריש
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 4:57 pm
נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 4:47 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 4:44 pm
סתם פאר נייגער, פון וואו קומט דיין 100% קלארקייט, האסט גערעדט צו א טיטשער אדער וואס?
צו איינעם וואס האט גערעדט צו א מנהל פון דארט, באשטעטיגט 100 פראצענט אז מען האט צוגעלייגט.
איש מפי פיש מפי הודו מפי כוש ביז דעם ערשטן שקרן...
לייקענען איז אלס א גוטע אפשען
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:11 pm
דורך אנעקדאט
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 5:50 pm
אנעקדאט האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 5:19 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 4:57 pm
איש מפי פיש מפי הודו מפי כוש ביז דעם ערשטן שקרן...
יעצט אויב מעג איך דיר פרעגן, פון וואו נעמסטו אז מ'האט מוסיף געווען אויף לימודי קודש?
געהערט פון די איינגעשטעלטע.
א מנהל? א טיטשער? אדער אפשר א באס דרייווער? אדער גאר דער גוי וואס קלינט?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:19 pm
דורך צווייזייטיג
לייבל פריש האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 6:04 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 4:57 pm
נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 4:47 pm
צו איינעם וואס האט גערעדט צו א מנהל פון דארט, באשטעטיגט 100 פראצענט אז מען האט צוגעלייגט.
איש מפי פיש מפי הודו מפי כוש ביז דעם ערשטן שקרן...
לייקענען איז אלס א גוטע אפשען
פאנטאזירן איז נאך בעסער
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:02 pm
דורך וואס נישט
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:11 pm
נפתלי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 1:15 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 1:07 pm
ווער זאגט דאס וואס דו שרייבסט אינעם ערשטן שורה?
שעת הגזירה דארף מען האבן מסירת נפש אויף א שיך בענדל!
איי'ל רעפיעט מיין קוועסשאן:
דאס אז אויף 10 מינוט ענגליש דארף מען אין דעם פאל האבן מסירת נפש, זאגט ווער?
קודם דארף מען וויסן אז עס איז נישט דא קיין געזעצט צו לערנען מער שעות,
ממילה אויב מען איז מוסיף 10 מינוט ענגליש טוט עס באדייטען אן הוספה און סאבזשעקס ,נאכצוקמען ח''ו די פארלאנגען פון די סטעיט און יאפפעד,
עס מיינט נישט נאר אן הוספה און מער שעות,
דאס איז א חוץ דעם וואס ביי א שעת הגזירה דארף מען האבן מסירת נפש אפי' אויף א שיך בענדל, נישט ארויסצוווייזן שוואכקייט פאר די גוזרי הגזירה!
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:22 pm
דורך א טראכטער
איינער אפשר מיט נייעס פון די טיים ליין פאר די מוסדות וואס זענען און די קלאגע,
די דעדליין איז שוין די וואך פרייטאג,
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:17 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:51 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:44 pm
שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:15 pm
די פראבלעם מיט תורתינו איז צווייפאכיג. קודם כל זיי האבן נאכנישט קיינמאל מסביר געווען זייער מהלך און וויאזוי אפצופרעגן ווי נארמאלע מענטשן די פראבלעמען וואס די אנטי פעטוועיס האבן ארויסגעשטעלט נאר גלייך געשפרינגען צו אטאקירן און באשולדיגן מיטן ארגסטן. משא"כ די אנדערע צד האט פאר וואכן לאנג שיין מסביר געווען זייער צד און הערשט גענומען אטאקירן הערשט נאך די פעטוועי דעדליין.
צווייטנס, באשולדיגן אז די אנטי פעטוועיס ארבעטן ביינאזאם מיט יאפפעד איז עפעס וואס ווערט נישט אפגעקויפט ביי א נארמאלע מענטש. די אנטי פעטוועיס באשולדיגן פערלס אין ארבעטן אינאיינעם מיט די אגודה צו איינגיין אויף פשרות, אבער קיינעם איז נישט בייגעפאלן צו באשולדיגן אין ארבעטן מיט יאפפעד צו אונטערברענגען די חינוך.
