איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 4:39 am
וואס ס'איז מיך זייער אינטערעסאנט, איז אז די זעלבע וואס שרייבן היינט דורותינו, און ווייזן קלאר אויף די געפערליכע עוולות פון די פעטוועיס, די זעלבע האבן אלע יארן אויפגעוויזן די געפערליכע עוולות פון שערי חמלה, ווי זיי האבן אויפגעוויזן אז ס'איז געהעריגע כפירה וכו'
אבער דארט האט מען זיי עפעס נישט פארשטאנען, דארט האט מען זיי געהאלטן פאר סתם שקרנים, און געזאגט אז מיר האבן אייגענע מנהיגים וכו'
פלוצלינג דא, ווען זיי ראטען אויף די צד שכנגד זענען זיי זיכער גערעכט, און ווער ס'גייט נישט מיט זיי וכו'
ביי דורתנו איז נאך אלץ מהר"א פסול, אלע דרשות און פעולות ווערן דערמאנט, חוץ מהר"א וואס איז לכאורה די גרעסטע נאמען פון די פעטוועי 6 קעגענערס, אבער לא יזכר ולא יפקד
לגבי דיין טענה, כבר הי' לעולמים
די האטליינס האבן געגאסן פעך און שוועיבל קעגן מהר"א ואין פוצה פה ומצפצף, בעל חומת הדת איז געווען א אנגעלייגטער גאסט אין סאטמאר מהר"י מאנסי
די מינוט וואס ער האט אנגעהויבן האקן אויף צד מהר"י האט אנגעהויבן צו פליען איסורים און טענות, מבזה ת"ח וכו
במילא ווינדער דיך נישט