חוץ מזה וואס די טענות דארט איז ממש מאדנע, די מעין באשולדיגונג אויפן ערשטן בלאט איז אז מ'האט געטוישט מערכה פון 'קעגן אלע פעטוועיס צו בלויז פעטוועי 6'... השתעגעת??
אגב, וואס מיינט שנה ט'? איך בין געווען זיכער אז ס'איז א פורים גליון...
ס'איז טאקע א פורים גליון.
ס'איז געמאכט פאר מענטשן - בעיקר פון די יונגערע גענעראציע - וואס פארסמאקאווען זיך מיט אזאלכע סארט פאמפלעטן לחזק ולהתחוזק, ס'איז שוין געווען אזעלכע סארט אויסגאבעס אין עבר ביי אנדערע מערכות צו ארומדרייען מיט נארישע ליצנות, איך מיין אז עס מאכט נישט קיין רושם ביי נארמאלע מענטשן
דורותינו שרייט היתכן מ'גייט מיט אגודה? ענטפערט תורותינו מיט א קעפל פון דער בלאט....
אויב איינער וויל וויסן וואס ס'מיינט 'טרייבן ליצנות פון זיך אליין' , זאל ער ביטע אריינקוקן אינעם תורתינו לעצטע וואך, און דערנאך איבערקוקן אלע אויסצוגן וואס זיי ברענגען, אין די אריגינעלע אויסגאבע, לאמיך וויסן וויאזוי ס'געווען....
כ'האב מיר ממש געשעמט עס צו ליינען...
נאכן ליינען זאגט מיר א חבר: כ'האב נישט געוואוסט אז קינדער אין אזא יונגע עלטער האבן היינט צוטאגס שוין עקסעס צו א קאמפיוטער...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דינסטאג מערץ 05, 2024 12:10 am
דורך לא ימושו מפיך
די ''תורותינושריפט'' אטאקירט שווער מוסדות סאטמאר מהרי''י מאנסי
אגב. איינער מיט א ידיעה וואספארא פעטוועי טרופ חדר האט געקליבען?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דינסטאג מערץ 05, 2024 12:51 am
דורך לייבל פריש
לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 12:10 am
די ''תורותינושריפט'' אטאקירט שווער מוסדות סאטמאר מהרי''י מאנסי
אגב. איינער מיט א ידיעה וואספארא פעטוועי טרופ חדר האט געקליבען?
זיי זענען מבינים צי מאכן א בהלה פון גארנישט מיט גארנישט...
די גאנצע מצב אז פעטוועי 6 איז א הצלה נישט אריינציפאלן אין די שעדליכע פעטוועי 7 איז אזוי פארפירעריש
ווייל סאטמאר רבי (מהר"א) זאגט דאך דאס אז מען גייט זיי נישט אריינלאזן און די לויערס זאגן אלע אז מדארף זיי לעגאל נישט אריינלאזן דעריבער איז פעטוועי 7 גארנישט מיט נישט אויב מלאזט זיי נישט אריין משא"כ פעטוועי 6 נעמסטו דיר אינטער אלע לימודים מיט פולע טעסטס דערויף.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דינסטאג מערץ 05, 2024 1:01 am
דורך לייבל פריש
גייט מען יעצט ברענגען ווי יאפעד שרייבט אז פעטוועי 6 קען האבן א לאך ווייל מוועט אויספאפן שרייבט דאך די רעגירונג צוריק דערויף קלארע ווערטער אז מגייט עס יא נאכקוקן
אין אידיש: אויב האסטו גענומען פעטוועי 6 גיין מען משנה זיין די לימודים אן קיין צווייפל ווייל מקען נישט פאפן ווען די רעגירונג מיט יאפעד ימ"ש שטייען און קוקן אויף דיר.
און ליידער האט מען אנגעהויבן מיט צילייגן 10 מינוט און אנגעהויבן איינטוישן נייע ביכער און מלייקענט דערווייל אויף איטיש אז די באסעס שפעטיגן פשוט און אז און דערנאך זאגט מען אז מען הייבט אן שפעטער... בקיצור כהאב קיינמאל געבארגט... און כהאב שוין לאנג באצאלט... העמיר זעהן ווי לאנג סוועט אנהאלטן...
ביז א וואך ארום וועט מען מסביר זיין אז דער רבי ז"ל האט אויך געלערנט 2 שעה דאס הייסט דער רבי האט גאר געהאלטן אז מדארף אקעגן קומען די גזירה און אויב וויל די רעגירונג אונז הייסן לערנען נייע זאכן וואס נעמט אנדערהאלבן שעה זאל מען זיי געבן 2 שעה ווייל דער רבי האט זייער ליעב געהאט ענגליש און גויאישקייט און אלע לימודים וואס זענען נאך דאן געווען טרייף ביים גוי וואלט דער רבי ז"ל זיכער געלאזט יעצט אריינברענגען חס מלהזכיר...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:39 am
דורך איד
וואס ס'איז מיך זייער אינטערעסאנט, איז אז די זעלבע וואס שרייבן היינט דורותינו, און ווייזן קלאר אויף די געפערליכע עוולות פון די פעטוועיס, די זעלבע האבן אלע יארן אויפגעוויזן די געפערליכע עוולות פון שערי חמלה, ווי זיי האבן אויפגעוויזן אז ס'איז געהעריגע כפירה וכו'
אבער דארט האט מען זיי עפעס נישט פארשטאנען, דארט האט מען זיי געהאלטן פאר סתם שקרנים, און געזאגט אז מיר האבן אייגענע מנהיגים וכו'
פלוצלינג דא, ווען זיי ראטען אויף די צד שכנגד זענען זיי זיכער גערעכט, און ווער ס'גייט נישט מיט זיי וכו'
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דינסטאג מערץ 05, 2024 9:21 am
דורך ר' משה
קאודס צו מוסדות סאטמאר פארן צולייגן 10 מינוט צו לימודי קודש!!
אנשטאט צו ענדיגן 4:40 אזויווי ביז היי יאר ענדיגט מען 4:50!!
איינער האט געהערט פון דעם??
נאך דעי גאנצע סמטוכע דא וועגן 15 מינוט וואס מען האט כאילו צוגעלייגט האב איך מיר נאכגעפרעגט ביי א איינגעשטעלטע האט ער מיר פארציילט דברים כהוויתן אז מען האט צוגעלייגט 10 מינוט צו לימודי קודש
אפשר קען מען אים נישט גלייבן ווייל ער איז משוחד?! נאר דעי ראבא קאלל מעג מען גלייבן!
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דינסטאג מערץ 05, 2024 9:49 am
דורך שמח
איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 4:39 am
וואס ס'איז מיך זייער אינטערעסאנט, איז אז די זעלבע וואס שרייבן היינט דורותינו, און ווייזן קלאר אויף די געפערליכע עוולות פון די פעטוועיס, די זעלבע האבן אלע יארן אויפגעוויזן די געפערליכע עוולות פון שערי חמלה, ווי זיי האבן אויפגעוויזן אז ס'איז געהעריגע כפירה וכו'
אבער דארט האט מען זיי עפעס נישט פארשטאנען, דארט האט מען זיי געהאלטן פאר סתם שקרנים, און געזאגט אז מיר האבן אייגענע מנהיגים וכו'
פלוצלינג דא, ווען זיי ראטען אויף די צד שכנגד זענען זיי זיכער גערעכט, און ווער ס'גייט נישט מיט זיי וכו'
לויט מיין אינפארמאציע איז דער שרייבער פון ''דורתינו'' א פערמענאנטע שרייבער אין ''דער איד''.